מיין דערהויבענע טאג ביים יום הש''ס לזכות קינדערלאזע פארפעלקער (A Time)
בשם השם אכתוב ונצליח!!!
ארויסגעלאזט פון מאנטיסעלאו האב איך זיך בשעה טובה ומצלחת אום אכט דרייסיג אינדערפרי, שוין נאך א פיינעם געשמאקן מקוה, און א ווארעמער תפלת שחרית,
פתיחת שערים איז געוועהן צען אזייגער, ביים טיר איז געשטאנען די געטרייע עסקנים/שומרים ארגענעזאציע, וואס האבן אויפגענומען דעם עולם מיט א הויעכע גוט מארגן און ברוכים הבאים,
אינעם עס זאל באל רום איז געוועהן צוגעשטעלט א פינעף שטערנדל פרישטאג,
וואס דו האסט נאר אמאל געטראכט אדער גע'חלומ'ט אז מ'קען געבן ביי פרישטאג, איז געוועהן דארט!
ד'רוילעם האט געגעסן צו די זעט,
זיך אנשעפענדיג כוחות פאר א לאנגען טאג,
עלף אזייגער האט מען שוין געזעהן די עשרה ראשונים אינעם דעזיגנירטע היכל התורה, זיך צוגרייטנדיג צום באמבאסטישן סדר הלימוד,
ווען בשעת אברמי בערקא שפילט און הארמענייזט זיינע תורה'דיגע מעלאדיעס אין די הונטערגרונד,
עלעף דרייסיג אינעם היכל התורה, האט זיך אויפגעשטעלט די דיין און רב המוסד הרב הגאון ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א,
און שטארק אנגעווארעמט דעם עולם, וואס די תכלית פונעם היינטיגן טאג איז, און פארוואס מיר זענען געקומען,
ער האט געזאגט צוזאמען מיטן עולם די יהי רצון מיט די תפילה וואס איז געדרוקט געווארן אינעם ערשטן בלאט פונעם פריוואטן ארטסקרול גמרא וואס יעדע לומד האט באקומען,
די פלעצער אינעם היכל התורה איז געוועהן אויסגעשטעלט לויט די סדר הש''ס, ד''ה: ברכות דף ב' איז געזיצן דער ערשטן, א זיץ דערנעבן איז געזיצן ברכות דף י''א, אא''וו,
אויף יעדעמ'ס פלאץ איז געליגן אנגעגרייט די גמרא'ס מיט א באטל וואסער, א שיינעם סטענד מיט די נאמען פונעם לומד, און די באשטימטע דפים,
צוועלעף אזייגער מיטאג האט זיך אנגעהויבן די קול תורה,
אילו לא ראיתי לא האמנתי! ניין מ'קען דאס נישט מצייר זיין אויב מ'שפירט דאס נישט מיט!
זיצן תלמידי חכמים זייט ביי זייט מיט טרודים על המחיה ועל כלכלה'דיגע יודען און מ'לערנט!
די וועלט איז ווי געשטארבן פאר פינעף שעה!
פינעף גאנצע שעות קיין רגע נישט ווייניגער און מ'הארוועט ווי ס'וואלט געווען ר"ח אייר אין די מירער ישיבה!
א פארטויבענדע קול תורה וואס לאזט נישט נאך ביז די לעצטע רגע!
די סקרינס צייגען, די קעמערעס בליצען, אבער מ'באמערקט נישט, אלעס ארום איז טויט!
אדם כי ימות באוהל! מהאט ווי געפריזט די גאנצע וועלט מיט אלע אירע תענוגים. געלט, נייעס, (אידטיש) וכו' פאר 5 שעה!
אלעס ס'זאל זיין א זכות פאר די הונדרעטער קינדלאזע פארפעלקער המצפים לישועה,
לערנענדיג מיינע שוין פארגעקוקטע דפים, איז מיר באפאלן א זיסקייט וואס כ'האב נאך קיינמאל געשפירט!
די סדר איז געגאנגען אז יעדע חברותא האט באקומען צען קארטלעך מיט בארקאודס פאר יעדע בלאט, נאכן ענדיגן א בלאט איז מען געגאנגען צום טישל אין פארענט וואו דארט האט מען גע'סקענט דעם קארטל, און די נומערן פון געלערענטע בלעטער אויפ'ן סקרין, איז געשפרינגען,
צוויי טויזנט זיבן הונדערט און עלף דפים!
''צוויי טויזנט זיבן הונדערט און עלף דפים!!!'' איז געלערנט געווארן אין פינף רצופים'דיגע שעות דורך קרוב צו א טויזנט לומדי תורה!!
בערך פינעף אזייגער נאכמיטאג נאכן הארעווען די קשיא'ס תירוצים איבעיא'ס און תיקו'ס, איז די לעצטע דף געסקענט געווארן,
כ''ק אדמו''ר מטשערנאביל האט געמאכט דעם סיום, און געזאגט דעם הדרן, און דערנאך משמיע געוועהן דב''ק,
די שמחה'דיגע הרגשה אין די לופטן ביים טאנצען רונדע די טישן ''שישו ושמחו בשמחת התורה'' איז אומבאשרייבליך!!!
נאך די סיום האבן זיך געשטעלט עטליכע מניני מנחה, סיי אין די היכל התורה, און סיי אין די קארידארן פונעם ווענישאן האטעל,
נאכן לערנען א פינעף שעה'דיג רצוף דאווענט זיך דער שמ''ע גאר אנדערש!
בערך זעקס פינף און פערציג האט זיך דער סעודת סיום אנגעהויבן, די טייערע לומדים האבן זיך געוואשן, און א רייכע מעניא איז געוועהן צוגעגרייט,
דיפס פארשפייז עטליכע פליישן און קינוח'עם,
(די האול ניין יארדס איז אן אָנדער סטעיטמענט!)
ביים סעודה האט מהנה געוועהן:
דער טאלאנטפולע יושע קאללער מיט זיין בענד, יענקי דאסקאל, מיילעך ברוינשטיין און הערשי וויינבערגער,
זיי האבן אראפ געלייגט הערליכע שטיקלעך און מעלאדיעס, צווישן אנדער:
אויפן פריפיטשיק, כד יתבין, עטליכע שמע בני'ס, און נאך...
די מנהל און מייסד עי טיים הרב ר' שאול ראזען האט געגעבן דברי פתיחה ביים סעודה, און דערציילט זיין לעבנס געשיכטע וואס האט אים געמאכט עפענען אט די הייליגע מוסד,
צווישן די פילע אויפטריטן האט ארויס געשטארט די געפילישע אפנהארציגע דרשה פון אן עי טיים געהאלפענער, וואס האט דערציילט זיין לייף סטארי,
מ'קען בכלל נישט באשרייבן די עקסטאז און שמחה'דיג קלאטשערייען וואס איז פארגעקומען ביים פאנטשליין פונעם דרשה, אז ער איז מיט זעקס וואכן צוריק געהאלפן געווארן מיט זיין ערשטע מיידעלע למזל טוב!
אלעס מיט די ברייטהארציגע געטרייע הילף פון די עי טיים ארגענעזאציע,
בענטשן איז מכובד געווארן דער עי טיים פרעזידענט הנגיד ר' משה פישער וואס גיסט אריין די גרעסטע סכומים אינעם מוסד,
די פייערליכע ריקודים של מצוה איז געגאנגען ליטערלי נאן סטאפ!! ווען אינצווישן איז געוועהן א ווארימע קומזיץ דורך ר' מיילעך און ר' הערשי,
ווען צווישן אנדערע האט מען געזינגען אסאך ניגונים וואס רעדט זיך פון האבן און מגדל זיין ערליכע אידישע קינדערלעך,
די ספאנטאסטישן סאטמערע וזכינו לראות בנים וואס האט זיך צוגאסן נאכן קומזיץ איז נאכניש געזעהן געווארן, בעת אידן טאנצן און בעטן דעם קוב''ה שימלא משאלות ליבנו,
אויפן וועג אהיים, צוזאמען ביים יום הש''ס פארברענגט,
אויפן וועג אהיים, די מאמענטן יעדער געדענקט,
זיי נישט לאזן אליין, די פארפעלקער וואס איז זיי געענגט,
נאר מתפלל זיין, אזוי ישועות גאט ער שענקט,
ואזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות...
א גוט נאכט!