דער לימאנע זיידע

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 211
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 577

דער לימאנע זיידע

פאוסט דורך שוש אשיש »

בס''ד
דער לימאן זיידע----
שוש אשיש
מיר קינדער האבן אים געקענט אלס 'דער לימאן זיידע’.
פאר אונז איז א נאמען געווען א נאמען נישט קיין נפקא אויב עס איז געגעבן געווארן נאך א זיידע אדער נקרא שמו על שם תפקידו.

אן אלטער בלאסער דארער אידעל איז ער געווען, מיט א שנאבעל נאז און טיפע קנייטשען אויפ'ן געזיכט און מיט נאך מער טיפערע אויגען.
ביים רוקען האט ער געהאט עפעס וואס מען קען נישט אנרופן א הויקער אבער אויך נישט גלייך. עס איז ביי אונז געווען א ספק וויאזוי מען רופט עס, און היינטיגע צייטן איז ער שוין נישט בהאי עלמא אז מיר זאלן עס קענען מברר זיין. וועלן מיר יעצט נאר דערמאנען אז זיין קאפ איז געווען געבויגן אויף אראפ, איר וועט באשליסען און פסק'ענען וויאזוי מען רופט אזא זאך.

דאכט זיך, אויב מיין זיכרון פארראט מיר נישט, אז ער האט געהאט א דינטשיק קוויטשיק קול'כל, עס איז שווער צו זאגן וויבאלד ער פלעגט נישט קיין סאך רעדן מיט אונז.
מיר האבן אים נישט עקסטער געגליכען, דער איז דאך אן איד מיט אן אפיציעלע אויפגאבע צו טיילען די קאצקע צוקער און לימענעס ביי די שלוש סעודות טיי הולטעריי און קוויקעניש .
מיר האבן נישט געגליכען אפיציעלע פאסטען טרעגער, עס ברענגט נישט קיין גוטס פאר יונגע.
און וויבאלד ער איז געווען פארנומען מיט די לימענעס- און לכאורה האט ער עס גערופען אזוי אויף אלט דייטשמעריש 'לימאנע'; דעריבער מן הסתם, האט ער געקריגען דעם טיטעל 'דער לימאן זיידע.'
ער האט זיכער געמאכט אז מען נעמט נישט מער ווי איין, מאקסימום צוויי, קאצקע צוקער.

און גלייך סוף מנחה, נאך ביי צדקתך דריידלעך און הערינג ריחות האט ער זיך שוין געפארעט ארום די ברוינע טיי פעסעלעך, געשניטענע לימענעס, און טעצער צוקער.
מיר קינדער זענען דארט געווען ווי בינען ארום האניג-בלומען, ווי ווייסע מלאכים ארום א נפטר א צדיק ,ווי שיכורים אין א משל מיט א פארמאכטע קרעטשמע.
סבבוני כדבורים דעכו.

און יעדעס וואך פונדאסניי האבן מיר פראבירט אונזער מזל, מיר האבן אויסגעשטרעקט א האנט צום טעצל צוקער און גלייך געשפירט א קלאפ דערויף כאילו מיר זענען פליגען, האבן מיר זיך נישט געזוימט, און כביכול געמאכט א טיי אין אן אנשטענדיגע פאו''ם קא''פ שלא טעם טעם חטא, עס אריינגעלייגט אינעם רעכטען הענטעלע און מיט'ן צוויי ערשטע פינגער פון דעם לינקער האנט געקליבען איין קאצקער, און נאך איינע, אויפן וועג צום דריטען האבען מיר געשפירט א קלאפ אויפ'ן פינגער כאילו מיר זענען מאסקיטא''ס.
וואך איין וואך אויס.
פאר אונז איז עס געווען א ספארט, פאר אים אן אפקומעניש.

אויב מיר האבן נישט מיטגעברענגט די קאגעלעך איז די שפיל ארויף א שטאפעל, מיר האבן אויספלאנירט אז דריי קינדער זאלן אים באשעפטיגען ביי די רעכטע טעצל און צוויי זאלן ביזדערווייל מאכן א פוילישע גניבה ביים לינקע טעצל, אבער דערפאר האט דער לימאן זיידע געהאט טאקע צוויי הענט און עספיעט צו געבן א קלאפ הן מיט דאס רעכטע און הן מיט'ן יד כהה.
דאס זעלבע האט געלויטעט מיט האגעלעך דאס הייסט אויב מיר האבן געברויכט אנהאגלען מיט עפעס וואס איז נישט כדי להמית אבער איז גענוג צו מאכן א זיסען רושם אויף א הארטען גענאק.
(שאל בניך ויגידו, ילדיך ויאמרו לך)
עס איז אזוי אנגעגאנגען ביז די לעקטער אין בית המדרש האט זיך אויסגעלאשען, דאן זענען מיר ארויס אין הויף און געווארן פארנומען מיט אלערליי אינטערסאנטקייטען און וויכטיגקייטען.
(בעסער פרעגט נישט, נאר זייט אייך מתבונן אין אייערע קינדער יארן).
נאך אזוי פיל שפילען און זיין באשעפטיגט מיט וויכטיגע זאכן, האט צייט באשלאסען צו גיין א גאנג און אונז מחייב זיין במצוות.

עס האט זיך אנגעהויבען פיבערהאפטיגע פארגרייטונגען צום תפילין לייגען, מען האט מיט אונז געלערנט מנהגים און הלכות, די עלטערע האבן אונז נישט אויפגעהערט דערמאנען אז מיר זאלן אריינכאפן, ווייל נאך אביסעל איז אלעס אויף די יונגע קאנטע. די יונגערע זענען געווען פארנומען מיט רעקלעך קאלירען, גארטעל דיקקייט, און הוטען פירמעס.
פארשטייט זיך אז מען האט אונז געמאכט א הכנה, ווי צום ביישפיל אז מען דארף זאגן 'וארשתיך לי 'מיט כוונה, אבער מען האט זיך נישט געמוטשעט צו פארשטיין געבן אז די 'וארשתיך לי' מיינט אז מען האט יעצט חתונה מיט דער באליבטער כל יכול, אדער אז תפילין איז א קידושין רינגעל מיט ה' אחד.
מען האט אונז אפילו געשיקט צו א פלאץ וואו מיר זענען ווייטער געזיצען נאך חדר און געווארט אז דאס גלעקעל זאל קלינגען, דארט האבן מיר געלערענט אז מען טאר נישט אראפשניידען די קליינע ווייסע הארעלעך וואס קומען ארויס פון דעם של ראש. אבער: דאס אז די של ראש איז א ג-טליכע -קעניגליכע קרוין איז אונז נישט איינגעפאלען, און אויך נישט געלערענט געווארן דארט.

אזוי צו אזוי האט צייט ווייטער גענומען פולשטענדיגע פאראנטווארטליכקייט און מיר זענען אט - אט אריינגעשליידערט געווארן אין דעם דרייצענטען יאר .
מיר האט מען אויפגעפאסט א בלויען רעקל און ארויפגעלייגט אויף מיר א שווערע יאך אין פארעם פון א שווארצען קאפעלוטש.

און פארשטייט זיך אז מיט אזא הכנה דרבה, און מיט אזאלכע אפעטיטליכע לעקציעס וואו דאס אויסלייז גלאק האט שטענדיג זיך געזוימט, זענען מיר אנגעקומען צום בר מצווה תקופה מיט קליינע קוואנטומעס ליבשאפט צום נייעם עול, און מיט נאך א קלענערע וויסענשאפט אין איינפאכע הלכות .
מיר זענען געווען באגייסטערט פון די נייע ענדערונגען אין אונזער לעבן, און די נייע קליידער האבן פארשטייט זיך אויך צוגעגעבן עפעס, אבער צו הלכות תפילין זענען מיר אנגעקומען ווי וויסטע עמיהארצים, ווי שיכורים אין וואל סטריט און ווי פאלנע פויערען אין א רוימענישע מופת.
ביי אונז איז די מנהג קדוש געווען אז בדרך כלל האט מען אנגעהויבען לייגען תפילין ערגעץ פאר די בר מצוה.

אין דעם ערשטע טאג איז געווען פארשטענדליך אז איך האב געבעטען הילף מיט די כריכות, אבער א טאג שפעטער בין איך אריין אין 'לא הביישן למד' קאטאגאריע און געמאכט זיבען כריכות אויף דעם מיטעלסטען פינגער און פיר כריכות 'שי''ן'ס' אויף דעם האנט.
עפעס האט נישט געטויגט, איך האב עס געשפירט, בין איך שטיל צוגעגאנגען צו מיין חבר יענקי, האט ער מיר געוויזען זיינע פארפלאנטערטע קעסטעלעך אויף זיין האנטפלאך, מיר ביידע האבן פארשטאנען אז מיר האבן נישט קיין מינדעסטע אנונג אין הלכות תפילין.
מיר האבן זיך צוגעשארט צו א דריטען חבר, און צו נאך אפאר, מיר אלע זענען געווען אין דעם זעלבען פראבלעם.
האט איינער פון די דרייסטע אין די באנדע אפגעשטעלט א יונגערמאן מיט א לאנגע בארד און געפרעגט דעם גרויסע טאטע וויאזוי מען לייגט תפילין ריכטיג.
צו זיין גוט מזל און צו די גאנצע כאפטע יונגע בחורים געלעכטער איז פונקט בהשגחה פרטית אונטערגעקומען דעם בחור'לס טאטע און עס האט זיך אפגעטון א צימעס מיט פויסטען און געשרייען ,דער ספעקטאל איז געווען אזוי געפערליך אז מיר האבן באשלאסען מער נישט צו פרעגן קיין ערוואקסענע.

און אזוי האט זיך פארמירט א גרופע יונגע בחורימלעך מיט געפרעסטע אנצוגען און שיינענדיגע שיך וואס זיצען אין חדר שני דארט ווי עס איז צו קליין פאר א מניין אבער גענוג ברייט צו בויען ברענענדיגע ליכט טורעמעס און שיסען פאפירענע עראפלאנען, און געשטופט דעם זמן של קריאת שמע וסוף זמן תפילה. אייניגע פון אונז האבן דארט געלייגט תפילין וויאזוי עס זאל נאר אויסזען,
געמורמעלט קריאת שמע און גלייך צוריקגעלייגט אין בייטעל, און עטליכע האבן לא עלינו זיך נישט געקימערט און געהיפערט במזיד גאנצע טעג. וה' הטוב יכפר.
ווילענדיג ווייזען זעלבסטשטענדיגקייט ווי אויך ערוואקסענקייט, פלעגן מיר גיין צום געשעפט אינעם
שול און זיך באשטעלן א סענדוויטש גענוי ווי די גרויסע יונגעלייט, מיר פלעגן ארויסנעמען די בר מצווה טייסטערס, און ארויסנעמען די דרשה געשאנק דאלארען וואס מיר האבן באוויזען צו באהאלטען פון די עלטערענס אויגען און שפאר-קאסע פאר ווען מיר וועלן ווערן עלטער. (ווען?)
דאס געלט אין טייסטער האט געקלעקט אויף א וואך.
מיר ברויכען א נייע פרנסה קוואל.

אין דעם קליינע צימער איז אויך געזיצען איינגעקורטשעט און שטיל, צווישען שטענדערס און קונטרסים, אינדערזייט פון עלים לתרופות און טישיו באקסעס; 'דער לימאן זיידע'.
איבערגעבויגען אויף א ספר האט ער אויסגעזען נאך קלענער און אומבאמערקבאר.
מיר האבן נישט געלייגט קיין גרויס געוויכט אויף אים, פאר אונז איז ער געווען ווי נאך א שטיקעל מעבל; וואס האבן מיר, יונגע חיות מיט דעם זקן?
שטעלט זיך אויס אז דער לימאן זיידע האט געקענט זען כאטש זיין איינגעשרומפענע קערפער, און זיין בינה האט געארבעט טראץ זיין טיפע עלטער.
דער האט געכאפט אן עסק און אנגעהויבען עפעס מורמלען מיט ווייטאג.

מיר האבן באמערקט אז ער מורמעלט צו אונזער ריכטונג האבן מיר זיך אנידערגעבויגען נעבן אים און געהערט אז ער שלאגט פאר א גוט-לוינענדיגע געשעפט. נעמליך, ער וועט געבן צוויי דאלער פאר דער וואס לייגט תפילין און דאווענט אלצדינג וואס מען מוז על פי הלכה, דאס הייסט מיר מעגן נאר מאכן דילוגים על פי הלכה.
ברוך שאמר, אשרי, מיט כאטש איין הללוקה, און פון ויברך דוד ביז נאך שמונה עשרה.
מיר אלע זענען איינגעגאנגען אויפ'ן געשעפט ,מיר האבן געהיפערט און געדאווענט, געכיפערט און געמורמעלט .און הארט נאכן דאווענען צופראסען אונזער געשמאקע נארהאפטיגע בייגעל און קרי''ם טשי''ז.
חריף און אייערשפייז האבן גערינען פון קליינטשיגע פיסקעלעך.
צוביסלעך און געדולדיג האט אונז דער לימאן זיידע אויסגעלערענט וויאזוי מען לייגט תפילין ,חיפזון'דיג, שנעל, און אומגעדולדיג האבן מיר געדאווענט און געהיפערט.
וה' הטוב יכפר.

צו מיין מזל בין איך איין טאג געגאנגען אין שול מיט מיין פאטער זאל זיין געזונט .
איז פארשטענדליך אז ער האט געוואוסט ווען איך ברויך ענדיגען דאווענען.
איז פארשטענדליך זיין וואונדער ווען ער עפענט אויף דעם טיר פון חדר שני און זעט ווי איך פאק איין די תפילין אריין אין בייטעל אן ערך פון פופצען מינוט נאך מיר זענען אנגעקומען אין שול
צי ער האט עספיעט צו זען ווי איך בעט צוויי טאלער פונעם לימאן זיידע ווייס איך עד היום נישט.
איז פארשטענדליך מיין שאק און ציטער ווען איך הייב אויף מיינע אויגען און איך באמערק מיין פאטער זאל זיין געזונט.
ה' ישמור.
ברוך שמסר עולמו לשומרים, דער לימאן זיידע האט עפעס גערעדט וועגן מחנך זיין די קינדער און וועגן לייגען תפילין, אבער זעט אויס מיין פאטער האט נישט פונקט פארשטאנען, אדער האט ער פשוט נישט געמערקט די צוויי טאלער שנארעריי, דער שרייבער פון די דאזיגע שורות האט גענוצט עפעס אן אויסרייד, צי גוף נקי, צי 'איימעסארי', אזוי צי אזוי בין איך ארויס אן קיין שטראף. (און מיט צוויי דאלער.)
יהא זכרו ברוך.
---
פארוואס פארצייל איך אייך דאס?
קודם כל איז עס א זיכרון וואס פלאטערט מיר לעצטענס אין קאפ ווי א ניגון וואס בלייבט שטעקן אין די זיכרונות קעמערלעך און נאגט דאס מוח אן קיין מנוחה מיט א געוואלדיגע שמחה.

צווייטענס: והיא העיקר; אז איך בין עלטער געווארן האב איך זיך געכאפט אז בזכות דער לימאן זיידע זענען אסאך יונגע בחורים אריין אין א רוטין פון לייגען תפילין. בזכותו האבן מיר אנקומענדיג צו די בר מצוה נישט פארפעלט און ארום געפאנפעט, איך מיין צו זאגן, אז ווען די יונגע בחורים וואלטען ווען דעמאלט פארפעלט לאנגע תקופות פון תפילין לייגען, וואלטען זיי זיך איינגעוואוינט אז עס איז א לייכטע זאך וואס מען ברויך חלילה נישט מקיים זיין ווען עס איז שווער, און עס וואלט חלילה וחס געקענט אזוי בלייבען אויף לאנגע יארן, בזכותו האבן מיר אלע מקיים געווען דעם זיסען לעכטיגען מצווה וואס איז א בונד מיט השי''ת.

דריטענס: אוי האט ער קלוג געטון, די צענדליגע, צי הונדערטע, דאלארען זענען טאקע געגאנגען א גאנג, אבער יעצט האט ער צענדליגע, צי הונדערטע, תפילין'ס אין זיין עולם הבא קאנטע .
אריינגערעכענט די פועל יוצא'ס, דאס הייסט די צענדליגע תפילין'ס וואס מיר האבן געלייגט דערנאך וועגן די געוואוינהייט בזכותו.
און אויך: וויפיל פון די אלע וואס האבן געוואוסט אז 'דער לימאן זיידע' לייגט פעטשעלעך אויף יונגע הענטעלעך, האבן אויך געוואוסט אז 'דער לימאן זיידע 'לייגט תפילין אויף יונגע הענטעלעך?
''# געווען אמאל אן איד!''
לע''נ ר' נתן צבי בן ר' חיים ע''ה.
SOS
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 843
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1455

Re: דער לימאנע זיידע

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

Wow

אזוי ארגינעל, מיט א טעם זקנים!

אזוי ריכטיג, מיט אן אמת!

אזוי ערליך, מיט א מוסר השכל!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1233

Re: דער לימאנע זיידע

פאוסט דורך ווירקליך »

הוהא!

הערליך געשריבן!!!!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1525
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2448

Re: דער לימאנע זיידע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

זייער שיין
פיינע פעדער ווארט מיר אויף נאך פון דיינע זכרונות אזוי גוט אראפגעשריבן
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 844

Re: דער לימאנע זיידע

פאוסט דורך צייטווייליג »

Wow wow!! ייש”כ!!
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: דער לימאנע זיידע

פאוסט דורך אלף טויב »

א פשוטע איד פונעם דור העבוד

גטיילט פעטש, אין מחנך געווען ארגינעל, פשוט ווייל ער האט ליב געהאט דער פון אויבן, במילא אויך זיינע קונדער.

חבל על דעבדין דלא משתכחין...
שרייב פאוסט