יונגערמאן אין בית שמש ארעסטירט ר"ל אויף שפינאזש חשדות

מעשה שוין אנגעהויבן פארגאנגענע וואך - אבער נישט געווארן דא באריכטעט.
פאליציי איז געקומען מיט ריזיגע כוחות קיין בית שמש, אבגעשטעלט א יונגע יונגערמאן [22] פון די ויז'ניצע קהילה, און ארעסטירט מיט'ן שולד אז ער איז א שפיאן.
די יונגערמאן איז א געהעריגע כולל יונגערמאן, און מ'לאזט איהם זיך נישט טרעפן מיט א אדווקאט. ח"כ און עסקנים וואס האבן געפריווט העלפן האבן באקומען א תשובה אז ס'רעדט זיך פון א פרשה פון זיכערהייט, און זיי האבן זיך נישט וואס אריינצומישן.
-----------------------
״אברך חסידי משכונת רמת בית שמש ד' 1, נעצר הלילה (רביעי לחמישי) בביתו. נודע כי כוחות גדולים של משטרה הגיעו לביתו שבשדרות האמוראים ו"שלפו" אותו באישון ליל. לאברך נאמר בשעת מעצרו כי הוא חשוד בפרשת ריגול חמורה.
לדברי המשפחה, הכוחות פרצו את הדלת, והאברך נשלף בפתאומיות ובהלם מביתו, ללא אפשרות להיפגש עם עו"ד מטעמו, עוד לדבריהם, מדובר באברך חסידי תמים, שאינו יודע שום דבר חוץ מדברי הלכה וגמרא.
האברך מחשובי תושבי השכונה מוכר לתושבים כאברך עם חן חסידי על פניו תדיר, מהמשפחות היפות בשכונה, מובא כעת לפני שופט שעיין בדינו, וככל הנראה יוכח ברורות כטעות חמורה, וכבהלת שווא״

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1276
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2097
Re: בית שמש: וויזניצער אינגערמאן ארעסטירט אויף 'שפינאזש קלאגעס'
געווען באריכטעט דא אז ער באפרייט. די קעיס לעבט נאך?
Re: בית שמש: וויזניצער אינגערמאן ארעסטירט אויף 'שפינאזש קלאגעס'
נאמען צו מתפלל זיין: אלימלך בן יהודית שרה
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 536
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 917
Re: בית שמש: וויזניצער אינגערמאן ארעסטירט אויף 'שפינאזש קלאגעס'
די באריכטן אז באפרייט איז נישט אמת! ליידער.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 1:14 pm געווען באריכטעט דא אז ער באפרייט. די קעיס לעבט נאך?
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: בית שמש: וויזניצער אינגערמאן ארעסטירט אויף 'שפינאזש קלאגעס'
היינט 1:30 ארץ ישראל צייט איז פארגעקומען א דיון אין בית משפט איינער מיט אינפא?
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1276
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2097
Re: בית שמש: וויזניצער אינגערמאן ארעסטירט אויף 'שפינאזש קלאגעס'
אן אבלאווע אינמיטן נאכט
נישט יעדן טאג הערט מען פון די סארט געשיכטעס, וועלכע זענען גענומען פון א דראמאטישן יאיר-וויינשטאק ביכל.
געווען איז דאס פארלאפענעם מיטוואך, אין א באשיידענעם דירה אין בית-שמש, דארט וואוינט א חשוב'ער וויזניצער יונגערמאן, הרה"ח ר' אלימלך שטערן הי"ו – היינט שוין באקאנט אלס 'אלימלך בן פייגא יהודית', וועלכער איז באקאנט פאר אלע זיינע ארומיגע אלס ערנסטער חסידי'שער יונגערמאן. אין די גאר פריער פארטאגס שעה'ן, בשעת די איין און צוואנציגער פארפאלק זענען נאר וואס צוריקגעקומען פון א חתונה, און זיך געלייגט געשלאפן געמיטליך, אפי' זייער איינציגער בעיבי האט ענדליך געכאפט א רואיגן דרימל. אינעם ארגסטן חלום האבן זיי זיך נישט געקענט דמיונ'ען דעם אזוי מאדנעם געשיכטע וואס גייט אט פאסירן.
עס איז קוים אריבער א האלבע שעה פון ווען זיי האבן געכאפט א דרימל, און דאס אומגערישטע איז אנגעקומען. ס'איז ניטאמאל געווען קלאפערייען, איידער דאס טיר האט זיך ברוטאליש אויפגעריסן דורך א באמבע. עטליכע פאליציי-אגענטן האבן אריינגעשטורעמט און זיך גענומען איבערדרייען דאס הויז. דעם יונגערמאן האבן זיי גלייך געבינדן אין קייטן, פארבינדן זיינע אויגן אז ער זאל נישט קענען חלילה זען וואו מען פירט אים, און אזוי האט מען ארעסטירט כאחרון המחבלים, נאך זייענדיג אין די בגדי מלכות (פידזשאמעס). די איינציגע ווערטער וואס זיי האבן געלאזט פאלן אינעם דערשראקאנעם הויז, איז אז ער איז ארעסטירט אלס... שפיאן!
שפיאנאדזש... נישט מער און נישט ווייניגער.
א געווייקטער וויזניצער חסיד, א יונגערמאן משכמו ומעלה, א חשוב'ער סופר-סת"ם וואס געפינט זיך בתוך ד' אמות של הלכה, קיין דרייווערס לייסנס פארמאגט ער נישט, א קאמפיוטער זיכער נישט. מען רעדט דא פון אזא איינער וואס ווייסט קוים וואס אינטערנעט מיינט, הערשט א חודש צוריק האט ער געבעטן הילף פון חברים, צו קענען עפענען זיין ערשטער אימעיל אדרעסע. דאס ארגסטע חפץ וואס מ'האט געקענט ביי אים געפינען איז אן אלטן סארט אם-פי-טרי מיט סקולענער ניגונים... אבער די אגענטן האבן איבערגעדרייט יעדן ווינקל, און געזוכט נאך דעם יונגערמאנס קאמפיוטער, וואס ער פארמאגט ניטאמאל...
די פרוי וואס האט זיך דאן געפינען אינדערהיים, איז שאקירט געווארן ווען זי האט זיך דערזען פלוצלינג ארומגענומען מיט צענדליגע באוואפנטע זעלנער, וועלכע באלאגערן זייער שטוב און גייען ארום איבעראל, צילנדיג צו איר מיט אויסגעשטרעקטע רעוואלווערס. זיי האבן איר באפוילן צו נעמען איר קינד און ארויסגיין פון צימער צו א צווייטן צימער. זי האט נישט געכאפט וואס מען וויל פון איר לעבן האבן און וואס זי האט חוטא געווען און ביז היינט ציפט זי זיך צו פארשטיין צי זי געפינט זיך נישט צופעליג אינמיטן א בייזן חלום, וואו עס שפילט זיך אפ דאס וואס מיר ליינען אין די אלטע מעשה ביכלעך פון די גרויזאמע פאליציאנטן, וועלכע פארכאפן אומשולדיגע יונגעלייט און בחורים אינמיטן די נאכט, בשעת זיי געפינען זיך אויף זייער געלעגער.
חורבן און כאאס
צוויי שעה האבן די שרעקעדיגע דזשאנדארן אטאקירט די דירה, איבערקערנדיג יעדע שאפע און יעדע לעדל. מיט קולות וברקים האבן זיי פארלאנגט פון דאס פאר פאלק ארויסצוגעבן זייערע סעלפאנען מיט די קאמפיוטערס. ר' אלימלך האט געשריגן אז ער פארמאגט נישט קיין קאמפיוטער און ער איז בכלל אנגעשלאסן אין די חבורות פון אידן וועלכע האלטן זיך צוריק פון טעכנעלאגיע. זיי האבן דאס אבער נישט געגלויבט און איבערגעקערט דאס הויז צו געפינען דעם אסור'דיגן כלי וואס ער "שפיאנירט" דערמיט.
אין די זעלבע צייט וואס די חברה האבן באוואכט די פרוי מיט אויסגעשטרעקטע רעוואלווער, אז זי זאל חלילה נישט קלערן פון טון עפעס וואס זיי געפעלט נישט, האבן אנדערע חברה אונטערגעזוכט די דירה. זיי האבן פארלאנגט פון אים אז ער זאל ארויסגעבן זיין סעלפאן, אבער ווען ער האט זיי אהינגעגעבן דעם כשר'ן טעלפאן וואס ער פארמאגט, האבן זיי דאס געווארפן צו די ערד זאגנדיג, "וואס גיבסטו אונז דא שמאטעס, גיב אהער די ריכטיגע סחורה"... אבער דער יונגערמאן האט זיי נישט געקענט צופרידן שטעלן.
נישט געפינענדיג די סאפיסטיקירטע "שפיאנאזש מאשינען", האבן זיי זיך גענומען אויפרייסן דאכענעס, קושענעס, בענקלעך מיט מאטראצן. זיי האבן זיך גענומען צוברעכן שאפעס מיט ווענט, איבערלאזנדיג א חורבן אינעם גאנצן שטוב.
הערשט פיר אזייגער פארטאגס, האבן זיי פארלאזט די דירה, אינאיינעם מיט ר' אלימלך, בשעת מען פירט אים ארויס מיט קייטן אויף די הענט און פיס, און די אויגן פארבינדן. די פרוי האט זיך פלוצלינג ארומגעזען אין א פאר'חרוב'טע דירה, צוריסענע בעטן מיט בענקלעך, אויפגעהאקטע ווענט, בשעת די טיר פון די דירה איז אויפגעריסן און אפן. אפילו א טעלפאן צו רופן איינעם פאר הילף, האט זי נישט פארמאגט, וויבאלד די רשעים האבן אלעס צוגענומען פון זיי.
שטעלט אייך פאר ווי אזוי עס שפירט זיך אן איינזאמע פרוי אליין, פיר אזייגער פארטאגס, מיט א קליין קינד אין די הענט, מיט אן אפענע צובראכענע דירה, אן קיין מיטלען צו רופן פאר הילף...
השם ישמור.
הערשט אינדערפרי, מיט די ערשטע טראנספארטאציע מיטלען ארויס פון בית-שמש, האט זיך די פרוי ארויסגעלאזט אין וועג מיט איר קינד, אנקומענדיג צו אירע עלטערן און דערציילט וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי זיי אינמיטן נאכט.
דא האלט די מעשה.
אויף טויבע אויערן
וויפיל די עלטערן האבן פרובירט איבערדרייען וועלטן, וויפיל די נישט-נאר וויזניצע עסקנים האבן פרובירט ריקן ווענט, האט מען די מינדעסטע אנונג איבער וואס די רעדע איז, און צוליב וואס האט פאסירט אזא געפערליכן טעות. די רעדע איז פון די ציוניסטישע שב"כ, וואס אין דעם הינזיכט האט קיין עסקן אן אריינטריט, אין צוגאב איז אין עטליכע שעה ארויפגעלייגט געווארן אויפ'ן פרשה א שארפן צא"פ – צו איסור פרסום – וואס דאס מיינט אז לעגאל טאר קיינער נישט ארויסגעבן קיין ברעקל ידיעה איבער סיי-וואס פונעם געשיכטע.
מיר האבן גערעדט מיט מערערע אידן וועלכע קענען דעם יונגערמאן פון דער נאנט. ס'רעדט זיך פונעם לעצטן מענטש אויפ'ן וועלט וואס מ'קען באשולדיגן מיט עפעס. א ריכטיגער חניאקישער יונגערמאן שלא טעם טעם חטא, ער זיצט און לערנט א גאנצן טאג אין כולל, קוים וואס ער ווייסט וואס עס באדייט דאס ווארט "שפיאנאזש" און דאס ביסל וואס ער ווייסט, איז בלויז פון פרשת שלח וואס ער האט נאך געלערנט אין חדר, וואו מען האט דראמאטיש פארגעשטעלט די געשיכטע פון די מרגלים, ווי אזוי זיי זענען געגאנגען "שפיאנירן" אויף ארץ-ישראל.
עס רעדט זיך דא פון א חשוב'ער ערנסטער יונגערמאן, א גלייכער קאפ און געזעצטער נפש. ער קומט פון א באקאנטע חשוב'ע וויזניצע משפחה, פון ביידע צדדים. דער יונגערמאן רירט נישט קיין פינגער אן דעם וואס ער זאל פון פריער אנפרעגן זיין רבי'ן, מרן האדמו"ר מויז'ניץ שליט"א און ער רירט זיך נישט מיט קיין האר פון וואס דער רבי זאגט אים. זיכער אין אזעלכע האקעלע זאכן, וואלט ער נישט געטון קיין זאך אן דורכרעדן מיט זיין רבי'ן שליט"א.
וואס עס דארף מיינען דער גרויסארטיגער 'שפיאנאדזש' קען אויך קיינער נישט באדייטן. ס'קען זיין פאר יעדע סארט מדינה, אפי' פאר אמעריקע. דערווייל ווייסט מען ניטאמאל וואס די באשילדוגונג איז. און גאר מעגליך אז איינער האט עפעס אנגעמאכט אויף זיין נאמען אד"ג. די איינציגסטע זאך וואס קומט אויפ'ן געדאנק, איז אז מעגליך אז אלס סופר האט ער געשריבן א מגילת-אסתר, דער איראנער געשיכטע...
די קאנספיראציעס זענען ברייט, די אנאליזן זענען שוין אויסגעקאכט געווארן ביי די אומצאליגע נאכפאלגנדע קיפקעס, זאפטיגע ווערטלעך זענען שוין אויך געבוירן, אבער מ'דארף געדענקען אז מ'רעדט פון א דראמאטיש-ווייטאגליכן געשיכטע, וואס צערייסט די הערצער פון זיינע משפחה מיטגלידער, וועלכע קענען נישט רוהען נישט וויסנדיג וואס גייט פאר מיט דער אזוי ערליכן און איידעלן יונגערמאן.
דער ווייטאג איז בעיקר די נאכפאלגנדע שמועות וואס זענען פארשפרייט געווארן. אינעם ערשטן טאג האט מען געהערט בלויז פונעם אויבנדערמאנטן געשיכטע, אבער אין לויף פונעם קומענדיגן טאג איז שוין אפירגעקומען גאר אינטערעסאנטע און אומקראנטע ידיעות, אינדערצייט וואס צוליב דעם צא"פ קען ניטאמאל ארויסקומען עפעס חדשות...
איינער האט שוין געוואוסט צו דערציילן אז אינעם יונגערמאנס קאר האט מען געטראפן פארדעכטיגטע דאקומיענטן – אינדערצייט וואס דער יונגערמאן פארמאגט ניטאמאל לייסנס... אנדערע האבן דערציילט אז אינעם פארלאפענעם יאר איז ער געפלויגן עטליכע מאל קיין אינדיע – ווען דעם יונגערמאנס פאספארט ליגט נאך פארפאקט אין זיין עלטערנס דירה נאך פון פארן חתונה... צווישן אנדערע נארישקייטן.
אנדערע ווייסן שוין צו זאגן איבער פאנטאסטישע סומעס געלט וואס מען האט געטראפן אין די דירה, אויסגעשטעלט אין מזומנים... די אלע שמועות זענען געבוירן געווארן אין די היימישע מקוואות און אין די קאווע צימערלעך פון די בתי-מדרשים. פון איין שוהל צו דער אנדערער האט שוין די מעשה באקומען נאך פליגלען און נאך דעטאלן, לויט ווי איינער האט זיך געדוכט אז ער האט געהערט פון א צווייטן, און יענער האט שוין צוגעלייגט א נופך משלו, און אזוי האט זיך אנטוויקלט א פרישע לעגענדע אויפן חשבון פון א תמימות'דיגן ערליכער יונגערמאן.
עס מוז באטאנט ווערן, אז אויסער די טריקענע פרטים איבער די ארעסט, איז נישט פארהאן קיין שום איינצלהייטן וואס מען ווייסט דערפון צו זאגן. וויבאלד עס איז פארהאן דערויף א צא"פ און עס רעדט זיך פון סודות'פולע ענינים, וואס די רעגירונג וויל האלטן בסוד, זענען אלע שמועות בלויז וואס מענטשן האבן פאבריצירט און עס האט מיט די מציאות קיין שייכות נישט.
רעדנדיג מיט די פארצווייפלטע בני המשפחה האבן זיי בלויז געוואוסט צו זאגן אז ערשט פרייטאג האבן פאליציי אריינגעלאזט דעם ערשטן מאל געהעריגע קליידער, און שפעטער אויך זיין טלית-ותפילין. זונטאג איז געווען א זיצונג איבער אריינלאזן א לאיער צום יונגערמאן. און אום מאנטאג איז מען געוואר געווארן אין וועלכע תפיסה ער זיצט. דער וויזניצער בארימטע צדקה-קאסע 'להחזיקם' האט אויסגעצאלט דעם צעבראכענעם טיר.
דאס איז אלעס וואס איז דא צו פארציילן איבער דעם אזוי מאדנעם געשיכטע. האפנטליך אז ווען איר ליינט די שורות איז שוין דער יונגערמאן צוריק אהיים ווי געהעריג.
די עסקנים גיבן איבער, אז עס זענען פארהאן עטליכע אנדייטונגען וואס ווייזט אן אויף גוטע סימנים. בראש-וראשונה, וואס דער געריכט האט גע'פסק'ענט אז מען טאר נישט אריינלאזן קיין לויער צו אים אויף דערווייל, גיבט אנצואווייזן אז זיי האבן נישט קיין שום באווייזן אויף אים, דעריבער פראבירט מען אים נאך צו דרוקן און אים מאכן אומבאקוועם, מיט די האפענונג אז אזוי וועט ער זיך ברעכן און רעדן עפעס וואס זיי ווילן הערן. פון די אנדערע זייט האבן זיי אריינגעלאזט צו אים א רב, וואס זאל זיך אינטערעסירן אין זיינע געברויכן. דאס גיבט אונז אנצוהערן אז זיי האבן שוין געענדיגט אויספארשן דעם יונגערמאן, ווייל טאמער וואלטן זיי נאך געהאלטן אינמיטן די אויספארשונגען, וואלט מען נישט צוגעלאזט קיינעם צו אים.
אבער די אלע זאכן זענען בלויז השערות וואס מען האפט און מען וויל גלויבן. דעם אמת ווייסט מען נאכנישט פונקטליך און דאס איינציגסטע וואס מיר קענען טון איז, צו דאווענען און מתפלל זיין אז אלימלך בן פייגא יהודית זאל ארויסקומען מאפילה לאור גדול, אמן.
דער געשיכטע האט אויפגעשטורעמט דאס גאנצע יהדות החרדית בארצינו הקדושה ובגולה, עס האט אויפגעהויבן שרעקעדיג-מאדנע ברעמען ביי זיינע אלע באקאנטע, און צערייסט דאס הארץ פון די חשוב'ע עלטערן און משפחה וועלכע גייען אויס צו הערן א גוט ווארט, און זענען מצפים לישועה שלימה.
פארוואס? – פארוואס?
די קושיא וואס שוועבט אין די לופטן און פארמאגט נאך דערווייל קיין ענטפער: פארוואס לאזט מען נישט צו קיין לויער צו דעם יונגערמאן? – יעדער פארברעכער אויף דער וועלט, וואס מען ארעסטירט, באקומט גראד א לויער צו וועמען ער קען רעדן. אין די לעצטע חדשים האט מען ארעסטירט שרעקעדיגע מחבלים מיט בלוט אויף זייערע הענט, בשעת זיי האבן גע'רצח'עט און גע'הרג'עט אידישע נפשות. זיי האבן באקומען לויערס מיט וועמען זיי קענען זיך דורכשמועסן. אבער אונזער איידעלער ר' אלימלך, האט דאס אבער נישט באקומען.
פארוואס?
אין געווענליכע פעלער, איז נישט בארעכטיגט צו האלטן א מענטש אזוי לאנג, אן דעם וואס ער זאל פארמאגן די רעכטן צו רעדן מיט א לויער. דא קומען די אינסטאנצן מיט א טענה, אויסנוצנדיג א געזעץ וואס לויטעט, אז אויב מען האלט אינמיטן א זמן מלחמה, בשעת עס הערשט א מלחמה אין לאנד, דעמאלס פארלירט דער פארדעכטיגטער אלע זיינע רעכטן און מען דארף אים נישט צושטעלן קיין לויער.
אבער... צי לייגט זיך דאס אויפן שכל, אז א תמימות'דיגער יונגערמאן וואס ווייסט קוים א פרק אין נייעס, זאל מען נישט צושטעלן א מענטש מיט וועמען מען קען אויסטוישן א ווארט?
עס איז נישט קיין סוד וואס מען טוט מיט א מענטש אין אזעלכע אומשטענדן. מען פייניגט דארט אויס פיזיש און גייסטיש, נישט זייענדיג הונטערשטעליג פון די פארצייטישע רוסלאנד. מען פראבירט צו מאכן דער מענטש רעדן אויף יעדן סארט אופן וואס מעגליך. אין געווענליכע פעלער, רעדט מען דאך פון שפיאנען, וועלכע האבן גענומען טרענירונגען נישט צו רעדן אונטער געפענגעניש, דעריבער דארפן זיי זיך שטארקן אויף די טאקטיקן און זען דערצו אז יענער זאל יא רעדן. אבער וואס קלערט איר פאסירט, ווען מען נוצט די סארט טאקטיקן אויף א תמימות'דיגער אומזיכערער יונגערמאן, וועמען מען רעדט ווארשיינליך איין אז די משפחה האט זיך מייאש געווען פון אים און אז ער וועט שוין מסתמא בלייבן זיצן אויף שטענדיג, נאר אויב איז ער וויליג מודה צו זיין אין דאס וואס ער האט נישט געטון, וועט מען אים פארגרינגערן, מען וועט מאכן אז ער זאל כאטש קענען דאווענען מיט טלית ותפילין יעדן טאג... אזעלכע סארט טאקטיקן נוצן זיי דארט.
ווי שטארק קלערט איר קען זיך א יונגערמאן האלטן?!
אין די זעלבע צייט, האט מען אין די לעצטע טעג ארעסטירט א פרייער איד, פאר די זעלבע קלאגעס ווי ר' אלימלך הי"ו. אבער פאר יענעם פרייער איד האט מען תיכף צוגעלאזט א לויער. אבער פאר ר' אלימלך האט מען נאכנישט צוגעלאזט קיין נברא וואס זאל רעדן מיט אים.
פארוואס?
דערווייל ווייסט נאך קיינער נישט זיין מצב, צי ער איז נאך פיזיש און גייסטיש ביים געהעריגן זינען, נאכן נישט שלאפן און נישט עסן געהעריג.
דערווייל קענען מיר בלויז מתפלל זיין צום יודע כל תעלמות. אידן, זייט מתפלל און לאזט א הארציגן טרער פאר ר' אלימלך בן פייגא יהודית, זאל ארויסגיין מאפילה לאור גדול בקרוב ממש, אמן.

השם ירחם!
@עדיטאריעל דו האסט דאס געשריבן? זייער גוט געשריבן!!
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: בית שמש: וויזניצער אינגערמאן ארעסטירט אויף 'שפינאזש קלאגעס'
ניין. א חבר מיר אריינגעשיקט
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10879
Re: בית שמש: וויזניצער אינגערמאן ארעסטירט אויף 'שפינאזש קלאגעס'
שוידערליך!!!
געלאזט א טרער.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5336
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9954
Re: בית שמש: וויזניצער אינגערמאן ארעסטירט אויף 'שפינאזש קלאגעס'
אויפ'ן פראגע אין אימעיל פון מרכז עזרה ויעוץ אויב זיי האבן שוין פרובירט צו העלפן, איז דאס דער ענטפער פונעם מזכיר:
כרגע לא יכולים לעזור הרבה בגלל שהם לא נותנים לו זכות להיוועץ עם הלויער
אבל ר' שמעון כבר דאג לבקשת המשפחה להכניס לו תפילין ואוכל כשר בבית הסוהר
ויה"ר שנשמע בשורות טובות
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 27
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:50 pm
- Location: Brooklyn
- x 17
Re: אינגערמאן אין בית שמש "אלימלך בן פיגא יהודית" ארעסטירט ר"ל אויף 'שפינאזש' חשדות
געהערט האב איך, אז סהאט זיך אנגעהויבן ווען מ'האט געטראפן א קאפי פון זיין פאספארט אין אינדיע וואס האט געהאט עפעס צו טוהן מיט שפיאן אקציעס,
וואס ווייזט זיך ארויס איז, אז ער האט פארדינגען זיין דירה פאריגע ל"ג בעומר און ער האט שוין דעמאלס געהאט פארדאכטן אויף די שוכר,
מעגליך אז יענער האט געמאכט א בילד פון זיין פאספארט און פון דא האט זיך אלעס אנגעהויבן.

- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 786
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 898
Re: אינגערמאן אין בית שמש "אלימלך בן פיגא יהודית" ארעסטירט ר"ל אויף 'שפינאזש' חשדות
מען זאגט אז ער האט זיך היינט געטראפן מיט א לויער און אויך גערעדט מיט זיין משפחה
Re: אינגערמאן אין בית שמש "אלימלך בן פיגא יהודית" ארעסטירט ר"ל אויף 'שפינאזש' חשדות
ק”פ
היינט איז געווען א דיון אויף דעם יונגערמאן.
מ'האט איהם געוואלט פארלענגערן אויף נאך צוויי וואכן, למעשה האט די לויער אויסגפועל'ט און מ'האט פארלענגערט נאר מיט נאך א וואך.
ביטע ממשיך זיין צו דאווענען.

צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
Re: אינגערמאן אין בית שמש "אלימלך בן פיגא יהודית" ארעסטירט ר"ל אויף 'שפינאזש' חשדות
היינט געווען נאך א דיון אין בית משפט. מ'האט פארלענגערט מיט צוויי טאג, ביז פרייטאג.
די לויער זאגט אז ער האפט אז בקרוב וועט מען איהם קענען ארויסלאזן אויף "מעצר בית".
די לויער זאגט אז ער האפט אז בקרוב וועט מען איהם קענען ארויסלאזן אויף "מעצר בית".
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: אינגערמאן אין בית שמש "אלימלך בן פיגא יהודית" ארעסטירט ר"ל אויף 'שפינאזש' חשדות
למעשה האבן זיי ארויסגעשטעלט א שווערע קעיס קעגן אים, מיט קלארע סקרינשאטס און נאך באווייז. נאר נישט קלאר וואס די שייכות איז מיטן שפיאנירן. אבער ער האט זיכער געהאנדעלט מיט איראנע אגענטען.
Re: אינגערמאן אין בית שמש "אלימלך בן פיגא יהודית" ארעסטירט ר"ל אויף 'שפינאזש' חשדות
אנטשולדיגט א ליצנות פון א קעיסנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 9:44 am למעשה האבן זיי ארויסגעשטעלט א שווערע קעיס קעגן אים, מיט קלארע סקרינשאטס און נאך באווייז. נאר נישט קלאר וואס די שייכות איז מיטן שפיאנירן. אבער ער האט זיכער געהאנדעלט מיט איראנע אגענטען.
Re: אינגערמאן אין בית שמש "אלימלך בן פיגא יהודית" ארעסטירט ר"ל אויף 'שפינאזש' חשדות
יעצט פאר די אלע אייוועלט חכמים וואס קויפן אפ די לאקשן און שפרינגען מיט גרויס טיפשות איי טאלד יו סאו, וואס אן אידיאט וכ"ו
די מעכטיגע שב"כ וואס אגב זענען די גרעסטע לוזערס פון יאר הינדערט, מיט די בעסטע טעקנאלאדזשי האבן זיי פארזעהן אקטאבער 7 און האבן גאר געכאפט און ארעסטירט א 21 יעריגע יונגערמאן וואס האט געטשעט מיט פארברעכער, די פארשאלטענע באגעבונדן נאך 3 וואכן פייניגן און אויספארשען א 21 יעריגע יונגערמאן זענען זיי אויפגעקומען מיט א מעכטיגע סקרינשאט (וואס יעדער מיט עקסעסס צו א קאמפיוטער קען פאבריצירן און 3 מינוט... ) אז דער האט זיך פארפליכטעט צו קלעבן צעטלעך... לול ניטאמאל קיין בילדער האבן די מעכטיגע אגענטן געקענט פארשאפן... שוין לאמיר לאזן די מאדנע בלוט בילבול און א זייט פאר א מינוט, און אנקיקן די מציאות על פי תורה.
זיצן אפאר זינדיגע פארברעכערס (סארי אייוועלט צדיקים, חז"ל האבן שוין מעיד געווען אין צדיק בארץ אשר לא יחטא) וואס האבן בפועל ליידער חרוב געמאכט גאנצעטע וועלטן,
נישט קיין 21 יעריגע און אפילו נישט קיין תמימים, און האבן נאך די טראציקע חוצפה צו שרייבן אויף אן ערליכע יונגערמאן פארן מכלומערשט קלעפן צעטעלעך?
זענט איר משוגע? איר ווייסט נישט אז און הימל זעט מען אלעס וואס מען טראכט, רעדט, און כ"ש וואס מען שרייבט?
דאס איז נישט קיין ווערטעל, ווייסט עטס נישט אז יעדע זאך ווואס שטייט און חז"ל איז א מציאות?

איינער זאל איבערגעבן פאר די אייוועלט היפאקריטן
- פיילס
-
- GSmwlDVWwAA2CaT.jpg (157.13 KiB) געזען געווארן 802 מאל
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: אינגערמאן אין בית שמש "אלימלך בן פיגא יהודית" ארעסטירט ר"ל אויף 'שפינאזש' חשדות
ליין איבער מיין סארקאסטישע תגובה מיט אנדערע גלעזער. לאמיר דיר העלפן.שעפטיל האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 10:01 amאנטשולדיגט א ליצנות פון א קעיסנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 16, 2024 9:44 am למעשה האבן זיי ארויסגעשטעלט א שווערע קעיס קעגן אים, מיט קלארע סקרינשאטס און נאך באווייז. נאר נישט קלאר וואס די שייכות איז מיטן שפיאנירן. אבער ער האט זיכער געהאנדעלט מיט איראנע אגענטען.
לגבי אייער נעקסטע תגובה. זאג נאר, אין די אמעריקאנער סיסטעם האסטו יא טראסט? איינער וואס האט פארזעהן א 9/11 און אן אטענטאט פארזוך אויף די מערסט באשיצטער מענטש אויף די וועלט, און נאכן זיך שלאגען אין אפגאניסטאן פאר צוואנציג יאר איז ער ארויס בבושת פנים...למעשה האבן זיי ארויסגעשטעלט א שווערע קעיס... קעגן אים, מיט קלארע סקרינשאטס... און נאך באווייז. נאר נישט קלאר וואס די שייכות איז מיטן שפיאנירן.... אבער ער האט זיכער געהאנדעלט מיט איראנע אגענטען....
טראסטען דארף מען קיינעם נישט, און ווי אויך קען יעדער מאכן א טעות. ווען איר הערט אז די עף בי איי איז איבערגעפאלן א הויז אין וויליאמסבורג צוליב באשולדיגונגען אז א היימישער אינגערמאן האט פארקויפט דראגס פון קארטעלן אין מעקסיקאו. וועט איר נישט גלייך טראכטען אז דער אינגערמאן איז זיכער אומשולדיג. נאר די זעלבע רשעותדיגע עף בי איי וואס איז איבערגעפאלן טראמפס הויז צוליב פאליטישע חשבונות, טוט עס יעצט אויך צוליב שנאת ישראל. און ווי אויך וועט איר זיי נישט אוועקמאכען צוליב דאס פארזעהן אזא מאסיווע אטאקע ווי 9/11.
איר קענט האלטען אז די שב"כ איז א געזונדעל פון קליינע קינדער, און נאך אלץ אננעמען די באשולדיגונג איבער דעם אינגערמאן. און איר קענט האלטען אז די שב"כ איז יא סעפיסטעקירט, און זיין סקעפטיש איבער די באשולדיגונג אויף דעם אינגערמאן. איינס האט נישט מיטן אנדערען.
די אלע וואס האבן געוויסט צו פארציילן בשם א גרויסע משפיע וואס האט קלאר געזאגט אז ער קען דעם אינגערמאן, און עס קען נישט זיין אמת. און דאס איז נאר שנאת ישראל. זאלן יעצט ביטע גיין אנפילען א מויל מיט וואסער. נישט אז איך זאג אז די סקרינשאטס זענען אמת, און קען זיין אז עס וועט זיך ארויסשטעלן אלץ פאלטש. אבער ווי עס קוקט יעצט אויס האט דער אינגערמאן יא געהאט כלים, און יא געווען אין פארבינדונג מיט מענטשען מיט בייזוויליגע כוונות. און די שב"כ זענען נישט געקומען אך ורק צו טשעפענען היימישע אידן...
איי קען זיין אז דער וואס האט געטשעט מיט אים איז גאר געווען אן אונטערגעשטעלטע שב"כ אגענט? קען טאקע זיין. אבער איר ווייסט? די עף בי איי טוט דאס כסדר! יעדע שפיענאזש אגענטור טוט דאס. אזוי שרעקט מען אן מענטשען ווי כאילו זיי כאפן אויף געפארן. און עס עי סייד געין העלפט עס זיי אויך צומאל אנקומען צו אמתע פארברעכער.
למעשה איז דא פראף אז ער איז געווען אין פארבינדונג מיט די נישט גוטע.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: אינגערמאן אין בית שמש ארעסטירט ר"ל אויף 'שפינאזש' חשדות
ער גייט דארפן זיצן ?