האור שבעת הימים, רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 709
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2115

האור שבעת הימים, רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך מירון »

בן רבי אליעזר ז"ל חנולד: שנת נח"ת. רבותיו: רבי שמשון מראשקאוו. מחבר ספר: בעל שם טוב. נפטר: ו סיון תק"כ.

רבי ישראל בעל שם טוב איז געבוירן אינעם שטעטל אקופ אין די קארפאטן בערג, י"ח אלול תנ"ח צו זיין פאטער רבי אליעזר, און צו זיין מוטער מרת שרה. זיין פאטער האט געשטאמט פון רבי אליעזר, דעם ברודער פון רמ"א, און איידעם פון מהרש"ל. רבי ישראל איז פאר'יתום'ט געווארן אלס אינג קינד פון ביידע עלטערן. זיין פאטער רבי אליעזר האט אים איבערגעלאזט ביי די דריי יאר. אין ספר שבחי בעש"ט ווערט פארציילט אז פאר זיין טאטע איז אוועק האט ער אים געזאגט: "ישראל'יקל, דו זאלסט נישט מורא האבן פאר קיינעם נאר בלויז פארן באשעפער, אויסערדעם דארפסטו פון קיינעם נישט האבן קיין מורא." די ווערטער זענען אים אריין טיף אין זיין זעל און דערפון האט ער אויסגעפארעמט זיין וועג.

מעשה: דער בעש"ט האט צוגערופן רבי וואלף [קיצעס זי"ע] און געהייסן צוזאמקלייבן א גרויסע סכום פון דריי הונדערט רובל. רבי וואלף האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג אן די מינדעסטע השגה פון וואו ער וועט שאפן אזא ריזן סכום, אבער רבי וואלף פרעגט נישט קיין קשיות. ויהי היום קומט ער אן אין א דארף. ער אן אין הויז פון רב פון דארף זיך צו אינטערעסירן ווער עס זענען די פארמעגליכע אידן דא. אזוי רעדענדיג זעהט ער ווי דער רב איז עפעס אין א גוטער שטימונג היינט און רעכט זיך צו גיין מיט שיינע קליידער, פרעגט אים רבי וואלף וואס איז די שמחה? פארציילט אים דער רב אז דער אלטער פריץ איז געשטארבן אייניגע טעג צוריק און מיר גייען שטעלן א נייער פריץ וואס האט אלעס געירש'ענט פונעם פריערדיגן, און וויבאלד ער איז א איד זענען מיר אלע פריילעך דא אין דארף. דער רב בעט אויך פון רבי וואלף ער זאל מיטקומען און אפשר וועט ער קריגן פון אים א שיינער סכום וויבאלד ער איז א גרויסער עושר געווארן.

רבי וואלף האט איינגעשטימט און דער נייער פריץ - דער איד האט זיך גוט איינגעקוקט אין רבי וואלף צו ער זעט גוט, וואס זוכט דא רבי וואלף די תלמיד פונעם הייליגער רבי'ן טראכט ער צו זיך מיט פארוואנדערונג. ער האט ארויפגערופן רבי וואלף און געפרעגט צו ער דערקענט אים, אבער רבי וואלף האט נישט געדענקט. דער איד האט זיך אנטפלעקט און פארציילט אז ער האט אים געזען אינאיינעם מיט זיין רבי'ן יארן צוריק ווען ער האט אוועקגעגעבן דאס לעצטע ביסן צו שאפן די 18 רובל. רבי וואלף האט זיך דערמאנט אין די מעשה און גלייך פארשטאנען אז דאס איז זיכער אין זכות פון בעש"ט. פרעגט דער איד וואס האט אייך געברענגט אהער? דערציילט רבי וואלף אז דער רבי דער בעש"ט האט אים געשיקט צו שאפן א גרויסן סכום פון דריי הונדערט רובל, דער איד האט אפגעציילט גאנצע דריי הונדערט רובל און דערלאנגט פאר רבי וואלף וועלכער איז אהיימגעפרן בשמחה אז ער האט געקענט אויספירן די באפעל פון הייליגן רבי'ן. אהיימקומענדיג האט דער בעש"ט גלייך אויסגערופן: "איך האב געזען אין הימל א גוט מזל פאר דעם איד בתנאי אז ער טוישט זיין וואוין ארט, האב איך קיין ברירה נישט געהאט נאר אים געמוזט פארשיקן פון דארט (דורכן אוועקנעמען זיין געלט) כדי ער זאל אנקומען צו זיין גליק".

מדבריו הקדושים: כי בדבר אשר זדו עליה (שמות יא, יח) דער בעש"ט האט געזאגט, אז יעדער מענטש ווערט געמשפ'ט פון הימעל לויט זיין אייגענע אורטייל, ווען ער זעט אמאל א צווייטען טוען א שלעכטע זאך, פסק'נט ער אפ אז ער איז ווערט אזא און אזא שטראף, און ער פארגעסט דערביי אז ער אליין האט אזעלכעס געטוען, און מיט זיינע ווערטער האט ער אויף¬ זיך אליין דעם פסק דין ארויסגעגעבען! דאס איז דער טייטש כי: "בדבר אשר זדו עליהם" די - שטראף¬ קומט שטענדיג אזוי ווי מען האט אליין אוי¬ף זיך ארויסגעגעבען . (פרדס יוסף).

זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 709
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2115

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך מירון »

ציון הקדוש
פיילס
בעל שם (1).jpg
בעל שם (1).jpg (112.66 KiB) געזען געווארן 402 מאל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 709
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2115

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך מירון »

בית מדרשו - מה נורא המקום הזה
פיילס
בית מדרשו6.jpg
בית מדרשו6.jpg (411.89 KiB) געזען געווארן 402 מאל
בית מדרשו.jpg
בית מדרשו.jpg (20.81 KiB) געזען געווארן 402 מאל
קלמןקליין
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 12:23 am
x 8

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך קלמןקליין »

רבותיו ר' שמשון מראשקוב??
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך ניקל »

די בעש"ט הקדוש איז געבוירן געווארן ווען די עלטערן זענען שוין געווען כמעט הונדערט יאר,

עס איז באקאנט אז די טאטע רבי אליעזר זי"ע וואס איז שוין געווען אויף די עלטערע יארן און נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, איז דורך א נסיון, ווען אליהו הנביא איז געקומען צו די עלטערן פונעם בעש"ט פארשטעלט ווי א פראסטע איד, און זיך אויפגעפריט זייער פראסט ווי געבעטן עסן און א פלאץ צו שלאפן, און די עלטערן האבן דעם איד מכבד געווען און זיך נישט געבייזערט,

פאר דער איד איז אוועק געגאנגען, האט ער מגלה געווען פאר די עלטערן אז ער איז אליהו הנביא און ער איז זיי געקומען אויספראבירן אויב זיי וועלן זיך בייזערן אויפן גאסט, און וויבאלד זיי זענען ביי געשטאנען דעם נסיון, וועלן זיי געבענטשט ווערן מיט א קינד וואס וועט באלייכטן די וועלט מיט זיין דרך החסידות וואס וועט דערלייכטן די אויגן פון אידישע קינדער ביז ביאת המשיח, און דאן איז זיי געבוירן געווארן די בעש"ט הקדוש זי"ע,

ווי באקאנט האבן צדיקים געזאגט, אז בעפאר די נשמה פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע איז אראפ אויף די וועלט, האט דער ס"מ געטון אלע פעילות וואס ער האט געקענט, אז די נשמה זאל נישט אראפקומען אויף די וועלט, טאנענדיג אז אויב די נשמה וועט אראפ קומען, וועט ווערן אזא גרויסע התגלות אויף די וועלט, און די כח פונעם ס"מ וועט בטל ווערן, ווייל יעדער וועט דאך דינען דעם באשעפער,

אבער די כח הקדושה האט זיך גובר געווען, און די נשמה איז יא אראפגעקומען אויף די וועלט, מיט א תנאי אז ער וועט נישט נתגלה ווערן בעפאר 36 יאר, אויך איז באקאנט אז דער הייליגער נודע ביהודה זי"ע וואס איז געווען א שטיק צייט א גרויסע מתנגד פונעם דרך הבעל שם, האט אויך געזאגט, אז ער וועט זיך מתנגד זיין קעגן דעם בעש"ט, און אזוי וועט נישט די גאנצע וועלט נשפע ווערן פונעם כח הבעש"ט הקדוש, און אזוי האט מען געפויעלט בעולם העליון, אז דער הייליגער נשמה זאל אראפקומען אויף די וועלט,

דערפאר האט דער הייליגער בעש"ט הקדוש די ערשטע 36 יאר פון זיין לעבן געגאנגען גלות ליידען, אבער ער האט די גאנצע צייט אסאך אידן מקרב געווען צום הייליגער באשעפער, אבער באהאלטענערהייט, ווייל קיינער האט נישט געוויסט זיין גדלות,

דער בעל התניא זי"ע האט געזאגט אז דער בעש"ט איז געבוירן אונעם יאר תנ"ח וואס איז די ווערטער נח"ת, ווייל ער האט געברענגט אסאך נחת פארן הייליגער באשעפער,

ער פלעגט ארום פארן אין שטעט און דערפער, און פרעגן אידן וואס זיי מאכן אין געזונט און פרנסה, כדי די מענטשן זאלן ענטפערן "געלויבט דער באשעפער" וואס דורך דעם האט ער ארויסגערופען די אמונה פשוטה ביי אלע אידן, און האט גורם געווען א גרויסע נחת רוח בעולם העליון,

אלס קליין קינד איז ער ל"ע נתייתם געווארן פון זיינע עלטערן, און די פרנסי העיר האבן פון דעם קינד קער גענומען, שוין פון אלס יונג קינד איז ער אסאך געגאנגען זיך מתבודד זיין אין די וועלדער, און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ פארן באשעפער, שפעטער ווען ער איז אביסל עלטער געווארן, איז ער געווארן דער העלפער פאר די מלמד אין חדר, זיין תפקיד איז געווען צו טראגען און ברענגען די קינדער אין חדר און אהיים, אויפן וועג האט ער מיט די קינדער געזונגען קאפיטלעך תהילים מיט א התלהבות, אויך פלעגט ער טראגן די קינדער אין שוהל צו ענטפערן "אמן יהא שמי' רבא",

אלס בחור האט מען דעם בעש"ט אויף גענומען אלס א מלמד אין שטאט בראד, און דארט האט ער זיך באקענט מיט הגה"ק רבי אפרים אשכנזי זי"ע דעם פאטער פון הרה"ק רבי גרשון קיטובער זי"ע, וואס האט אים דאן גענומען אלס איידעם פאר זיין טאכטער הצדיקת חנה ע"ה,

ווי באקאנט האט דער שוואגער רבי גרשון מקיטוב זי"ע נישט געוואלט דעם שידוך צווישן די שוועסטער און דעם בעש"ט, וויבאלד ער האט דאן נאכנישט געוויסט די גדלות פונעם בעש"ט, און געמיינט אז ער איז א עם הארץ, און דאס האט נישט געפאסט פאר דעם טאכטער פון זיין טאטן.

האט ער דאן אפגערעדט דעם טאטן פון נעמען דעם איידעם, און ווען די טאטע האט אים יא גענומען, האט ער פראבירט צו איבער רעדן די שוועסטער אז זי זאל בעטן א גט פון איר מאן, אבער די רעבעצין האט שוין דאן געזען די גדלות פונעם בעש"ט, האט זי בשום אופן נישט געוואלט מסכים זיין,

נאך יארן האט דער שוואגער אויך זוכה געווען צו איינזעהן דעם גדלות פונעם שוואגער, און געווארן פון זיינע נענסטע חסידים און תלמידים,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך ניקל »

נאך זיין חתונה האט דער בעש"ט געוואוינט אין א דארף צווישן קיטוב און קאסוב, ער פלעגט זיך דארט מתבודד זיין צווישן די הויכע בערג, אויך פלעגט ער דארט העלפן די רעבעצין מיט פרנסה,

דאן האט דער בעש"ט שוין געפירט א עדה הקדושה פון צדיקים נסתרים, און עוסק געווען אין די הייליגע כתבים נסתרים פון רבי אדם בעל שם זי"ע אבער ער האט אלעס געטון בהסתר,

נאך זיבן יאר האט ער זיך געצויגען אין א דארף קושלעוויץ ווי ער האט געדינט אלס שו"ב און אויך אלס מלמד פאר קינדער,

דער דארף איז געווען אונטער דעם פירערשאפט פונעם הייליגען גאון בעל פני יהושע זי"ע, וועלכער האט אמאל געלאזט רופן אלע שוחטים פונעם שטאט, כדי צו בודק זיין די מעסער'ס אויב זיי זענען כשר און מהודר,

ווען די שוחטים זענען אנגעקומען האט זיך דער הייליגער פני יהושע אנגערופען צום בעש"ט, דיר האב איך נישט געמיינט, יארן שפעטער האט דער הייליגער בעש"ט געזאגט אז דאן בין איך נאך געווען באהאלטן פון יעדע מלאך און שרף, אבער דער הייליגער פני יהושע האט אבער יא דערקענט אין מיינע מדרגות,

בשנת תצ"ד ווען דער בעש"ט הקדוש איז געווארן 36 יאר אלט איז ער נתגלה געווארן, דאן האט די ליכטיגקייט פונעם בעש"ט אנגעהויבן שיינען אויף די וועלט און ער האט אנגעהויבן מרביץ תורה זיין און פארשפרייטען תורה הנגלה און תורת הנסתר,

דאן האט ער אנגעהויבן פארשפרייטן דאס דרך החסידות אויף די וועלט, אויך איז ער דאן געווארן באוויסט מיט זיין גרויסע כח פון די סוד פון מעלה זיין ניצוצות הקדושים, ער איז געווען באוויסט אלס א מושל בעליונים ובתחתונים, א בעל רוח הקודש און א גרויסע מופת הדור, אלעס איז פאר דעם צדיק וקדוש געווען אפען און קלאר.

ער האט זיך דאן באזעצט אין שטאט טלוסט פאר א שטיק צייט, און דערנאך איז ער אריבער צום שטאט מעזיבוז פון ווי ער האט פארשפרייט דאס תורת החסידות ביז צו זיין פטירה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך ניקל »

הגה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע האט דערציילט אונעם ספר נתיב מצוותיך, אז דער הייליגער נשמה פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע האט נישט געוואלט אראפקומען אויף די וועלט צוליב די אלע קליפות וואס זענען דא אין יעדן דור, האט מען אים געגעבן 60 געהויבענע תלמידים "שישים גיבורים סביב לך" נשמות פון צדיקים וואס זאלן אים שטיין צו די האנט, און דאס איז די נעמען וואס עס איז מקובל פון די 60 תלמידים,

הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע, הגה"ק רבי גרשון מקיטוב זי"ע, הרה"ק רבי אברהם דוב מחמעלניק זי"ע, הרה"ק רבי אהרן מקליוואן זי"ע, הרה"ק רבי אפרים מסקאהל זי"ע, הרה"ק רבי ארי' לייב בעל קול ארי המוכיח מפולנאה זי"ע, הרה"ק רבי אריה לייב ממיקלינוץ זי"ע, הרה"ק רבי דוד בעל דרכי ציון מאוסטראה זי"ע, הרה"ק רבי דוד'ל ממיקאלייעוו זי"ע, הרה"ק רבי דוד לייקעס זי"ע,

הרה"ק רבי דוד פירקוס ממעז'יבוז זי"ע, הרה"ק רבי דוד'ל קאלאמייער זי"ע, הרה"ק רבי זאב וואלף קיצעס ממעזיבוז זי"ע, הרה"ק רבי זלמן שאריגראד זי"ע, הרה"ק רבי חיים מקראסני זי"ע, הרה"ק רבי ליפא מחמעלניק זי"ע, הרה"ק רבי יואל מנעמרוב זי"ע, הרה"ק רבי יהודה מפאטיק זי"ע, הרה"ק רבי יהודה לייב מפיסטיניר זי"ע, הרה"ק רבי יוסף מדרוהוביטש זי"ע,

הרה"ק רבי יוסף ממעזיבוז זי"ע, הרה"ק רבי יוסף חייקעס מאליק זי"ע, הרה"ק רבי יוסף יואל מסטעפינער זי"ע, הרה"ק רבי יחיאל הנקרא דער דייטשל חתן הבעש"ט זי"ע, הרה"ק רבי יחיאל ממיקאלייעוו זי"ע, הרה"ק רבי ישראל חריף בעל תפארת ישראל מסאנטוב חתן הבעש"ט זי"ע, הרה"ק רבי יחיאל מרגליות מהאראדנער זי"ע, הרה"ק רבי יעקב מאניפולי זי"ע, הרה"ק רבי יעקב יוסף בעל תולדות יעקב יוסף מפולנאה זי"ע, הרה"ק רבי יעקב קאפיל מקאלאמיי זי"ע,

הרה"ק רבי יצחק מדרוהוביטש זי"ע, הרה"ק רבי מיכל'י מזלאטשוב זי"ע א זוהן פונעם בעש"ט, הרה"ק רבי יצחק דוב מרגליות אב"ד יאזלאוויץ זי"ע, הגה"ק בעל מאיר נתיבים מאוסטראה זי"ע, הרה"ק רבי ישעי' מיאנוב זי"ע, הרה"ק רבי ליבער מבארדיטשוב זי"ע, הרה"ק רבי לייב שרה'ס זי"ע, הרה"ק רבי מאיר מבעלזא זי"ע, הרה"ק רבי מאיר הגדול מפרמישלאן זי"ע, הרה"ק רבי מנחם מענדל מבאר זי"ע,

הרה"ק רבי מנחם מענדל בעל דרכי ישרים מפרמישלאן זי"ע, הרה"ק רבי מרדכי חזן מזאסלוב זי"ע, הרה"ק רבי משה בן רבי דן שוהם בעל דברי משה מדולינא זי"ע, הרה"ק רבי דן מבראד זי"ע, הרה"ק רבי משה מקאסוב זי"ע, הרה"ק רבי משה מקיטוב זי"ע, הגה"ק רבי משולם זלמן ממעזריטש זי"ע, הרה"ק רבי מנחם נחום בעל מאור עיניים מטשרנוביל זי"ע, הרה"ק רבי נחמן מקאסוב זי"ע, הרה"ק רבי נחמן מהורדנקא זי"ע,

הרה"ק רבי נטע מאווריטש זי"ע, הרה"ק רבי פנחס בעל אמרי פנחס מקאריץ זי"ע, הרה"ק רבי פריידיל מבראד זי"ע, הרה"ק רבי צבי בן הבעש"ט הק' זי"ע, הרה"ק רבי צבי הירש מטשארטקוב זי"ע, הרה"ק רבי צבי מקארטי זי"ע, הרה"ק רבי קהת מוויערטש זי"ע, הרה"ק רבי שמואל מקאמינקא זי"ע, הרה"ק רבי צבי הירש מקאמינקא זי"ע, הרה"ק רבי שמערל מווארחאווקאער זי"ע,

אבער דאס זענען נאר 60 פון די תלמידים וואס זענען באוויסט, אבער דער הייליגער בעש"ט הקדוש זי"ע האט געהאט נאך גאר אסאך תלמידים גדולים וקדושים בעלי רוח הקודש און בעל מופתים,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך ניקל »

ווי באוויסט איז דער בעש"ט הקדוש זי"ע געבוירן געווארן נישט אסאך נאך די תקופה פונעם שבתי צבי ימ"ש דער משיח שקר וואס האט ליידער אפגעפירט א גרויס חלק פון כלל ישראל פון אידישן וועג,

און דערפאר ווען דער הייליגער בעש"ט הקדוש האט אנגעהויבן זיין דרך החסידות וואס איז געווען געבויעט אויף התבודדות בשם, דאווענען מיט א ברען און לערנען חסידות, דרך התשובה ועבודה בשם ע"י שמחה, אהבת ד' ואהבת ישראל ואהבת התורה, דן זיין יעדן איד לכף זכות, ארבעטן אויף די מידות און זיי ברענגן צו עבודת השם, טראכטן פונעם באשעפער יעדע רגע ממש, ירידה לצורך עליה, עיקר עבודת השם בלב, וואס איז דאן געווען א חידוש בעולם,

האבן א גרויס חלק פון די צדיקים בדורו, ובתוכם דער הייליגער גר"א זי"ע און אויך דער הייליגער נודע ביהודה זי"ע, זיך ארויס געשטעלט קעגן דעם הייליגען בעש"ט מיט א מוראדיגע התנגדות, עד כדי כך אז מען האט געוואלט ארויסגעבן א חרם אויפן בעש"ט הקדוש זי"ע.

אבער דער הייליגער בעש"ט האט גאר שווער געארבעט יארן לאנג צו מקרב זיין איין תלמיד נאכן אנדערן, וואס ווי באקאנט איז דא הונדערטער מעשיות ווי אזוי ער האט יעדן תלמיד צום סוף מקרב געווען, און דאן זענען די אלע צדיקים וקדושים געווארן פון זיינע גרעסטע חסידים, און אויך צעשפרייט דעם דרך החסידות, וואס דאס האט אריינגעברענגט א געוואלדיגע דרך צו דינען דעם גרויסן באשעפער מיט שמחה, און דורך דעם הייליגען בעש"ט הקדוש זענען טויזנטער אידישע קינדער נאנט געווארן צום הייליגען באשעפער, ורבים השיב מעון,

דער הייליגער בעש"ט איז פארעכענט אין די וועלט אלס די רבי פון אלע רבי'ס, און בזכותו הגדול לעבן מיר היינט אין א וועלט, וואס יעדער איד וואס וויל זיין ערליך, האט א דרך אין עבודת השם, און דאס איז נאר אין זכות פון דעם הייליגען בעש"ט זי"ע דער אור שבעת הימים, וואס מיט זיין הייליגע עבודה און זיין כח דקדושה האט ער אויסגעטרעטן א וועג פאר אידן צו קענען דינען דעם באשעפער מיט א שמחה און א דרך תשובה, אז א איד זאל קיינמאל נישט ווערן פארפאלען און קענען צוריק נאנט ווערן צום באשעפער,

אויך האט ער זיין גאנץ לעבן געארבעט ארויס צו נעמען אידישע נשמות וואס זענען ליידער פארווארפן געווארן און נישט געהאט קיין תיקון, אבער ער מיט זיין גרויסע כח האט באוויזען אסאך נשמות פון כלל ישראל צו מעלה זיין למקום מנוחתם,

הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע האט געזאגט אז דער בעש"ט הקדוש האט געהאט אזא גרויסע יראת שמים, אז אפילו די איברים וועליכע זענען ביי סתם א מענטש אומבאוועגליך זענען דערציטערט געווארן ביים בעש"ט הקדוש פון גרויס פחד פון השי"ת,

אמאל האט דער הייליגער רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע געבעטן, אז מען זאל אים געבן די יראת שמים פונעם בעש"ט הקדוש, און מען האט אים דאס נאכגעגעבן, פון גרויס פחד וואס האט אים דאן ארום גענומען האט ער זיך נישט געקענט רירן פון ארט, ער האט דאס מער נישט געקענט דערטראגן און געבעטן מען זאל דאס פון אים צונעמען,

דער בעש"ט הקדוש האט זיין גאנץ לעבן לוחם געווען קעגן די מתחדשים וואס האבן געוואלט איינפירען נייע זאכן ביי אידישע קינדער, ווי די נאכפאלגערס פון שבתי צבי ימ"ש און יעקב פראנק ימ"ש וואס האבן פראבירט איינצורעדן אידישע קינדער אז זיי זענען משיח און ליידער אפגעפריט פון אידישן וועג טויזנטער אידן,
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 840
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1368

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

א כראנאלאגישע איבערבליק פון די פטירה פונעם בעש"ט הקדוש



פריצייטיגע סימנים פון די פטירה

די ערשטע מאל וואס די בעש"ט הק' האט געלאזט פאלן ווערטער איבער זיין פטירה איז געווען סוכות שנת תק"ך, ווען וואו יאר יערליך זענען די תלמידים פונעם בעש"ט הק' געקומען צו פארן אויף די ימים נוראים קיין מעזיבוזש, צו פראווענען דעם געהויבענעם חודש תשרי ביי זייער גרויסן רבי'ן דעם הייליגן בעש"ט זי"ע.
דורך אויס די ימים נוראים האט זיך נישט אנגעזעהן עפעס אויסער געווענדליך און סיי ראש השנה און סיי יום הקדוש זענען אריבער, ווען די תלמידים האבן גארנישט געוויסט וויפול זיי דארפן איינרייסן, און וואס עס ווארט זיי אפ דעם קומעדיגן יאר.

אזוי איז אויך אריבער די ערשטע טעג און חול המועד סוכות, אבער צום שאק פון די תלמידים האט זיך די בעש"ט הק' פלוצלינג אויס געדרייט נאכן דאווענען הושענה רבה. און זיך אנגערופן צו די תלמידים אז ער גייט נסתלק ווערן די יאר.

דער בעש"ט האט דערביי געגעבן סימנים פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיי וועלן קענען טרעפן זייער ריכטיגער רבי, זאגענדיג אז זיי זאלן אן פרעגן דעם צדיק וואס זיי פארן צו א עצה ווי אזוי מ'קען זיך ארויסדרייען פון די 2 שלעכטע מידות גאוה און פניות, און אויב דער צדיק וועט זיי געבן דערויף א גוטע עצה, דאן איז דאס א באווייז אז ער איז נישט קיין פאסיגער רבי. וויבאלד אז אויף די 2 מידות איז נישט פארהאן קיין שום עצות נאר מ'דארף מען מלחמה האלטן א גאנץ לעבן ביז די לעצטע מינוט. (וואו מ'האט טאקע געהערט אין די לעצטע מינוטן פונעם בעש"ט הק' {ווי געשריבן שפעטער ביי די לעצטע ווערטער פונעם בעש"ט הק'} וואו ער מורמלט זיך אינטער די פסוק אין תהילים אל תבואני רגל גאוה.)אבער אויב ער וועט וועט דער צדיק ענטפערן אז דער אויבערשטער וועט ענק שוין העלפן, דעמאלס איז עס א באווייז אז ער איז דער ריכטיגער רבי, און צו אים זאלן ענק זיך באהעפטן.

דורך אויס דעם גאנצן ווינטער איז די בעש"ט הק' געהעריג אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש, און די תלמידים האבן געדאווענט און געהאפט אז די גזירה וועט בטל ווערן.

שביעי של פסח

אויף יו"ט פסח זענען געקומען צו פארן א גרופע תלמידים, צווישן זיי איז געווען הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער זי"ע, וועלעכע זענען געקומען מיט האלטן דעם יו"ט פסח ביי זייער הייליגן רבי'ן.

ערב שביעי של פסח האט זיך ר' פנחס'ל פלוצלינג אנגעהויבן שפירן זייער שוואך, און ער האט אפגעמאכט נישט צו גיין אין מקוה לכבוד יו"ט, נאכדעם וואס אין זיין מצב זייענדיג זייער אפגעשוואכט איז גיין אין מקוה אין טייך געווען פארבינדן מיט סכנת נפשות, צוליב די גרויסע פרעסטן וואס איז געווען דעמאלס געווען אין שטאט.
יו"ט צופרי ווען הרה"ק ר' פינחס'ל קאריצער זי"ע האט געהאלטן אינמיטן דאווענען, האט ער פלוצלינג געהערט אויסרופן אויבן אין הימל אז דער בעש"ט הק' גייט אוועק גענומען ווערן פון דער וועלט. ער האט גלייך אנגעהויבן איינצורייסן מיט תפילות ותחנונים, אבער עס האט ליידער גארנישט געהאלפן, און זיינע תפילות און געבעטן זענען נישט אנגענומען געווארן. ר' פנחס'ל קאריצער איז געווארן זייער שטארק צובראכן דערפון, זאגענדיג אז ווען ער וואלט ווען געגאנגען א טאג בעפאר, וואלט ער שוין דעמאלס פאראויס געזעהן די גזירה, און דעמאלס וואלט ער עס נאך געקענט מבטל זיין.

נאכ'ן דאווענען האט אים דער בעש"ט וועלכער האט דאס אלעס צוגעזען געפרעגט ר' פנחס'ל קאריצער, צי ער איז געגאנגען אין מקוה, האט אים ר' פנחס'ל קאריצער געענטפערט אז ניין. האט איהם דער בעש"ט געענטפערט אז די גזירה איז שוין פארטיג און מ'קען שוין גארנישט טון מער, און ר' פנחס'ל קאריצער איז שוין פארבליבן אין מעזיבוזש ביז צו די פטירה פונעם בעש"ט.

שפעטער איז אריין צום בעש"ט זיין באליבטער תלמיד הרה"ק ר' דוד פורקעס זי"ע, און ער האט געפרעגט דעם בעש"ט אויב ער קען זיי געבן א וועג וואו אזוי מ'קען מבטל זיין די גזירה, האט איהם די בעש"ט געענטפערט גלייב מיר, אלע וועגן און אלע טויערן זענען פארשפארט, די איינציגסטע וועג וואס איז פארבליבן וואס די מקטריגים קענען נאכנישט די וועג איז מיט פארציילן סיפורי צדיקים.

ימי הספירה

צווישן די טעג פון פסח און שבועות האט דער בעש"ט באקומען די מחלה פון שלשול אויף א שטארקע פארנעם, וואס האט אים גורם געווען א שטארקע שוואכקייט, אבער מיט דעם אלעמען האט ער זיך געשטארקט און גארנישט געזאגט פאר זיינע תלמידים.

די תלמידים וואס די בעש"ט האט געוואוסט אז זיי וועלן צופיל איינרייסן ביים דאווענען, האט ער אהיימגעשיקט אז זיי זאלן נישט זיין אין מעזיבוזש אויף יו"ט שבועות.

עטליכע טעג פאר שבועות האט די בעש"ט אריינגערופן זיין באליבטן תלמיד הרה"ק ר' לייב קעסלער זי"ע, און אים געלאזט וויסן אז דער זמן פון זיין פטירה איז גאר נאנט. ר' לייב איז זייער דערשראקן געווארן, און ער האט אויסגעשריגן מיט א קול געשטיקט פון טרערן רבי איך געב אוועק מיין לעבן פאר'ן רבי'ן מיין קאפ אנשטאט דעם רבינ'ס. דער בעש"ט האט עס אבער אוועקגעמאכט, זאגענדיג מ'האט מיר שוין סיי ווי אוועקגענומען אלע הויכע מדריגות, און פון אזא לעבן האב איך גארנישט און ס'איז נישט אינטערעסאנט איינצורייסן.

אין ספר "אמרי פנחס" ווערט אראפ געברענגט אז הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער ז"ל האט דערציילט, אז שבת קודש פאר שבועות (דער לעצטער שבת פונעם בעש"ט אויף די וועלט) האט זיך דער בעש"ט אנגערופן אויב וועט משיח נישט קומען אין די קומענדיגע 60 יאר, (ס'איז פאראן עטליכע גרסאות אין דעם מספר) וועט ער נאכאמאל מוזן אראפקומען אויף די וועלט, און ר' פנחס'ל האט צוגעגעבן דערצו ווער ווייסט וואו דער בעש"ט וועט אראפקומען דאס קומענדיגע מאל.

ווי א טאג שפעטער, איז דער הייליגער בעש"ט שוואכער און שוואכער געווארן, זיין קול איז געווארן שטילער און שטילער, אבער מיט דעם אלעם האט ער ווייטער געדינט דעם בורא אזוי ווי זיין גאנץ לעבן און ער האט ניטאמאל געוואלט זיך אריינלייגן אין בעט. ביז ווען ער איז געווארן גאר גאר שוואך אויף אזוי ווייט אז די בעש"ט האט שוין נישט געהאט קיין כח אריינצורופן צו זיך דעם גבאי, הערשט דאן האט זיך די בעש"ט אריין געלייגט אין בעט.

זייענדיג אזוי אפגעשוואכט אז ער האט נישט געקענט רופן דעם משמש, האט מען געמאכט א פאטענט און מ'האט געלייגט א בענדל נעבן די בעש"ט'ס קראנקן בעט וואס די בענדל איז געווען צוגעבינדן צו א גלעקל. און ווען דער בעש"ט האט געוואלט רופן דעם משמש האט ער געצויגן דעם בענדל, וואס די בענדל האט געקלינגען דעם גלעקל, און פון דעם קול פונעם גלעקל האט די משמש געוויסט אז די בעש"ט וויל עפעס.

דורך אויס די צייט האט מען געהערט פאלן ווערטער פון בעש"ט, ערקלערנדיג דעם טעם פארוואס ער גייט שוין אוועק פון די וועלט, (דער בעש"ט איז אוועק פון די וועלט זייענדיג אינגאנצן אלט 62 יאר, לויט ווי עס איז באקאנט איז ער געבוירן שנת נח"ת לפ"ק) זאגענדיג אז אזוי ווי רוב גדולי ישראל אין יענע צייט זענען אפגענארט געווארן פון דעם פאלשן משיח ש"ץ וכת דילי' ימ"ש, און זיי זענען אפגעפירט געווארן אינגאנצן פון אידישן וועג, עד כדי כך און זיי רעדן ר"ל אויף די תורה שבע"פ, און אזוי איז ער געבליבן דער איינציגער קעמפער וועלכער שלאגט זיך קעגן זיי, אויף אזוי ווייט אז עס האט ל"ע אז מיין הארץ איז דורכגעלעכערט געווארן מיט 2 לעכער. און צוליב דעם האבן זיך די מקטריגים און די כח הטומאה פארלייגט אויף מיר. דעריבער מוז איך שוין נפטר ווערן פון די וועלט.

ערב שבועות

לכבוד יו"ט שבועות זמן מתן תורתינו זענען געקומען צו פארן א גרויסע עולם נישט וויסענדיג אז דאס איז די לעצטע יו"ט פון הייליגן בעש"ט עלי אדמות, און אז גאר בעצם יו"ט וועט די בעש"ט פארלאזן דעם עולם השפל. די תלמידים האבן געוויסט אז די מצב ביי די בעש"ט איז זייער נישט גוט און האבן זיך געדרייט נעבן ביתו נאוה קודש פון בעש"ט האפנ'דיג אויפן בעסטן אבער מיט זארג און שרעק.

פלוצלינג האט דער בעש"ט וואס איז געלעגן אין זיין שטוב מיט צוגעמאכט אויגן נישט האבענדיג קיין כח אפילו צו עפענען זיינע אויגן, זיך אנגערופן צו זיין געטרייער תלמיד הרה"ק ר' דוד פורקעס זי"ע, ווען א לייכטער שמייכעל שיינט פון זיין געזיכט, גיי זעה אז מ'זאל זיך אנגרייטען צום הייליגען יו"ט מיט שמחה און פרייד.
ר' דוד איז גלייך ארויס צו די פארזאמלטע וואס זענען געשטאנען אינדרויסן, און זיי איבער געגעבן די ווערטער וואס די בעש"ט האט איהם נארוואס געזאגט. "אז מ'זאל זיך גיין צוגרייטן צום הייליגן יו"ט מיט שמחה און פרייד" און וואו פארשטייט זיך איז די עולם זיך צוגאנגען זיך אנצוגרייטן צום יו"ט, מיט שמחה אבער די וואלקן פון זארג איז געבליבן שוועבן איבער די הימלען פון מעזיבוזש.

שבועות ביינאכט

אויב איז מען נישט געווען גענוג אנגעצויגן ביי מעריב אז די בעש"ט איז נישט אריין קומען צו מעריב, און אז אפילו ביי די פריוואטע מנין פונעם בעש"ט האט זיך דער בעש"ט זיך נישט אויפגעשטעלט זייענדיג אזוי שטארק אפגעשוואכט. איז די אנגעצויגנקייט נאר ארויף ווען נאכן דאווענען האט מען געמאלדן אז מ'וועט נישט קענען אריין גיין זאגן א גוט יו"ט פארן בעש"ט, וואס איז נישט געווען די נארמע.

אינמיטן תיקון ליל שבועות האט האט זיך דער טיר פלוצלינג געעפענט, און ביים שוועל האט זיך אנגעזעהן דער תלמיד הרה"ק ר' דוד פורקעס זי"ע. וואס האט אויסגעריפן אז ווער עס קען דעם לאנגן ניגון פון הרה"ק ר"ר מיכל'ע מזלאטשוב זי"ע זאל אריינקומען אינעם רבינ'ס צימער, וויבאלד די רבי וויל יעצט הערן דעם ניגון. ווי פארשטענדליך איז די צימער פונעם בעש"ט גלייך געווארן איבער געפילט, און עס איז ארויס געהערט געווארן פון דארט דעם ניגון פון ר"ר מיכל'ע, וואס איז געזינגען געווארן מיט א אויסערגעווענליכע התעוררות.

נאכן ענדיגן זינגען האט דער בעש"ט געוויזן פאר ר' דוד פורקעס אז ער וויל איהם עפעס זאגן, ר' דוד האט זיך גלייך צוגעבויגן און די בעש"ט האט זיך אנגערופן צו איהם, אז די ניגון איז מעורר די מידת הרחמנות, און איך בין מבטיח אז ביי יעדע געלעגענהייט ווען מ'וועט זינגען דעם ניגון וועט דאס מעורר זיין צו תשובה. דערנאך האבן די אנוועזענדע פארלאזט די שטוב, זיך צוריקקערנדיג אין ביהמ"ד. דער בעש"ט איז פארבליבן אין שטוב מיט געציילטע תלמידים, פאר וועמען ער האט געזאגט דברי תורה און רזין דאורייתא.

שבועות צופרי

אין די פארטאגס שעה'ן האט דער בעש"ט ארויסגעשיקט א שליחות צו אלע זיינע תלמידים, אז ער פאנגט שוין אן צו גוסס'ן. אבער אז ווען די חבריא איז אנגעקומען צו זייער רבי'ן האבן זיי אים געטראפן אין א געהעריגן געזונט צושטאנד, און מיט א קלארן באוואוסטזיין. דאן האט דער בעש"ט אנגעוויזן פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיין נשמה וועט ארויסגיין פון אים, אנווייזענדיג פון וועלכן אבר די נשמה וועט צוערשט ארויסגיין און וועלעכע דערנאך. נכאדעם האט דער בעש"ט באפוילן אז מ'זאל צוזאמצושטעלן א מנין צו דאווענען תפלת שחרית, און געווינקען אז מ'זאל אים דערלאנגען זיין ספעציעלן סידור, וועלכע איז געווען געשריבן מיט כתב אשורית אויף ריינע פארמעט, זאגענדיג דערביי "אז נאך אביסל וועלן מיר האבן די זכי' צו רעדן מיט'ן באשעפער אליין".

נאכ'ן דאווענען איז יעדער ארויסגעגאנגען פון שטוב, אויסער דער געטרייער תלמיד הרה"ק ר' נחמן האראדענקער זי"ע, וועלכער האט נישט געוואלט ארויסגיין פון שטוב, שפירענדיג אז דער בעש"ט האלט שוין אין זיינע לעצטע שעות, און ערהאט נישט געוואלט איבערלאזן זיין גרויסן רבי'ן אין אזא געהויבענעם זמן פון יציאת נשמה.

שטייענדיג אזוי נעבן זיין רבי'ן בעט, צוקוקענדיג ווי ווי זיין רבי ליגט אזוי קראנק און שוואך אין א בחינה פון ספר תורה שרוי בצער, האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין. דער בעש"ט האט אים בארואיגט, זאגענדיג אז היינט איז יו"ט און מ'טאר נישט טרויערן, און גלייב מיר פאר מיר אליין זארג איך מיך נישט, ווייל דאס איז ביי מיר אזוי גלייך ווי איינער וואס גייט ארויס פון איין שטוב און גייט אריין אין א צווייטע שטוב.

דאן איז ר' נחמן ארויס פון די בעש"ט'ס צימער און געגאנגען אין ביהמ"ד, ווי ער האט איינצורייסן מיט תפילות און תחנונים, פרובירנדיג צו מבטל זיין די שווערע גזירה. אבער דער בעש"ט האט אים געשיקט א שליחות, אז די אלע תפילות זענען אומזיסט. און דער בעש"ט האט אויסגעפירט פאר די ארומיגע אז ווען ער וואלט ווען געוואוסט דורך וועלכן היכל איך פלעג אריינגיין, וואלט ער נאך אפשר געקענט עפעס אויפטון.

געציילטע שעה'ן פאר די פטירה פונעם בעש"ט איז אריינגעקומען א פארווארפענע נשמה צום בעש"ט, און זיך געבעטען ביים בעש"ט ער זאל איר מתקן זיין. דער בעש"ט האט איר אבער אנגעשריגען, שוין אכציג יאר וואס דו ביסט אזוי פארוואגלט און דו דרייסט זיך ארום, און ביז היינט האסטו נאך גארנישט געהערט פון מיר? צא רשע!. באלד האט דער בעש"ט אנגעזאגט פאר'ן משמש, אז קיינער זאל נישט שטיין יעצט אינדרויסן ווייל די ארויסגעווארפענע נשמה איז זייער בייז, און ווער ס'וועט אים שטיין אין וועג איז אין א גרויסע געפאר. יעדער איז טאקע באלד אנטלאפן פון דארט אויסער דעם משמש'ס קליינע טאכטער, וואס האט זיך אביסל פארזוימט און איז אביסל געשעדיגט געווארען.

ווען דער משמש איז צוריקגעקומען אין שטוב פונעם בעש"ט, האט ער געהערט ווי דער בעש"ט זאגט "איך בין דיר מוחל די צוויי שעות", באמערקענדיג אז קיינער האט זיך נישט געפונען אין שטוב, האט ער געפרעגט דעם בעש"ט, צו וועמען רעדט דער רבי? האט איהם די בעש"ט צוריק געפרעגט דו זעסט נישט?, דער מלאך המות וועלכער פלעגט שטענדיג אנטלויפן פון מיר, האט איצט באקומען רשות פון אויבן מיך צו שעדיגען, און זיינע אקסלען זענען ברייטער געווארען פון פרייד, און א גרויסע שמחה איז אויסגעשפרייט אויף זיין פנים.

די לעצטע סעודת יום טוב

דערנאך האט דער בעש"ט באפוילען דעם משמש אנצוגרייטען די סעודה לכבוד יו"ט, דער בעש"ט האט באפוילן דעם גבאי אז ער זאל אים אריינברענגען א גרויסע שיסל האניג, און פון גרויס איילעניש האט ער בטעות אריינגעברענגט א קליינע שיסל אנשטאט א גרויסע. ווען דער בעש"ט האט דאס באמערקט האט ער זיך אנגערופען בדרך צחות, שלמה המלך זאגט דאך אין קהלת "אין שלטון ביום המות" א מענטש געוועלטיגט נישט אין דעם טאג וואס ער שטארבט, אויספירנדיג זעהט איר אפילו מיין משמש פאלגט שוין אויך נישט מיין שליחות.

די בעש"ט הק' געזעגענט זיך פון זיין בן יחיד הרה"ק ר' צבי זי"ע

דער זון פון בעש"ט הרה"ק ר' צבי זי"ע, האט נישט געגלייבט אז די מצב ביי זיין טאטע האלט שוין אזוי ערנסט, דעריבער זייענדיג ערשעפט פון די פארגאנגענע נאכט זייענדיג אויף צו זאגן תיקון ליל שבועות, איז ער זיך געגאנגען זיך צולייגן אביסל. און ווען די תלמידים האבן געזען ווי דער בעש"ט גרייט זיך צו פארלאזן די וועלט, זענען זיי אים גלייך געלאפן אויפוועקן.

ר' צבי איז באלד געקומען צו לויפען, און זעענדיג דעם ביטערן מצב האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין, שרייענדיג טאטע דו לאזט מיך דא איבער? האט איהם דער בעש"ט געענטפערט, וויסן זאלסטו אז דו האסט א הייליגע נשמה אין דיר, באמת וואלט איך דיר געקענט אראפברענגען א נשמה פון ר' אלעזר ב"ר שמעון, אבער ס'פעלט דיך נישט אויס, ווייל דו האסט גענוג א גרויסע נשמה.

דאן האט איהם דער בעש"ט אנגעפאנגען אויסצולערנען געוויסע סודות, אבער ר' צבי האט געשריגן טאטע כ'האלט נישט מיט, איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, אבער דער בעש"ט האט נישט ערקלערט זיינע רייד, זאגענדיג אז ער איז שוין מער נישט בכח דערצו. דאן האט די בעש"ט אויסגעלערנט א געוויסען הייליגן שם, און ווען ר' צבי האט געזאגט אז ער האט מורא אז ער וועט דאס פארגעסן, האט אים דער בעש"ט אויסגעלערנט א סגולה ער זאל דאס נישט פארגעסן.

די לעצטע דיבורים פונעם בעש"ט הקדוש

אין מדרש פנחס ווערט געברענגט אז הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער זי"ע האט דערציילט אז צוויי שעה פאר די פטירה האט זיך דער בעש"ט אנגערופען, איך ווייס אז איך פארמאג נאך צוויי שעה צום לעבן, אבער כ'גיב דאס אוועק פאר'ן אויבערשטן פאר א מתנה. און ר' פנחס'ל האט אויסגעפירט אט דאס הייסט ריכטיגע מסירות נפש.

אין ספה"ק אגרא דכלה ווערט געברענגט אז דער בעש"ט האט געזאגט עטליכע מינוט פאר זיין פטירה, אז יעצט פארשטיי איך שוין פאר וואספארא צוועק איך בין געבוירן געווארן.
אין ספה"ק ישמח ישראל ווערט געברענגט אז דער בעש"ט האט געזאגט פאר זיין פטירה, איך לאז אפ אלע מיינע גרויסע מדריגות איך בין א פשוט'ער איד, און איך וויל נישט וויסן פון גארנישט נאר צו גלייבן אינעם איינציגן באשעפער.

אין ספה"ק שארית ישראל ווערט געברענגט אז די לעצטע תפלה פונעם בעש"ט הק' איז געווען דער פסוק אין תהילים אל תבואני רגל גאוה.

ענדליך צו דעם ווערט געברענגט אז די ראפשיצער רב זי"ע (וואס איז גראדע געבוירן אין יענעם טאג וואס די בעש"ט איז נסתלק געווארן, און צדיקים האבן געזאגט אז עס איז דאן מקוים געווארן די פסוק אין קהלת פון וזרח השמש ובא השמש) האט דערציילט, אז ער האט געהערט זאגן אז מ'האט זיך צוגעבויגן צום בעש"ט בשעת זיין פטירה, און מ'האט געהערט די ווערטער רבוש"ע זיין מיך מציל פון פניות. די ראפשיצער רב פירט אויס אז פון דעם לערנען מיר ווי שווער ס'איז ניצול צו ווערן פון די סארט מחשבות, אז אפילו אזא צדיק ווי די בעש"ט האט פאר די הסתלקות געדארפט בעטן דערויף.

די הסתלקות פונעם בעש"ט הקדוש

דער בעש"ט האט געגעבן א סימן אז ווען די צוויי זייגער'ס פון זיין שטוב וועלן זיך אפשטעלן, דאן איז עס א סימן אז זיין נשמה איז ארויס פון אים. די תלמידים האבן זיך ארומגעשטעלט ארום זיין בעט, פרובירענדיג צו פארשטעלן אז די בעש"ט זאל נישט זען די זייגער'ס. אבער דער בעש"ט האט זיי געזאגט אז ער איז זייער רואיג, און נישט דערשראקן פון זיין פטירה.

די בעש"ט האט באפוילן אז מ'זאל אים צודעקן מיט א ווייסען צודעק, און דער הייליגער גוף האט זיך אנגעהויבען צו ווארפן אויף די זעלבע וועג אזוי ווי מ'איז געווען געוואוינט צו זען די בעש"ט זיך ווארפן ביי שטילע שמונה עשרה. נאכן זיך ווארפן פאר א וויילע האט זיך די בעש"ט בארואיגט, און די תלמידים האבן געזען ווי די זייגער'ס האבן זיך אפגעשטעלט, אבער זיי האבן נישט באמערקט קיין שום חילוק אויף די פנים פונעם בעש"ט וואס איז געבליבן די זעלבע קאליר פון פריער. האבן זיי דאן גענומען א פעדער און עס צוגעלייגט צו זיין נאז, און זעענדיג אז ס'פאלט נישט אראפ האבן זיי פארשטאנען אז די הייליגע בעש"ט איז נסתלק געווארן, און ווי דער תלמיד הרה"ק ר' לייב קעסלער זי"ע האט דערציילט האט די בעל שם טוב'ס פנים אויסגעזען ווי א פלאם פייער.

אין ספר שבחי הבעש"ט ווערט געברענגט אז די הייליגע פנים פון בעש"ט האט אויסגעזען ביים פטירה אזוי ווי עס האט אויסגעזעען יעדע פרייטאג צונאכט'ס, און ווי ער איז מסביר דארט אז ערב שב"ק פארנאכט'ס גייט ארויס די וואכענ'דיגע נשמה און די נשמה יתירה קומט דאן אריין, און די זעלבע האט זיך אפגעשפילט ביי די ריכטיגע יציאת נשמה, ווען די נשמה פונעם בעש"ט הק' האט זיך צוריקגעקערט תחת כנפי השכינה.

די טעם פארוואס די בעש"ט הק' איז אוועק אום שבועות

אין אסאך ספרים הקדושים געפינען מיר אז דער יארצייט פונעם בעש"ט האט א גרויסן צוזאמענהאנג מיט'ן יו"ט שבועות, און איז נישט פערצופאל אויסגעפאלן אין דעם טאג.

אין ספה"ק עטרת ישועה אויף שבועות ווערט געברענגט, אז אינעם יו"ט שבועות קומט אראפ די נשמה פון משיח בן יוסף און משיח בן דוד, און די גימטריא פון רבי ישראל בעל שם טוב באטרעפט די זעלבע צאל ווי משיח בן יוסף און משיח בן דוד.

אין ספה"ק זוהר חי פרשת וישלח ווערט געברענגט אז דער שורש נשמה פון דעם בעש"ט שטאמט פון די נשמה פון דוד המלך ע"ה, וועלכער איז אויך נפטר געווארן שבועות.

ספיקא דהילולא

ס'איז באקאנט אז מ'ווייסט נישט גענוי ווען עס איז די יארצייט פונעם בעש"ט, וויבאלד עס איז פארהאן ספרים וואס צייכענען צו דעם ערשטן טאג יו"ט אלס די יארצייט, און ברענגען באווייזן דערויף. אבער דאקעגן איז דא ספרים וואס האבן פארקערטע באווייזן אז דער בעש"ט איז גאר נפטר געווארן דעם צווייטן טאג שבועות.

אין ספר שבחי הבעש"ט וואס איז געדרוקט געווארן בערך 55 יאר נאך די פטירה פונעם בעל שם טוב, און איז פון די ערשטע קראנטע ספרים וואס זענען ארויסגעקומען מיט באשרייבונגען איבערן בעש"ט, ווערט געברענגט אז די יארצייט פונעם בעש"ט איז אין ערשטן טאג שבועות. און א באווייז דערצו איז לויט ווי מ'זאגט נאך איז די פטירה פונעם בעש"ט אויסגעפאלן אין א מיטוואך, און ווי מ'פלעגט זאגן די מליצה, אז מיטוואך איז געווען דער טאג וואס ביי ששת ימי בראשית איז עס געווען יום שנתלו בו המאורות, ווען מ'האט אוועקגענומען די ליכט פון די וועלט מיט די פטירה פון בעש"ט. און לויט די חשבון קומט אויס אז יענעם יאר תק"כ איז דער ערשטער טאג שבועות אויסגעפאלן אין א מיטוואך, איז דאס דינט אלס א באווייז אז די בעש"ט איז נפטר געווארן מיטוואך דעם ערשטן טאג שבועות.

אין ספה"ק היכל הברכה ווערט אראפ געברענגט מאמרים וועלכע דער בעש"ט האט געזאגט קורץ פאר זיין פטירה. ווי הרה"ק ר' אייזיק מקאמארנא זי"ע צייכנט דארט אן, ביום "ראשון" של חג השבועות קודם התפלה שנת שכר (תק"כ), זעט אויס פון זיינע דיבורים אז די פטירה איז געווען דעם ערשטן טאג שבועות.

פון די צווייטע זייט ווערט געברענגט אין ספר הילולא דצדיקיא, אז די יארצייט איז דעם צווייטן טאג שבועות, און ער ברענגט צו א באווייז, אז די הלכה איז אז דעם ערשטן טאג יו"ט איז נישט ערלויבט פאר אידן זיך צו באשעפטיגן מיט א נפטר נאר מ'דארף זיך באנוצן מיט גוים, דעריבער איז שווער צו זאגן אז די פטירה פון די הייליגע בעש"ט איז געווען דעם ערשטן טאג יו"ט, און פרעמדע גוים האבן זיך באשעפטיגט מיט אזא הייליגן גוף. דעריבער איז ליבערשט צו זאגן אז די בעש"ט איז אוועק דעם צווייטן טאג יו"ט ווען אידן מעגן זיך באשעפטיגן מיט א בר מינן ר"ל.

אין ספר דרכי חיים ושלום ווערט אראפ געברענגט אז דער מונקאטשער רב הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע, פלעגט זאגן אז ער האט מקובל פון זיינע עלטערן אז די פטירה פונעם בעש"ט איז געווען דעם ערשטן טאג יו"ט, הגם מיר האבן נישט קיין באגריף ווי הייליג דער בעש"ט איז געווען. אבער מיט דעם אלעמען איז זיכער אז מ'האט זיך געפירט לויט די בפירוש'ע הלכה אין שולחן ערוך, און זיכער האבן זיך די הייליגע תלמידים באנוצט מיט גוים צו די קבורה פונעם בעש"ט, און דאס וואס מ'זאגט נאך אז די יארצייט איז דעם צווייטן טאג איז א וועלט'ס טעות.

אויך איז געפונען געווארן דער סידור פונעם בעש"ט וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ק ר' אברהם שמשון מראשקוב זי"ע א זון פון הרה"ק בעל תולדות יעקב יוסף זי"ע, וועלכער האט געשריבן דעם סידור פאר'ן בעש"ט אבער די סידור איז ערשט פארטיג געווארן נאך די פטירה פונעם בעש"ט הק', און אויפ'ן דעקל פונעם סידור געפינט זיך די פאלגענדע שורות, "מורי מהר"י ב"ש זלה"ה שבעוה"ר נפטר יום א' דשבועות שהוא יום ד' שנת תק"כ".

עס איז מערקווירדיג צו צוברענגען וואס מ'זאגט נאך אין נאמען פון הסבא קדישא מרוזין זי"ע, אז די ערשטע יאר נאכדעם וואס דער בעש"ט איז נפטר געווארן, האבן די תלמידים זיך צוזאם געזעצט איבער צו שמועסן ווען פונקטליך ס'געפאלט די יארצייט, האבן זיי באשלאסן אז דאס איז א די בחינה פון "ולא ידע איש את קבורתו", אז מ'זאל נישט וויסן ווען גענוי די יארצייט איז.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 12:49 am ווי באוויסט איז דער בעש"ט הקדוש זי"ע געבוירן געווארן נישט אסאך נאך די תקופה פונעם שבתי צבי ימ"ש דער משיח שקר וואס האט ליידער אפגעפירט א גרויס חלק פון כלל ישראל פון אידישן וועג,

און דערפאר ווען דער הייליגער בעש"ט הקדוש האט אנגעהויבן זיין דרך החסידות וואס איז געווען געבויעט אויף התבודדות בשם, דאווענען מיט א ברען און לערנען חסידות, דרך התשובה ועבודה בשם ע"י שמחה, אהבת ד' ואהבת ישראל ואהבת התורה, דן זיין יעדן איד לכף זכות, ארבעטן אויף די מידות און זיי ברענגן צו עבודת השם, טראכטן פונעם באשעפער יעדע רגע ממש, ירידה לצורך עליה, עיקר עבודת השם בלב, וואס איז דאן געווען א חידוש בעולם,

האבן א גרויס חלק פון די צדיקים בדורו, ובתוכם דער הייליגער גר"א זי"ע און אויך דער הייליגער נודע ביהודה זי"ע, זיך ארויס געשטעלט קעגן דעם הייליגען בעש"ט מיט א מוראדיגע התנגדות, עד כדי כך אז מען האט געוואלט ארויסגעבן א חרם אויפן בעש"ט הקדוש זי"ע.

אבער דער הייליגער בעש"ט האט גאר שווער געארבעט יארן לאנג צו מקרב זיין איין תלמיד נאכן אנדערן, וואס ווי באקאנט איז דא הונדערטער מעשיות ווי אזוי ער האט יעדן תלמיד צום סוף מקרב געווען, און דאן זענען די אלע צדיקים וקדושים געווארן פון זיינע גרעסטע חסידים, און אויך צעשפרייט דעם דרך החסידות, וואס דאס האט אריינגעברענגט א געוואלדיגע דרך צו דינען דעם גרויסן באשעפער מיט שמחה, און דורך דעם הייליגען בעש"ט הקדוש זענען טויזנטער אידישע קינדער נאנט געווארן צום הייליגען באשעפער, ורבים השיב מעון,

דער הייליגער בעש"ט איז פארעכענט אין די וועלט אלס די רבי פון אלע רבי'ס, און בזכותו הגדול לעבן מיר היינט אין א וועלט, וואס יעדער איד וואס וויל זיין ערליך, האט א דרך אין עבודת השם, און דאס איז נאר אין זכות פון דעם הייליגען בעש"ט זי"ע דער אור שבעת הימים, וואס מיט זיין הייליגע עבודה און זיין כח דקדושה האט ער אויסגעטרעטן א וועג פאר אידן צו קענען דינען דעם באשעפער מיט א שמחה און א דרך תשובה, אז א איד זאל קיינמאל נישט ווערן פארפאלען און קענען צוריק נאנט ווערן צום באשעפער,

אויך האט ער זיין גאנץ לעבן געארבעט ארויס צו נעמען אידישע נשמות וואס זענען ליידער פארווארפן געווארן און נישט געהאט קיין תיקון, אבער ער מיט זיין גרויסע כח האט באוויזען אסאך נשמות פון כלל ישראל צו מעלה זיין למקום מנוחתם,

הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע האט געזאגט אז דער בעש"ט הקדוש האט געהאט אזא גרויסע יראת שמים, אז אפילו די איברים וועליכע זענען ביי סתם א מענטש אומבאוועגליך זענען דערציטערט געווארן ביים בעש"ט הקדוש פון גרויס פחד פון השי"ת,

אמאל האט דער הייליגער רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע געבעטן, אז מען זאל אים געבן די יראת שמים פונעם בעש"ט הקדוש, און מען האט אים דאס נאכגעגעבן, פון גרויס פחד וואס האט אים דאן ארום גענומען האט ער זיך נישט געקענט רירן פון ארט, ער האט דאס מער נישט געקענט דערטראגן און געבעטן מען זאל דאס פון אים צונעמען,

דער בעש"ט הקדוש האט זיין גאנץ לעבן לוחם געווען קעגן די מתחדשים וואס האבן געוואלט איינפירען נייע זאכן ביי אידישע קינדער, ווי די נאכפאלגערס פון שבתי צבי ימ"ש און יעקב פראנק ימ"ש וואס האבן פראבירט איינצורעדן אידישע קינדער אז זיי זענען משיח און ליידער אפגעפריט פון אידישן וועג טויזנטער אידן,

ער האט איבער געלאזט צוויי קינדער נאך זיך.
הרה"ק רבי צבי זי"ע,
בתו הצדקת מרת אדל ע"ה,

זיין תלמיד חביב הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע האט איבער גענומען דאס חסידות פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע נאכן פטירה און ווייטער געפירט און פארשפרייט דאס דרך החסידות אויף די וועלט,


אין "מדרש פנחס" ווערט געברענגט אז הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע האט דערציילט אז צוויי שעה פאר די פטירה, האט זיך דער בעש"ט אנגערופען, כ'ווייס אז כ'פארמאג נאך צוויי שעה צום לעבן, אבער כ'גיב דאס אוועק פאר'ן אויבערשטן פאר א מתנה, און הרה"ק ר' פנחס האט אויסגעפירט אט דאס הייסט ריכטיג "מסירות נפש".

אין ספה"ק "אגרא דכלה" ווערט געברענגט אז דער בעש"ט האט געזאגט מינוטן פאר זיין פטירה, איצט פארשטיי איך שוין פאר וואס פאר א צוועק כ'בין געבוירן געווארן.

אין ספה"ק ישמח ישראל ווערט געברענגט אז דער בעש"ט האט געזאגט פאר זיין פטירה, איך לאז אפ מיינע גרויסע מדריגות, איך בין א פשוט'ער איד, און כ'וויל נישט וויסען פון גארנישט נאר צו גלייבען אינעם איינציגען באשעפער.

דער בעש"ט האט געגעבן א סימן, אז ווען די צוויי זייגערס פון זיין שטוב, וועלן זיך אפשטעלן, דאן איז א באווייז אז זיין נשמה איז ארויס פון אים. די תלמידים האבן זיך ארומגעשטעלט ארום זיין בעט, פרובירענדיג צו פארשטעלן אז ער זאל נישט זען די זייגערס. אבער דער בעש"ט האט זיי געזאגט אז ער איז זייער רואיג, און נישט דערשראקען פון זיין פטירה.

ער האט באפוילען אז מ'זאל אים צודעקען מיט א ווייסען צודעק, און דער הייליגער גוף האט זיך אנגעהויבען צו ווארפען, אזוי ווי מ'איז געווען געוואוינט צו זען ביי זיין "שטילע" שמונה עשרה, דערנאך האט זיך עס אפ געשטעלט, און די תלמידים האבן געזען ווי די זייגערס האבן זיך אפ געשטעלט,

אבער זיין האבן נישט באמערקט קיין שום ענדערונג אינעם געזיכט פונעם בעש"ט, ווייל דאס פנים איז געבליבן די זעלבע קאליר פון בעפאר, האבן זיי דעריבער גענומען א פעדער און צו געלייגט צו זיין נאז, דערזעענדיג אז ס'פליט נישט אראפ, האבן זיי פארשטאנען אז זייער רבי איז שוין נישט בין החיים, און ווי די תלמידים האבן צו געגעבן האט זיין פנים אויס געזען ווי א פלאם פייער,


ענליך צו דעם וואס @אלטערנעסייד פארקינג ברענגט אז די בעש"ט האט זיך אונטערגעמורמעלט אל תבואני רגל גאווה ווערט געברענגט אין ספה"ק "זרע קודש", ווי דער ראפשיצער רב זי"ע דערציילט אז ער האט געהערט זאגען אז מ'האט זיך צוגעבויגען צום בעש"ט בשעת זיין פטירה און מ'האט געהערט די ווערטער, רבוש"ע זיי מיך מציל פון פניות, און דער "זרע קודש" פירט אויס, פון דעם לערנען מיר, ווי שווער ס'איז ניצול צו ווערן פון די סארט מחשבות אז אפילו אזא צדיק ווי דער בעש"ט הקדוש האט פאר די הסתלקות געדארפט בעטן דערויף.

אין ספה"ק "היכל הברכה, ווערט געברענגט אז נאכ'ן זאגען דעם פסוק אל תבואני, האט ער נאך אויך געטייטשט דעם פסוק והתמכרתם שם לאויביך.

אין "שבחי הבעש"ט" ווערט געברענגט אז דאס הייליגע פנים פון בעש"ט האט אויסגעזען אזוי ווי יעדן "פרייטאג צונאכט'ס", און ווי ער גיט דאס צו פארשטיין ווייל ערב שב"ק פארנאכט'ס גייט ארויס די וואכעדיגע נשמה, און די נשמה יתירה קומט דאן אריין, דאס זעלבע האט פאסירט ביי די ריכטיגע "יציאת נשמה" ווען די נשמה האט זיך צוריקגעקערט תחת כנפי השכינה.

צווישן די תלמידים וועלכע האבן באגלייט זייער רבי'ן, איז ארויסגעשטאנען דער געטרייער תלמיד ר' וואלף קיצעס זי"ע, וועלכער איז געווען פון די עלטערע תלמידים, און שטארק אנגעקניפט געווען אין זיין גרויסן רבי'ן.

ווי ערשטוינט איז יעדער געווארן, ווען צוקומענדיג נענטער צום בית החיים האט ר' וואלף באפוילן אפצושטעלן די מטה, און אביסל אויפגעדעקט דעם ווייסן ליילעך און צוריק צוגעדעקט, אזוי האט ער געטאן עטליכע מאל. ווען די אנוועזנדע פון די חבריא האבן אים איבערגעפרעגט פארוואס ער טוט דאס, האט ער זיי ערקלערט ווי פאלגענד:

גרויסע מלאכים האבן שטענדיג געגליסט צו כאפן א בליק אויפ'ן צדיק'ס געזיכט, נאר צוליב זיין גרויסע קדושה האבן זיי מורא געהאט פון אים. איצט ווען ער איז נסתלק געווארן, זענען זיי זיך צוזאמען געקומען און מיך געבעטן אז זיי ווילן זען די צורה פונעם צדיק, דעריבער האב איך זיי ערמעגליכט צו זען די הייליגע צורה,


זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך ניקל »

דער בעש"ט זי"ע איז געווען, אן אור גדול ונורא, פאר וועמען עס זענען נישט געווען קיין מחיצות, קיין אפהאלט, קיין אפשטעל, און וועמענס כוח האט זיך אנטפלעקט אויף דער וועלט אויף א פארנעם וואס מיר זענען נישט געווען בכוח צו דערטראגן. דער בעש"ט איז נישט געווען קיין גאון, קיין צדיק, קיין בעל מידות, קיין פרוש, קיין מקובל, קיין גוטהארציגער מענטש, קיין מסירת נפש איד, קיין בעל רוח הקודש, קיין נביא, קיין קדוש. ער איז געווען דאס אלעס, אבער אסאך אסאך מער,
ער האט דאס אלעס געהאט און די אלע מדריגות זענען אין זיין פערזענליכקייט געווען פארקערפערט בתורת "לא זו - אף זו", אן "אף זו" וואס איז גרעסער ווי סיי וואס צו וואס מיר האבן סיי וועלכן שייכות.

מערקווירדיג איז דאס וואס ווערט אראפגעברענגט אין "ספרן של צדיקים", אז הרה"ק ר"ר מנחם נחום בעל מאור עינים מטשערנאביל זי"ע איז אמאל געווען אין מעזיבוזש אינמיטן ווינטער, ווען אינדרויסן האט געבוזשעוועט א שווערער ווינט, א גרויסער שניי איז געפאלן, וואס האט פאראורזאכט א געפערליכע זאווערוכע אין שטעטל. דער צדיק איז געשטאנען ביים ציון פון בעש"ט אן די שיך, צוליב די קדושת המקום.

ווען די תלמידים האבן אים געפרעגט, רבי, עס הערשט דאך אן אויסטערלישע קעלט, ווי קען דער רבי אזוי שטיין איצט, האט דער רבי געענטפערט, דער בעש"ט האט אהער געברענגט דעם אוירא דארץ ישראל", די לופט פון א"י, און אין א"י איז אצינד ווארעם, דעריבער שפיר איך נישט קיין שום קעלט.

דער בעש"ט זי"ע האט איינמאל נישט געהאט קיין איין פרוטה אויף הוצאות שבת, איז ער געגאנגען פרייטאג פארטאגס צו די פענסטער פון א נגיד און האט געקלאפט איין מאל זאגענדיג: איך דארף געלט אויף צרכי שבת!, און דער בעש"ט איז תיכף אוועק געגאנגען, דער איד האט זיך תיכף אויפגעוועקט מיט א ציטער, און איז געלאפן קוקען ווער עס האט געקלאפט, אבער ער האט שוין קיינעם נישט געזען, ביז ער האט זיך גענומען לויפן און געטראפן דעם בעש"ט,

דער איד האט געפרעגט דעם בעש"ט הקדוש זי"ע, אויב איר דארפט אויף צרכי שבת פארוואס זענט איר אוועק געלאפן, איר דארפט ווארטן ביז איך וועל ארויס קומען געבן געלט, וויבאלד דער איד האט נישט געוואוסט אז דאס איז דער בעש"ט הק', אויף דעם האט דער בעש"ט געענטפערט: ווען א מענטש ווערט געבוירן ווערט מיט אים באשאפן "פרנסה" פון וואס ער זאל לעבן,

אויב אבער דער מענטש זינדיגט ח"ו, דארף ער זיך פלאגן אז זיין פרנסה זאל צו אים אנקומען, איינער דארף פארן ווייט צו צוקומען דערצו, און איינער קען דאס באקומען אין שטוב מיט א קליינע פעולה, איך האב מיך באטראכט, אז איך דארף נאר געבן איין קלאפ, וויבאלד איך האב שוין געטוען דאס מייניגע, איז מיר שוין נישט קיין חילוק צו איר גיט מיר יא אדער נישט.

דא די באקאנטע מעשה אז דער בעל שם טוב זי"ע איז געפארן אויפן וועג קיין ארץ ישראל, באגלייט פון זיין חסיד ר' צבי סופר זי"ע, וויבאלד דער בעש"ט האט זיך געוואלט באגעגענען מיט'ן אור החיים הקדוש זי"ע, און צוזאמען ארבעטען אז משיח זאל קומען, דער צייט פון דער גאולה איז אבער נאך נישט אנגעקומען, האט דער שטן אונטער געלייגט פארשידענע שטערונגען אויפן וועג אז דער בעל שם טוב זי"ע האט געמוזט צוריק אהיים פאהרן,

אינמיטען וועג האבן רויבערס זיי געכאפט און געבינדען אין קייטען און זיך געגרייט זיי צו פארקויפן פאר קנעכט, פון גרויס ווייטאג האט דער בעל שם טוב זי"ע פארלוירן זיין רוח הקודש און אלע הויכע מדריגות, האט איהם ר' צבי סופר געפרעגט: "רבי, פארוואס טוהט איהר גארנישט קעגען זיי", האט דער בעש"ט זי"ע געענטפערט אז ער האט פארלוירן זיינע אלע מדריגות, און ער האט שוין נישט מער קיין כוח קעגען זיי ווייל ער האט אלעס פארגעסען,

האט דער בעש"ט זי"ע געבעטן ר' צבי סופר ער זאל איהם דערמאנען די "אלף-בית", דער בעש"ט זי"ע האט נאכגעזאגט מיט קדושה און גרויס ברען און התלהבות די אלע 22 אותיות פון דער א-ב, און פון די קדושה האט זיך אויפגעריסן די שטריק און די רויבערס זענען אנטלאפען.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך ניקל »

אין די יארן ווען דער הייליגער בעש"ט איז נאכנישט געווען באקאנט, פלעגט ער ארום פארן אין שטעט ווי עס זענען געווען גאר פשוטע אידן וואס האבן נישט געוויסט קיין סאך וועגן אידישקייט, און ער פלעגט דארט מעורר זיין צו דינען דעם הייליגען באשעפער און מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים,

איין טאג איז דער בעש"ט אנגעקומען צו א קליינע גאסט הויז וואס איז געווען גאר ווייט פון די אידישע געגענט, און ווען דער בעש"ט איז אנגעקומען, האט מען אים מכבד געווען מיט עסן און א פלאץ ווי צו שלאפן, ווען ער האט געפרעגט ווי די טאטע איז האט מען געענטפערט אז ער איז געגאנגען דאווענען, עס איז דורך א שעה און נאך א שעה און די טאטע איז נאך נישט אהיים האט זיך די בעש"ט זייער געוואונדערט ווי דער איד איז אזוי לאנג,

ווען דער איד איז אהיים געקומען איז שוין געווען גאר שפעט ביינאכט, האט דער בעש"ט געפרעגט פון דעם איד, וואס האט דיר אזוי לאנג גענומען דאס דאווענען, האט דער איד מיט א שעמעדיג פנים געזאגט, איך בין א גרויסע עם הארץ, עס קומט מיר זייער שווער אן צו דאווענען און ארויס זאגן די ווערטער פונעם סידור וואס אסאך מאל איז עס אן קיין נקודות, און וויבאלד איך ווייס נישט וואס צו דאווענען, זאג איך דעם גאנצן סידור יעדן טאג פון אנפאנג ביזן סוף,

האט דער בעש"ט געזאגט פארן איד, אפשר קען איך דיר העלפן און מסדר זיין דעם סידור און אזוי וועסטו וויסן וואס צו דאווענען יעדן טאג, דער איד האט זיך זייער געפרייט, און דער בעש"ט איז געזעצן מיט דעם איד, און אויסגעלערנט ווי אזוי צו באניצען דעם סידור, געשריבען אין אידיש ווערטער, תפילות שחרית, תפילות מיוחד פאר מאנטאג און דאנערשטאג, תפילות מנחה, תפילות מעריב, תפילות שבת קודש, און אזוי ווייטער,

דער איד האט זיך זייער באדאנקט פארן בעש"ט אז ער וועט פון יעצט קענען דאווענען געהעריג, און די בעש"ט האט זיך געזעגענט פון דעם איד, דעם איד'ס שמחה האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג, אפאר שעה נאכדעם וואס דער בעש"ט איז אוועק געפארן, איז די סידור אראפ געפאלן און אלע בלעטער פונעם סידור זענען ציפלויגען און זיך פארמישט,

דער איד האט פארקלאפט די הענט און זיך זייער מצער געווען, דא האט ער זיך שוין געפרייט אז ער גייט קענען אנהייבן דאווענען ווי א איד, און יעצט איז די גאנצע זאך צאמגעפאלן, און ווער ווייסט ווי לאנג נאך ער וועט דארפן ווארטן, ביז נאך א תלמיד חכם וואס ווייסט ווי אזוי מען דארף דאווענען וועט אנקומען צו זיין פארשטיפטען שטוב,

ער האט נישט געטראכט קיין צוויי נאר צוזאמען גענומען אלע בלעטער, און אנגעהויבן נאכלויפן נאכן בעש"ט אפשר וועט ער אים טרעפן און בעטן נאכאמאל צו מסדר זיין דעם סידור, ענדליך האט ער געזען פון דערווייטענס דעם בעש"ט ווי ער איז אנגעקומען צו א טייך, האט זיך דער איד געוואונדערט וויאזוי טראכט דער בעש"ט צו אריבער גיין דעם וואסער וואס איז גאר טיף, אבער פלוצלונג זעהט ער ווי דער בעש"ט שפרייט אויס זיין קלייד אויפן וואסער, און גייט דורך דעם וואסער צו די אנדערע זייט,

דער איד האט נישט געטראכט קיין סאך, ווען ער איז אנגעקומען צום טייך, האט ער געטון די זעלבע ווי דער בעש"ט, און לפלא עס האט געארבעט און דער איד איז אויך אריבער דעם טייך, און ער שרייט פארן בעש"ט זייט מוחל גייט נישט ווי לאנג איר זענט נישט נאכאמאל מסדר דעם סידור ווייל אלעס איז ציפלויגען,

ווען דער בעש"ט האט געהערט ווי א איד שרייט, האט ער זיך אויסגעדרייט, און ער זעהט דעם איד פונעם שטעטל פון נעכטן לויפט נאך אים, און אין די האנט האלט ער זיין סידור און אלע בלעטער וואס זענען ארויסגעפלויגען, פרעגט אים דער בעש"ט מיט וואונדער, ווי אזוי ביסטו דורך דעם טייך, ענטפערט דער איד מיט א תמימות, וואס הייסט די זעלבע וועג ווי איר זענט אדורך דעם טייך מיט א בגד, און עס געפעלט מיר די עצה פון די בגד צו דורך גיין א טייך,

האט דער הייליגער בעש"ט געזאגט פאר דעם איד, איך האב געמיינט אז דער באשעפער איז אסאך מער פרייליך אויף מיין דאווענען וואס איז מסודר און א רייע, אבער יעצט זעה איך אז דער באשעפער האט אסאך מער הנאה די וועג ווי אזוי די האסט געדאווענט ביז יעצט מיט א תמימות, האט דער בעש"ט געזאגט פאר דעם איד דאווען ווייטער די וועג ווי די האסט ביז יעצט געדאווענט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך ניקל »

דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל האט ער געזעהן אין חלום, אז מען פיהרט איהם ארום אין גן עדן העליון, און מען ווייזט איהם די מויערן פון "ירושלים של מעלה". און אויף איינע פון די מויערן שפאצירט ארום אן אלטער מענטש. אויף זיין שאלה ווער יענער מענטש איז, האט מען איהם געענטפערט: אז דאס איז רבי ישראל בעל שם טוב זי"ע, וואס ער האט געשוואוירען אז ער וועט נישט אראפ גיין פון די מויערן, ביז משיח וועט קומען און צוריק אויפבויען דעם בית המקדש.

צדיקים האבן געזאגט: "ביז משיח וועט קומען, אין יעדע ארט פון די וועלט, וועלכער איד עס זאל נאר זיין, אז ער וועט האבן אפילו נאר א קליינע און קורצע מחשבה פון תשובה, קומט דאס אלעס פון דעם גרויסן כח הקדושה פון דעם הייליגען בעל שם טוב".

הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע האט פארציילט א מעשה, וואס ער האט געהערט פין וויעליטשקער רב זי"ע, פין די עלטסטע שינאווער אייניקלעך, אז מ'האט מודיע געווען דעם בעש"ט פין הימל, אויף א יוד, אין די און די שטאט, א סוחר צי א שענקער, אז דער יוד וועט זיין, זיין חבר אין גן עדן, איז דער בעש"ט אהין געפארן ער האט געוואלט קענען לערנען דעם חבר, ער האט עם נאך געקוקט, א פאר טאג, און ער האט נישט געזען ביי אים קיין גרויסע זאכן,

ווען דער בעש"ט האט זיך געזעגענט פאר'ן אוועק פארן, האט דער סוחר געזאגט צים בעש"ט "איך ווייס גארנישט ווי מ'האט צייט פין זעך ארויס צי קיקען און אין יענעם אריין צי קיקען", אז ער איז געווען דעם בעש"ט'ס חבר האט ער דאך דערקענט אין אים וואס ער זיכט און זיכט, האט ער דעמאלטס הערשט געזען דאס גרויסקייט פין חבר, אז מהאט נישט קיין צייט, דאס גאנצע לעבן דארף מען זיכען זעך, נישט קיקען אויף א צווייטען.

סאיז באקאנט די ווארט פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, ער איז געקומען אמאל אין א ביהמ"ד אריין, איז ער ארויס געגאנגען און געזאגט אז ס'איז פיל מיט תורה, האט מען אים געפרעגט, רבי, אז סאיז פיל מיט תורה פארוואס גייט איר אוועק, האט ער געזאגט, אז אויב איז די תורה, מיט יראה און אהבה, פליט עס אין הימל אריין, איז דאס ביהמ"ד ליידיג, און אזוי ווי די תורה דא אין דעם בימ"ד, איז נישט מיט קיין יראה און נישט מיט קיין אהבה, איז די תורה געבליבן דא אין ביהמ"ד, פארדעם האט ער נישט געוואלט אריין גיין, ווייל "ס'איז פיל מיט תורה".

דער הייליגער בעש"ט איז איינמאל אנגעקומען אין ביהמ"ד אין שטאט בראד און ער האט זיך געשטעלט דאווענען ביים מעריב וואנט פונעם ביהמ"ד, ווען די אידן האבן זיך געוואונדערט פארוואס דער בעש"ט האט אויסגעקליבן דעם פלאץ און נישט ביים מזרח וואנט,

האט דער בעש"ט געזאגט אז אויף דעם ארט האט א וואסער שעפער געמאכט א טויער צום הימל דורך זיין גרויס תמימות און ערליכקייט, און דער בעש"ט האט פארציילט די מעשה,

דער וואסערשעפער פון די שטאט פלעגט אנהייבן מיט זיין ארבעט פון שעפן וואסער יעדן טאג פאר די עלות, אבער ווען עס איז געווארן די עלות האט ער אראפ געלייגט אלע זיינע כלים און אריין אין ביהמ"ד צו דאווענען שחרית בציבור, און נאכן דאווענען האט ער פארגעזעצט מיט די ארבעט,

איין טאג האט זיך דער וואסער שעפער בטעות פארשפעטיגט, און ווען ער איז אנגעקומען אין ביהמ"ד האט ער געזען, אז דער עולם האט שוין אנגעהויבן דאווענען, האט זיך דער איד צוגעיגאט און אנגעטון זיין טלית כדי ער זאל נאך קענען דאוונען בציבור,

ווען ער האט געוואלט ארויפשארן די ארבל צו לייגן תפילין, האט ער געזעהן אז פון גרויס קעלט האט זיך זיין ארבל צו געקלעבט צום האנט, אבער וויבאלד ס'האט פאר דעם איד געברענט אז ער זאל דאווענען מיט מנין בציבור, האט ער מיט א שנעלקייט ארויפגעשארט זיין ארבל, און עס האט זיך מיטגעשיילט די הויט פון זיין האנט,

ער האט זיך פון דעם בכלל נישט וויסענדיג געמאכט נאר ווייטער געלייגט תפילין און געדאווענט בציבור מיט א געוואלדיגע התלהבות, האט דער בעש"ט הקדוש אויס געפירט, אז מיט דעם דאזיגן תמימות האט דער וואסער שעפער געמאכט דא אויף דעם ארט א טויער גלייך צום הימל, און טאקע דערפאר האב איך אויס געקליבן דעם ארט צו דאווענען.

דער הייליגער רוזינער זי"ע האט אמאל געזאגט, אז דאס וואס מען זאגט אז די טעם פארוואס מען רופט דעם בעל שם הקדוש "בעל שם" איז ווייל ער האט עוסק געווען און שמות הקדושים, אבער האט דער רוזינער געזאגט אז דער טעם איז לויט ווי די גמרא זאגט (מו"ק ט"ז), אויפן פסוק "צַדִּיק מוֹשֵׁל יִרְאַת אֱלֹקים" אז השי"ת זאגט, איך געב פארן צדיק א כח צו זיין מושל אויף השי"ת, און דער צדיק האט א כח צו בעטן און גוזר זיין אויף השי"ת אז ער זאל מבטל זיין שלעכטע גזירות,

דערפאר רופט מען דעם בעל שם טוב הקדוש מיט דעם נאמען "בעל שם", ווייל ער איז געווען אזוי ווי א "בעל הבית" אויף "השם יתברך" און דער באשעפער האט געפאלגט דעם הייליגען בעש"ט זי"ע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך ניקל »

דער בעש"ט הקדוש זי"ע האט אמאל גערעדט צו זיינע תלמידים פון די גרויסקייט פון מדת הבטחון, האבן די תלמידים געבעטן אז זיי ווילן עס זעהן מיט די אייגענע אויגן, האט דער בעש"ט געהייסן שפאנען די פערד אין וואגן, און איז געפארן מיט "קפיצת הדרך" ביז ער איז אנגעקומען צו א דארף, זיי זענען אריין אין די קרעטשמע וואס איז דארט געווען, דער בעה"ב האט זיי זייער שיין אויף גענומען און זיי מכבד געווען מיט א סעודה,

אינמיטן די סעודה עפנט זיך די טיר, און א פאליצאנט קומט אריין מיט א גרויסן שווערד, גיט א קלאפ אויפן טיש און זאגט פארן בעה"ב, איך בין דיך געקומען דערמאנען אז היינט ביז "פיר אזייגער" דארפסטו באצאלן פארן פריץ, די "דריי הונדערט רובל" וואס דו ביסט אים שולדיג, עס וועט נישט העלפען קיין געבעט. אויב דו וועסט נישט באצאלן ביז פיר אזייגער, וועט מען דיך מיט די גאנצע משפחה אריין ווארפען אין א פינסטערן גרוב, און דיין גאנצע פארמעגן וועט דער פריץ צונעמען,

דער קרעטשמער האט געענטפערט פארן פאליציאנט, גיי זאג פארן פריץ, אז איך וועל עס אים באלד ברענגען, ווייל איך האב יעצט געסט!, האט זיך דער בעש"ט אנגערופען, אויף דיין פנים זעהט אויס אז דו האסט שוין דאס געלט גרייט, ווייל דו ביסט דאך אזוי רואיג, אויב אזוי גיי שוין באצאל דאס געלט, און דערנאך וועלן מיר עסן ווייטער די סעודה, מיר קענען דא ווארטען, ביז דו קומסט צוריק,

האט דער קרעטשמע געענטפערט, גלייבט מיר רבי, איך האב נישט קיין איין פרוטה ביי מיר, אבער איך זארג מיך נישט, השי"ת וועט מיר העלפען, מיר האבן נאך דריי שעה, מיר קענען עסן רואיג, די תלמידים האבן אנגעהויבן צו שרייען, וואס איז דאס מיט אייך, גייט בארגען, אדער טוט עפעס, עס איז דאך א סכנה, אבער דער קרעטשמער בארואיגט זיי אז עס איז נאך דא צייט, השי"ת וועט אים העלפען ווען די צייט וועט קומען, און זיי האבן נאך געפראוועט א גרויסע סעודה,

נאכן בענטשען איז דער פאליציאנט נאכאמאל געקומען, און געקלאפט זאגענדיג, אז עס איז די לעצטע ווארענונג, דער קרעטשמער האט אים געזאגט, זאג פארן פריץ אז איך גיי ביז אפאר מינוט, ווייל איך האב יעצט געסט, דער קרעטשמער האט זיך אנגעטוען די שבת'דיגע קליידער, און געגאנגען צום פריץ, פרעגט אים דער בעש"ט: איר האט שוין דאס געלט, ענטפערט דער בעה"ב, ניין, איך האב נאך נישט קיין פרוטה, אבער השי"ת וועט מיר שוין העלפען, איך זארג זיך נישט,

דער בעש"ט מיט די תלמידים האבן זיך געשטעלט ביים שוועל פון טיר אים צו באגלייטן, און זעהן וואס עס גייט געשען, און פון וואנעט גייט קומען זיין ישועה, די תלמידים קוקען און זעען ווי אינמיטן גיין צום פריץ, קומט אים א קעגן א גוי. וואס שטעלט זיך אפ, און דער מענטש פונעם וואגען רעדט עטליכע מינוט מיטן קרעטשמער, דער קרעטשמער שאקלט מיטן קאפ אויף "ניין" און גייט זיך ווייטער,

אבער נאך עטליכע מינוט, זעהען זיי ווי דער וואגן קומט צוריק, און שטעלט זיך נאכאמאל אפ ביים קרעטשמער און ער שאקלט נאכאמאל, "ניין", און ביידע צושיידן זיך, שפעטער ווען דער קרעטשמער האט שוין געעפנט די טיר פונעם פריצ'נס פאלאץ, איז דער וואגן שנעל צוריק געקומען, און דער מענטש פונעם וואגן האט זיך גענומען ציילן געלט, און אים איבער געגעבן. דערנאך איז דער קרעטשמער אריין צום פריץ, און באצאלט זיין חוב,

ווען דער קרעטשמער איז צוריק געקומען, האבן זיי אים געפרעגט וואס פאר א געשעפטן ער האט געהאט מיט די מענטשן פונעם וואגן, האט ער דערציילט: אינמיטן מיין גיין צום פריץ האט זיך דער וואגן אפגעשטעלט ביי מיר, דארט איז געזעצן דער פויער פון א אנדערען דארף, וואס האט געוואלט אפקויפן פון מיר די פירות וואס וועלן וואקסען אין מיין גארטן דעם קומענדיגן יאר,

איך האב דערפאר געבעטן פונף הונדערט רובל, אבער ער האט נאר געוואלט געבן דערפאר דריי הונדערט, בין איך אוועק געגאנגען ווייטער צום פריץ, אינמיטן וועג האט ער זיך מיישב געווען אז ער איז שוין מסכים אויף, "פיר הונדערט", אבער איך האב נישט געוואלט אונטער "פינף הונדערט", הערשט ווען איך בין שוין געשטאנען ביים פריץ'נס טיר, איז ער צוריק געקומען און מיר געגעבן די גאנצע פינף הונדערט רובל, און איך האב פון די געלט באצאלט דעם פריץ מיין חוב, און עס איז נאך געבליבן אביסל פאר מיר, ווען די תלמידים האבן דאס געהערט, האבן זיי אנגעהויבן אביסל צו פארשטיין וואס "בטחון" מיינט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך ניקל »

די הייליגער מעזריטשער מגיד זצ"ל האט אמאל דערציילט פאר זיינע תלמידים א מורא'דיגע מעשה וואס ער האט בייגעוואוינט ביי זיין הייליגן רבי'ן דער בעש"ט הקדוש זי"ע, איינמאל אין א מוצאי שבת ווען דער בעש"ט איז געזעסן נאך הבדלה צוזאמען מיט זיינע תלמידים, איז פלוצלינג אריין געקומען א פרוי א צובראכענע אלמנה, און מיט א יאמערליכן געוויין אויסגעשריגן צום רבי'ן אז, זי האט צו געזאגט א נדן פאר איר טאכטער די יתומה, און דא רוקט זיך אונטער דער זמן החתונה וואס מ'האט שוין איינמאל אפגעשטופט צוליב געלט, און זו האט נישט קיין פרוטה פאר זיך אליין, און ווער רעדט נאך פון אזא גרויסן סכום וואס זי דארף האבן פאר'ן נדן,

דער רבי האט באלד באפוילן פאר אלע תלמידים, אז זיי זאלן זיך אריינלייגן די הענט אין די טאש, און ארויס נעמען א נדבה פאר די פרוי. אלע תלמידים האבן טאקע אריין געלייגט די הענט אין טאש, און ארויס גענומען פון דארט געלט, און ווען מ'האט עס צוזאמענגערעכענט האט מען געזען אז אלע צוזאמען האבן זיי געהאט, גענוי די סומע וואס די פרוי האט געדארפט האבן פאר איר נדן, זי האט עס גענומען מיט גרויס פרייד,

נאך גרעסער איז געווען די פרייד פון די תלמידים אז זיי האבן זוכה געווען צו אזא מצוה, און ווען דער מגיד האט געענדיגט דערציילן די מעשה, האט ער געפרעגט זיינע תלמידים, וואס פאר א מוסר השכל נעמט איר ארויס פון די מעשה,

האט זיך אנגערופן איינער פון די תלמידים: מען לערנט פון די מעשה, דעם געוואלדיגן כח פונעם בעש"ט, אז "צדיק גוזר והקב"ה מקיים" און זיי האבן געטראפן געלט אין זייער טאש", זאגט אבער דער הייליגער מגיד ממזריטש זי"ע "דאס איז נישט קיין גרויסער מופת, דאס איז גאר פשוט",

א צווייטער תלמיד האט זיך אויף געשטעלט און ערקלערט, אז די גרויסקייט איז, אז דער בעש"ט האט נישט אליין געגעבן דאס גאנצע געלט, וואס ער וואלט דאס אויך געקענט באווייזן, נאר ער האט געגעבן פאר יעדן די מעגלעכקייט צו זיין א שותף לדבר מצוה, "דאס איז אויך פשוט", האט דער מגיד געזאגט פארן תלמיד,

ווידער האט א תלמיד פרובירט צו צו טרעפן, אז דער חידוש איז, אז די סומע וואס זיי האבן געטראפן אין טאש איז געווען גענוי די סומע וואס די פרוי האט געדארפט, אבער דער מגיד איז אויך פון דעם ענטפער נישט צופרידן געווען,

דא האט שוין דער גרויסער מגיד ממזריטש זי"ע ערקלערט פאר זיינע תלמידים די מוסר וואס מען לערנט ארויס פון די מעשה, אז אפילו עס איז געווען מוצאי שבת קדוש און יעדער פון אונז האט געוויסט ביי זיך אויף זיכער, אז מיר האבן נישט געטראגן קיין געלט ביי זיך שבת, מיט דעם אלעם איז דאס אמונה און בטחון אין אונזער גרויסן רבין געווען אזוי גרויס, אז קיינער האט נישט געטראכט בעפאר, נאר מען האט גלייך אריין געלייגט די האנט אין טאש, און דערפאר האב איך אייך דערציילט די מעשה, האט דער מגיד ערקלערט, כדי איר זאלט פון דעם לערנען ווי שטארק אונזער אמונת צדוקים איז געווען,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 10967
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 22633

Re: האור שבעת הימים - רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך ניקל »

דער בעש"ט הק' זי"ע האט אמאל דערציילט פאר'ן תלמיד הרה"ק רבי יעקב יוסף התולדות יעקב יוסף מפולנאה זי"ע, ווי ווייט ער איז מחשיב דאס תמימות פון די פשוטע אידן, אז זיי שטייען נאך אויף א העכערע מדרגה פון אויס גערופענע ת"ח און אנשי מעלה. און דער בעש"ט האט דערציילט,

אז נאך פאר ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט'ן סופר הרה"ק רבי הערש סופר זי"ע, האב דער בעש"ט געוואלט שרייבן א ס"ת. כ'האב מיך אומגעקוקט איבער אן ערליכן סופר, כ'האב אויסגעפרעגט עטליכע סופרים. אלע האבן זיך גערימט ווי גוט זיי קענען די כוונות האר"י, וכדומה. ביז כ'האב געפונען א תמימות'דיגן סופר וואס האט מיר ערקלערט אז ער פירט זיך ביים שרייבן לויט'ן שולחן ערוך,

אויף מיין פראגע, וואס פארא כוונות ער האט אינזין ביים שרייבן, האט ער מיר ערקלערט אז ער האט אינזין ביים שרייבן, אז ער זאל דורכדעם האבן די מעגליכקייט צו שפייזן מיין פרוי און קינדער. די תמימות'דיגע תשובה האט זייער אויס גענומען אין מיינע אויגן, פירט אויס דער בעש"ט, און כ'האב באשטעלט מיין ס"ת ביי דעם סופר.

עס איז באקאנט די מעשה אז דער בעל שם טוב זי"ע האט פאר ראש השנה געלערנט מיט רבי וואלף קיצעס זי"ע, וואס ער איז געווען זיין בעל תוקע, די כוונות וואס מען דארף אינזינען האבן ביי תקיעת שופר. און ער האט איהם אויף געשריבן אויף א צעטל די אלע כוונות, אבער ווען עס איז אנגעקומען דער צייט פון תקיעת שופר, האט ער נישט געקענט טרעפן דעם צעטל, און ווען ער איז געגאנגן בלאזען, איז ער געווען זייער צוטראגען פאר דעם וואס ער האט נישט פינקטלעך געדענקט די כוונות פון די תקיעות,

נאכן דאווענען האט איהם דער בעש"ט זי"ע געזאגט "די כוונות זענען אזוי ווי שליסלעך וואס עפענען די טויערן פון הימל, אבער עס געשעט אסאך מאל וואס די שלעסער ווערן פארשטאפט און פארקלעבט, און מ'קען זיי נישט עפענען, אבער א צובראכן הארץ איז אזוי ווי א אייזערנע האק, וואס קען עפענען אלע שלעסער און שפאלטן אלע שטארקע טויערן", ממילא אז דו ביסט געווען צובראכן איז דאס פיל שטערקער ווי די כוונות.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל
באבאטשקא
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:11 pm
x 50

Re: האור שבעת הימים, רבי ישראל בעל שם טוב - שבועות תק"כ

פאוסט דורך באבאטשקא »

קורות ימי ישרא"ל

ארויס געגבן דורך יומא בהילולא
תולדות וקורות ימי חייו בקצרה של
מרנא ורבנא אור שבעת הימים
רבינו הקדוש מרן ישראל בעל שם טוב
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
קורות ימי ישרא"ל
פיילס
Screenshot 2024-07-15 152032.png
Screenshot 2024-07-15 152032.png (24.29 KiB) געזען געווארן 154 מאל
שרייב פאוסט