מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
זאלץוואסער
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 11:15 am
x 109

מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך זאלץוואסער »

דזשימי קארטער, דער שטארבענדער געוועזענער פרעזידענט איז געווען דער ערשטער פרעזידענט אינטער וועמענס רעגירונג איך האב מיך געפינען דא אין דעם עולם השפל. איך געדענק נישט צופיל פון זיינע אויפטוען אדער דורכפעלער, נאר וואס איך האב געליינט שפעטער אין לעבן ווען איך האב שוין געקענט לייענען אביסל.

ראנעלד רעיגען האט אים ערזעצט, און דא בין איך שוין געווען א שטיקל מבין בשעתו, וויבאלד אין מיין חדר איז געווען א אינגל וואס דער טאטע זיינער איז געווען א פאליטיקאנט. איך רעד פון די סארט פאליטיקאנטן וואס איך קען שוין היינט בעסער, די וואס פארפיגן אויף א ווינקל אין מקוה און נישטערן אינפארמאציע דורך גאר סאפיסטיקירטע און רעפאנירטע שמועסערייען פון וועלכן זיי נעמען ארויס וואס טוט זיך אויף דער וועלט און וואס גייט זיך טון אויף דער וועלט.

די אידן וואס ביי די צייט ווען זייער פיאות איז שוין שיין פארקעמט, דארפן די מלאכים נאר איבערליינען די סקריפט פון זייער שמועס און וויסן פונקטליך זייערע שליחות'ן אויף דעם עולם השקר.

אין חדר האט דער אינגל געפירט א פאליטישן רעדל, מיר זענען נאר געווען כיתה ג' אדער ווייניגער, אבער ער האט מיטן גרעסטן אייפער איבערדערציילט איבער רעיגן'ס געווינסן. געדענק איך נישט צו קעגן קארטער אדער אין צווייטן קאדענץ קעגן מאנדעיל, אבער זיכער אז מאנדעיל איז געווען ביי דעם אינגל אזא חוזק אז ער פלעגט שפאטיש אפלאכן אז ער האט נישט געווינען קיין 5 דעלעגאטן, און מיר כיתה ג' קינדער פלעגן זיך צוהערן מיט גרויס נייגער, אן פארשטיין קיין איין ווארט וואס ער רעדט.

צייט איז געלאפן, דער אלטער בוש איז אריין אין אפיס, ער איז העפטיג געלאפן קעגן עפעס א דאול, קיין סאך האב איך נישט געוואוסט איבער אים ביז ער איז אריין אין קריג מיט איראק, מ'האט אים דאן פארקויפט אלס א גרויסער מלך ומושיע, ער איז צוגעטרעטן צום צווייטן טערמין מיט גרויס אימפעט און זיך פאראנקערט אין עפעס א יונגן שנוק וויליאם קלינטאן, וועלכער האט אים מיט א שמייכעלע צו די פרעסע באזייטיגט.

איך בין שוין עלטער, איך פארשטיי שוין אביסל, און איך הער מיך אזוי אומאינטערסירטיש צו די אלע שמוציגע לשה"ר אויף דעם פרעזידענט פון אמעריקע, איך פארשטיי אביסל און איך געס אביסל, שעם זיך צו פרעגן ברבים איבער די זאכן ווייל ביי אונז אין ביהמ"ד האבן די אידן נאך גערעדט פון רוזוועלט און נישט געוואוסט אז ער איז שוין נישט פרעזידענט בכלל.
און פון דארט גיי מיר ווייטער צום יונגן אומערפארענעם בוש. איך פארשטיי שוין היינט צו פאליטיק גאר גוט, און פארשטייט זיך אז מיט רעכט, איך בין דאך א דזשיניעס, שוין פון כיתה ג' ווי איר לייענט דאך אליינס בין איך שוין "אינוואלווד אין פאליטיק'ס".

איך שמייכל ווען איך זעה נייע אינגעלייטלעך רעדן פון פאליטיק, איך האלט מיך איין פון פרעגן די אלעמען באקאנטע אלטע גראמפי שאלה: וואס פארשטייסטו אינגערמאנטשיק?". און אזוי שפילט זיך אויס צוויי קאדענצן מיט פרעזידענט בוש ירום הודו, 9-11 איראקער מלחמה. איך ווער אביסל מער שוויציג אינוואלווד, איך קען נישט לאזן די וועלט ממש אויף הפקר.
דעם צווייטן קאנדענץ בין איך שוין ממש אן עקספערט און פיר אויך אן א לאקאלע פיליאלע פון שטים בארעכטיגטע איבער וועם איך האב א דירעקטע השפעה פאר וועם זיי זאלן שטימען, ביי איינעם מער דירעקט ווי ביים צווייטן, ווייל מיין ווייב האט פארט רעכט צו איר אייגענעם מיינונג, אבער ווי נישט ווי מאך איך א גוטן דזשאב אין דער ארבייט ביי לאנטש און ביי ברעיק צו בארעכטיגן מיין שטארקע פאטריאטיזם צום אמעריקאנעם פרעזידענט.

איך קען נישט פארשטיין בשום אופן וויאזוי עס איז נאך דא דעמאקראטן אויף די וועלט וואס ווייסן צו עסן זופ נאר מיט א לעפל, מיין שכל זאגט אז דאס איז צו פיהל פאר זייערע מוחות.
און צייט רוקט זיך, דער געהויבענער מאמענט וואס וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן דעם שווארצן דינסטאג ווען אמעריקע'ס ווייסע הויז האט באקומען דעם ערשטן שווארצן איינוואוינער. אה, די ווערטלעך, די גוט זאגעריי, די באנומענע קולות 11 אזייגער ביינאכט ווען פרעזיענט באראק אובאמא האט אינטער א בולעט פרוף גלאז אנגענומען דעם נאמינאציע, איז עפעס וואס מיר עקספערטן וועלן קיינמאל נישט אראפשלינגען.

מעקעין דער פארלוירענער רעפאבליקאנער מלחמה ארעסטאנט האט זיך מיט מיר קיינמאל פערזענליך נישט געטראפן אויסצושמועסן סטראטעגיע, איך קען אים נישט העלפן מער ווי זאגן אז ווען ער וואלט פארשטאנען אביסל מער, אפשר נאר 80 פראצענט פון וואס איך האב פארשטאנען פון מיינע שמועסערייען וואלט ער בעסער געפארן. אבער שוין. מ'טאר נישט בארעדן די טויטע זאל ער רוען אין וויסטן תוהו ערגעץ וואו מ'לייגט אט די קערפערס.

צייט לויפט, און מיין עקספערטיז וואקסט. איך ווייס פונקטליך פארוואס אבאמא איז א סכנה פאר אמעריקע, און איך באשטים אז קאנגרעס מוז זיין די פלאץ וואו מ'וועט דעם בחור צופיקסן, איך ארבייט שוער אויף די מידטוירם וואלן, און דאס מאל איז מיר עס שוין פיל גרינגער, זינט די טעכנעלאגיע האט גאר שטארק זיך פארגערוקט און איך האב שוין קול מבשר, וואו איך קען אלס פארבעסערן מיינע ידיעות אין מיין פעלד פון פאליטיק, און אזוי בין איך מורא'דיג פארנומען צו העלפן דעם אמעריקאנעם פאלק כאטש איינמאל א טאג ווען איך הער קול מבשר.

דער אראנדזשער עושר טראמפ ערקלערט צו לויפן פאר פרעזידענט, הא, איך שמייכל זיך אינטער, און פאר די וואס הערן מיין מבינות זאג איך קלאר אז דאס פאסירט נישט, איך האב דאס געוואוסט פון ערפארונג. איך קען די אמעריקאנער פאליטיק ווי איך קען מיינע פינגער אפדרוקן, (ס'איז דא אזא זאך?) איך באפאס מיך נישט מיט קיין חלומות אין מיין וויכטיגע ראלע פון פאליטיק.

ר' דאנעלד לויפט אן אפשטעל, ער באווייזט וואס ער באווייזט, מ'האלט דעם טאג ווען די פריימערי'ס פון די רעפאבליקאנער פארטיי ווערט קלאר געשלאסן אלס טראמפ'ס אויסשליסליכער געווינס, און מ'גיי מיר צו די גענעראלע וואלן, וויסנדיג קלאר אז כלל ישראל שטייט פאר א גרויסן נסיון, עס קומט א פרוי פרעזידענט פאר די קומענדיגע פאר יאר, וואס די צייטונגען וועלן נישט קענען דעקן געהעריג, אבער דאס איז נישט מיין פראבלעם בכלל, ווייל אויף קול מבשר וועל איך ווייטער הערן מיין עקספערטיז, און לאמיר נישט פארגעסן אז איך האב נאך ריסוירסעס ווי אייוועלט וכדו' אויסער דעם וואס איך האב א ברודער אין ישיבה וואס האט גוטע פרענדס מיט אסאך ידיעות, אלזא איך האב נישט פערזענליך אזא גרויסן פראבלעם מיט א פרעזידענטקע.

איך דארף אייך נישט פארציילן, די טאג פון די וואלן, מ'ציילט די מינוטן, איך בין עמטליך פארנומען מיט מיין לאקאלע דיסטריקט, ווי אויבן דערמאנט, איך שטים פאר א געוויסן אינגערמאן ביי אונז אין ביהמ"ד ווייל פאר א פרוי גיי איך נישט שטימען, און פאר א פארלירער גיי איך זיכער נישט שטימען, אלזא איך זיץ און איך שטום אין אפיס און איך ווארט אויף די רעזולטאטן.
ביינאכט האב איך א וואכנאכט פון א שוואגער, אבער איך בין זייער צופרידן אז מ'בעט מיר נישט צו זיין מוהל אדער סנדק, איך וואלט דאס קינד ל"ע פארשניטן אויב וואלט מען מיך פארטרויט מיט איינע פון די פליכטן, איך בין צו פארנומען מיט די וועלטס ארדענונג.

דער אראנדזשער בליץ האט פאסירט איבער א טעלער קוגל, ווען פלוצים מיט א שטילע שטימע שפאצירט אריין א רייכער קוזין און זאגט קלאר אז דער דאנעלד האט עס.
דארט האט זיך די וועלט אויסגעדרייט צו צפון, און געדרייט אויף רוקווערט אן קיין קאנטראל, איך האב אפיציעל אויפגעגעבן מיין אמט, רעזיגנירט פון מיינע פאליטישע אנשויאונגען, געגאנגען זאגן וויפיל נעגל אויפן דאך, און געהאפט אז צופרי וועט נאך די וועלט שטיין מיט די רצפות פון אונטן און די דעכער פון אויבן.

לאנגע מעשיות לענגער, מ'האלט מיר שוין ביי זיידע ביידען און די וועלט שטייט נאך אלס, און דער אראנדזשער פרעזידענט איז ווידער דא, איך נעם שוין נישט קיין שטעלונג בכלל, איך איגנאריר אמעריקע, איך וועל מיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע, איך קען נישט פארטראגן ווען איך זאג קלאר וואס מ'דארף טון און וויאזוי עס דארף זיין און מ'פייפט אויף מיר.

און שוין. עס איז יוני 24 און מ'ווארט צו זעהן ווער פון די לויפער וועלן איבערלעבן דעם פארמעסט און זיצן אויפן טראהן צו מיט רעדער אדער אן רעדער ווען עס קומט די וואלן פון דעם יאר הונדערט.
-
אה, איר וואונדערט זיך פארוואס איך האב געמאכט אזא סך הכל איבער מיינע פאליטישע לייסטונגען און וואס דאס קען אייך העלפן? איר ווייסט דאך אז איך האב נישט צופיל איבעריג צייט צו שרייבן סתם מעשה'לעך. ניין! איך וויל פשוט ארויסברענגען מיין עקספערטיז, און יעצט אייך געבן א שטיקל עדווייז.

נאכן זיין אזוי טיעף אינוואלווד אין אזויפיל פרעזידענטליכע וואלן, קען איך זאגן מיט גרויס קלארקייט, אז אלס פאר די וואלן האט בערך 50 פראצענט פון אמעריקע געהאלטן אז דא גייט זיך ענדיגן דער אמעריקאנער קאנטינענט, און די אנדערע 50 פראצענט האבן געהאלטן אז מ'הויבט יעצט אן צו בויען.

4 יאר שפעטער אדער 8 יאר שפעטער האט זיך דער אמעריקאנער קאנטינענט אנגעהויבן צאמלייגן פון די צווייטע זייט, אבער געעפנט פון די ערשטע זייט, און אזוי חוזר חלילה.

צו פארשטיין איז גרינגער דורכן לערנען אביסל גמרא ווי מ'דארף נעמען א קלייד וואס מ'האלט אלס פקדון און מ'דארף עס עפענען און צומאכן עס זאל נישט פארשימלט ווערן, אט דאס פאסירט צו אמעריקע, יעדע פאר יאר ווערט חרוב און מ'בויט צוריק,

יעדע 4 יאר איז די קריטישע מינוט פון די ענדע פון מענטשליכן וועזן אויף דעם כדור,

יעדע 4 יאר שרייט די צווייטע זייט ווי שרעקוועדיג עס וועט אויסזעהן ווען דער אנדערער פארטיי נעמט איבער.

און פון מיין עקספיריענס איז עס נאר ווערד די פאלגענדע:

- אויב קענט איר הערן די נייעס פריי פון אפצאל

- אויב קענט איר עס טון ווען איר זענט אמת'דיג פריי פון פליכטן

- און אויב איר פארלירט נישט קיין גוטע פריינט איבער דעם שרעקוועדיגן נושא.

אויב סיי וועלכע פון די תנאים זענען ביי אייך נישטא, בעט איך אייך לייגט אייך צוריק אריין אין אנדערע נושאים, און גענוג ליידיג גייער וועלן שוין זארגן אויפן עצם קיום פון אמעריקא.

א ישר כח פארן אויסהערן
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2058
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2155

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך אנדערער »

איך האב נישט קיינע ווערטער
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8448

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

זייער גוט!!!

👍 זאפטיגע געשליפענע שפראך. 👍 שטארקע און שארף - קלארע מעסעדזש.

יאפ, כ'האב שוין געהערט פון עטליכע חברים וואס האבן זיך געלערנט דעם לעקציע, איינער ביי מעקעינ'ס פארלוסט, א צווייטער ביי די געגנב'טע וואלן... יעדער כאפט זיך צום סוף...
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2160

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך מירון »

זייער ריכטיג ר' געזאלצענע וואסער
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 783

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אבער.. נישט אז ס’גערעכט..
איז דאך דא א שטיקעל חילוק פון יענע צייטען.. נישט ווייל כ’געדענק.. אזוי דמיון איך..

היינט צו טאגס
מ’קען קרימינאלייזט ווערען ר"ל עני מיניט אויב ס’שמעקט זיך אן פאר איינעם פון די באהערדע, (מאפיע סטייל)
טוהן ביזנעס איז כמעט א סיבה פאר שנאה
רעגולעטינס, איז מיינד בארגלינג (ביג גאווערמענט) די ליגעל פיס פאר עני זאך וואס האט צוטוהן מיט גאווערמענט איז סקיי ראקינג, פלוס די נערווירנדיג וועיטינג טיים, אין עכ"ז איז מען אלעמאל אין די דארק.
וכד’ וכו’
קומט איינער און אדרעסד די נושא ביים קאפ איז נישט מער ווי נארמאל אז בלא יודעים ווערט מען אריינגעשלעפט מיט די בעק ענד פארטה,
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3101
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3509

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך שמח »

@זאלץוואסער שטארק!!!
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1194
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1525

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

אמת ויציב ונכון וכו’, מיין חבר האט זיך אויפגעכאפט בערך א יאר צוריק פון די ראלערקאסטער.
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2058
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2155

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך אנדערער »

פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 6:03 pm אבער.. נישט אז ס’גערעכט..
איז דאך דא א שטיקעל חילוק פון יענע צייטען.. נישט ווייל כ’געדענק.. אזוי דמיון איך..

היינט צו טאגס
מ’קען קרימינאלייזט ווערען ר"ל עני מיניט אויב ס’שמעקט זיך אן פאר איינעם פון די באהערדע, (מאפיע סטייל)
טוהן ביזנעס איז כמעט א סיבה פאר שנאה
רעגולעטינס, איז מיינד בארגלינג (ביג גאווערמענט) די ליגעל פיס פאר עני זאך וואס האט צוטוהן מיט גאווערמענט איז סקיי ראקינג, פלוס די נערווירנדיג וועיטינג טיים, אין עכ"ז איז מען אלעמאל אין די דארק.
וכד’ וכו’
קומט איינער און אדרעסד די נושא ביים קאפ איז נישט מער ווי נארמאל אז בלא יודעים ווערט מען אריינגעשלעפט מיט די בעק ענד פארטה,
דאס שרייט מען שוין יארן. יעצט איז טאקע די טורנינג פוינט
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2054
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5063

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך פופציגער »

👌👌👌
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 543

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך לך לך »

זייער גוט ארויסגעברענגט 👍👍👍
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 107

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך א קלער »

@זאלץוואסער זייער שיין, דערמאנסט מיר גוטע צייטן,
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1845

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך ווינטעלע »

מאסיוו!!!!!

דיין פענע! דיין שפראך! די עצם ארטיקל! די פוינט!
JUST WOW
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2583
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 7166

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

הערליך הערליך @זאלץוואסער !!!
א תוכן'פולע ליידיג גייער
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: מיין פרעזידענטליכע ערפארונג און שטימע

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

זאלצי מיטן זעלבן פעדער פון אמאל..

זכרונות זכרונות, איי היו ימים.. באב דאול.. ניוט גינגריטש.. דשאן בעינער.. ביל קלינטאן.. דיק טשעיני.. על גאויר.. איי טאטע אזויפיל יארן אין מיסט אריין..
שרייב פאוסט