הירצקא האט געהאלטן אינמיטן אפלעקן זיין פינגער פון די האלב געקאכטע שפיגל איי ו( א גאר שווערע ארבעט נעמנדיג אין באטראכט אז זיין פינגער איז איבערגעפילט מיט מידיום סייז ווארצלעך, און נישט פון די פרישע, די עלטערע וועלכע זענען שוין עושה פירות...) וען א שוואכע קלינג האט זיך געהערט אין צימער. הירצקא איז גראד צוגעלאפן צו כאפן די טעלעפאן. ''העלאו'' הייבט ער אויף די טרייבל. ''א גוטן הערצקא, ס'איז משה פון שוהל'' האט זיך געהערט די שטימע פונעם צווייטן זייט.
נו נו, וואס קען איך דיר העלפן?
''זייער פשוט, די מעשה איז אזוי, איך האב געהערט שמועות אז די קלערסט צו נעמען מענדל נחום א זון פון יקיר אלס איידעם פאר דיין טאכטער?''
יא, גראדע איז דאס וואר, פון ווי ווייסטו? פרעגט הערצקא מיט נייגער נישט פארשטייענדיג וויאזוי אזא גוט אפגעהיטענע סוד איז ארויסגערינען צו די מאסן.
אנשטאט א ענטפער איז געקומען א גארדיבזש אויסגוס; ''נישט קיין נפק''מ'', ענטפערט משה שנעל, ''איך וויל דיר נאר ווארענען צו שטיין ווייט פון דעם בחור, הערסט? דער איז א געמיינער אינג, א פאצער און פויער. איך גלייב שווער אז ער האט גע'עפענט א ספר און די לעצטע צען יאר פון זיין לעבן. די ערגסטע וואס איז נאר פארהאן. דער סרח'ט פון פערפיום, רייכערט ווי א קוימען קוקט מאוויס טאג אין נאכט. שטיי ווייט פון אים!''
איך גלייב נישט, פארוואס זאגסטו אזוי? פון ווי ווייסטו דאס?
''איך בין זיין שכן פון אלס קליין קינד''. האט משה געזאגט, און צוגעלייגט, ''דאס וואס איך האב דיר יעצט געזאגט איז נאר מקצת שבחו, דער איז א כלי סרוחה, איך זאג דיר. זיינע מידות זענען עפעס מאסיוו, ער טראגט א 54 סייז רעקל און די 'סים' איז שוין לאנג צו'עפענט, ועוד ידו נטיה, איך זאג דיר, שטיי ווייט.''
הערצקא הערט אים אויס מיט אינטערעסע, איך הער, וואס זאך איך דיר זאגן, איך האב שוין אפגעהאלטן א באגעגעניש מיט דעם בחור און די אלע זאכן זען נישט אזוי אזוי דו לייגסט דאס אראפ, ער האט נישט גערייכערט און נישט געקוקט מאוויס, גערעדט שטיל און איידל און און געהאט א פאראכטענע בעקיטשע.
אלע ווייסן אז הערצקא איז נישט קיין בר הכא. וואס מיינט ער מען קען זען וואס א בחור איז ביי די פאר מינוט?
זייער גוט, לאמיר נאר עפעס מסביר זיין. אין געציילטע טעג ארום קומט פאר א פאליטישן צירקוס. חמור דשאו ביידען גייט זיך אויסטענה'ן מיט טראמפ'ן אויפן פאדיום.
פאר די וועלכע האלטן מיט די לעבן און שאפן פון אונזער פראזידענט ווייסן אז ער איז נישט מיט אונז. קען זיין אז ער איז א נאבעלער און אן איינשטענדיגער אבער ער איז שוין אויסגעלאפן.
יעדן טאג ערשיינען פרישע 'פוטעדזש' פון אונזער מלך ווי ער וואנדערט און פרעמדע טעריטאריע, זעצט זיך אוועק און די לופטן און שרייעט אזוי ווי א צוויי יעריגס. פארפאלן.
דאך איז דא א שטארקע מעגליכקייט א דשאו וועט מאכן א גוטע פראפארמענטס. (וויאזוי טאקע? לכאורה איז דא שטארקע דראגס וואס דער אלטיטשקער נעמט, אבער די ווארהייט ווייסט קיינער נישט)
איז וואס גייט געשען נאכער איז אז אלע מידיע קאנאלן און אנעליסטן וועלן ארויסשפרינגען פון זייער מייזן לעכער און שרייען און פארפירן. ''זעהסט, ביידען איז נאכאלס שארף, ביידען איז נאכאלס קלאר… וכד''ו וכד''ו
איז וויכטיג צו געדענקען, מען קען נישט וויסן וואס א בחור איז דורכן אים זען פאר איין שעה און מען קען נישט דעפינירן די אפעקטיוויטי פון א פרעזידענט באזירט אויף ווי אזוי ער עקט ביים דעבאטע, און זיכער ווען אונז אלע זען מיט די אייגענע אויגן זיין שלאבערישקייט. קליפ און קלאר.
לאמיר נישט ווערן פארנער'ט…
געדענק איך האב געווארענט.
וואס, דער בחור?! ער איז א שגץ, שטיי ווייט! סיריעס? נעעע...
Re: וואס, דער בחור?! ער איז א שגץ, שטיי ווייט! סיריעס? נעעע...
האסט מיך דערשראקן מיט די משל
פיין אראפגעלייגט. פון די ווארצלען האב איז זיך אביסעלע פארעקלט אבער די אייער שפייז איז גוט געווען
פיין אראפגעלייגט. פון די ווארצלען האב איז זיך אביסעלע פארעקלט אבער די אייער שפייז איז גוט געווען
Re: וואס, דער בחור?! ער איז א שגץ, שטיי ווייט! סיריעס? נעעע...
יויש... ווער? טראמפ האט גראבע ווארצלען?..
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 933
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1262
Re: וואס, דער בחור?! ער איז א שגץ, שטיי ווייט! סיריעס? נעעע...
למעשה זעט מען אז אפי’ נאכן הערן כל מיני אינפארמאציע טוישן מענטשן זייער בליק נאכן זיך טרעפן
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4233
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13111
Re: וואס, דער בחור?! ער איז א שגץ, שטיי ווייט! סיריעס? נעעע...
לאמיר ווארטן און זען...