איך האב געזען בילדער, אבער איך ווייס נישט אויב די בילדער זענען טאקע פון די מוסד, און אויב יא צו עס איז זיי אדער פשוט גענוצט די וואנט פון זייער בנין וכו’.הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:59 pm אנטשולדיגט פארן אריינהאקן אינמיטן, איך האב שוין סייווי פארלוירן חשבון אויף דער יעצטיגער מערכה ווער עס קלאגט וועמען אויף וואס..
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסט איינער צי דאס איז אמת? איז דא פארהאן איינער פון לאנדאן דאס צו באשטעטיגן/אפווארפן ערשטהאנטיג?
Screenshot 2026-01-04 165658.png
כ'האף מיטן גאנצן הארץ אז ס'איז שקר.
אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1304
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1954
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ווען די פאקטן שרייען פאר זיך און מען האט נישט וואס צו ענטפערן אויף די 'קלארע אומאפפרעגבארע פאקטן' (ווי א ליינער האט זיך אויסגעדרוקט), איז זעלבסט פארשטענדליך אז מ'קומט נישט אן צו שרייבן, דאס איז א נארמאלע ערשיינונג ביי זייער אסאך מענטשן, אז ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן קומט מען נישט אן צו שרייבן...
און ווי מען זעהט האט טאקע געדויערט אנדערטהאלבן וואך (כמעט אזוי לאנג ווי עס האט געדויערט די חבלי לידה אפצובאקן די מעשה איבער די 'פעטוועי בריוו' פון פרייטאג און זונטאג) צו קענען צוריקקומען ווארפן נאכאמאל אביסל זאמד אין די אויגן.
און אויב האבן מיר ביז יעצט געמיינט אז מען רעדט דא פון אזעלכע וואס קענען נישט ריכטיג אפליינען קיין דאקומענטן (וואס צייגט זיך איבער יעצט נאכאמאל פון די פרישע דאקומענטן וואס זענען אראפגעברענגט), ווערן מיר געוואויר נאך סאך א גרעסערע חידוש פון די יעצטיגע פרישע געשרייבעכץ, אז ניטאמאל אידיש געשריבענע תגובות ווערן ריכטיג פארשטאנען און אפגעליינט,
אויסער אויב מען האט דאס באמת זייער גוט פארשטאנען, נאר דאס איז געווען מיט א קלארע ציהל כדי צו פרובירן אוועקנעמען פון די אימפעקט וואס אונזערע קלארע ווערטער האבן פאראורזאכט, ברענגענדיג די אלע קלארע דאקומענטן שווארץ אויף ווייס.
איז די איינציגסטע וועג צו פרובירן אוועקנעמען די השפעה, בלייבט נאר אויב מען וועט פשוט פארדרייען אונזערע ווערטער, וואס דער מהלך און סטראטעגיע שטאמט באמת נאך פון די צייטן פון נחש הקדמוני, דהיינו אז מען לייגט צו ווערטער וואס זענען קיינמאל נישט געזאגט געווארן, און דערנאך פרעגט מען אפ די דאזיגע ווערטער, און דאן הייבט מע אן שרייען זעהסט אז די צוגעלייגטע (וואס מען האט אליין מוסיף געווען) איז פאלש און באטריגעריש, איז דאך די גאנצע זאך שקר.
וזה דרכו כסל למו, צו פאדרייען דעם צד שכנגד'ס ווערטער, און דערנאך מאכן אזא גאנצן קוגל און א מישמאש, ביז די ליינער ווערן צומישט און כאפן שוין נישט פונקטליך ווער האט געזאגט וואס, דאן קען מען אראפשטעלן אפאר פראגן וואס מאכן דעם אויסזעהן ווי שווערע קשיות, און דערמיט באשולדיגן דעם צד שכנגד אז ער האט געשריבן ליגנט און שקר, אינדערצייט וואס יענער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט און די קשיא הייבט זיך בכלל נישט אן, און ברויך נישט תירוץ און קיין הסבר.
צוליב די אויבנדערמאנטע וועלן מיר זיך יעצט נאך בכלל נישט באציהען אויף די עצם דאקומענטן וואס @מיטב הגיון האט צוגעצייכנט און אראפגעברענגט, און מיר וועלן נאך קודם בכלל נישט מטפל זיין דערמיט צו אויפווייזן ווי נישט ריכטיג ער (אדער זיינע משלחים) האבן דאס אפגעלערנט, און נאך באהאלטענע באטריגערישע כוונות וואס ליגן אין דעם וועג וויאזוי ער האט אראפגעברענגט די דאקומענטן.
ווייל אויב זיין גאנצע אטאקע אויף אונזערע ווערטער, און זיין כלומר'שטע פארענטפערן די אלע זאכן וואס מיר האבן אויפגעוויזן פון קלארע דאקומענטן, הייבט זיך גלייך אן מיט עטליכע גראבע ליגנטס און באשולדיגט אונז מיט ווערטער וואס מיר האבן קיינמאל נישט געשריבן, דעריבער איידער דאס ווערט נישט אויסגעקלארט, איז בכלל נישט אינטערעסאנט זיך מטפל צו זיין מיט די אלע נאכפאלגענדע נארישקייטן און כלומרשטע באווייזן מיט קשיות און הסברים.
ווי יעדער קען זעהן הייבט @מיטב הגיון זיינע ווערטער, מיט די פאלגענדע טענות אויף אונזערע ווערטער, כאילו מיר האבן מחדש געווען 2 ליגנטס וואס אויף האבן מיר געבויעט אלע פאלשקייטן:
מיר וואלטן זייער געוואלט בעטן @מיטב הגיון אדער סיי וועמען פון די ליינער דא, זאל אונז אנצייגן וואו אין אונזערע ווערטער מיר האבן געשריבן און אויפגעבויעט די 2 זאכן וואס ווערן דא אויסגערעכנט.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:16 pm די אלע פאלשקייטן זענען בעיקר געבויעט אויף 2 ליגנדס וואס מען פרובירט אויפצובוען :
1) אז ביז היינט האט מען גארנישט אריינגעטייטשט וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'' און די CFE פסק האט גארנישט געזאגט דערוועגן, און די קלאגע ממש נישט געבויעט אויף די CFE פסק.
2) אז די פערלס פסק האט יעצט צום ערשטן מאל אויסגעטייטשט דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' און געזאגט (לכאורה) אז עס מיינט עפעס געוויסע לימודים, וואס מען האט יעצט צום ערשטן מאל אריינגעלייגט אין דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און דאס שטייט אין די קלאגע און אויף דעם כאפן זיי זיך ארויף
ווייל ווילאנג מען זעהט אין ערגעץ נישט אז מיר האבן זאלן דאס בכלל האבן געשריבן, איז אשאד יעדע סעקונדע ווייטער צו מתווכח זיין דא.
דעריבער פארלאנגן מיר פון @מיטב הגיון צו אנצייגן פונקטליך ווי מיר האבן געשריבן די 2 זאכן, און נאר אויב דאס וועט זיך ארויסשטעלן אלץ ריכטיג, דאן וועלן מיר ווייטער ממשיך זיין בעז"ה.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך וואלט אויך זייער שטארק געהאפט אז דאס איז שקר, אבער ס'איז ליידער בעוה"ר 100% אמת, און עס זענען פארהאן קלארע בילדער פון אט די ביטערע מציאות, וואס האבן זיך ארומגעדרייט אין פארשידענע אימעיל גרופעס.הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:59 pm אנטשולדיגט פארן אריינהאקן אינמיטן, איך האב שוין סייווי פארלוירן חשבון אויף דער יעצטיגער מערכה ווער עס קלאגט וועמען אויף וואס..
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסט איינער צי דאס איז אמת? איז דא פארהאן איינער פון לאנדאן דאס צו באשטעטיגן/אפווארפן ערשטהאנטיג?
Screenshot 2026-01-04 165658.png
כ'האף מיטן גאנצן הארץ אז ס'איז שקר.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די אלע נארישע תירוצים פרובירן נאר צו פארווישן דעם ביטערן פאקט און דעם טרויעריגן מצב צו וואו מען האט זיך דערקייקלט.בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 8:45 pmאיך האב געזען בילדער, אבער איך ווייס נישט אויב די בילדער זענען טאקע פון די מוסד, און אויב יא צו עס איז זיי אדער פשוט גענוצט די וואנט פון זייער בנין וכו’.הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:59 pm אנטשולדיגט פארן אריינהאקן אינמיטן, איך האב שוין סייווי פארלוירן חשבון אויף דער יעצטיגער מערכה ווער עס קלאגט וועמען אויף וואס..
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסט איינער צי דאס איז אמת? איז דא פארהאן איינער פון לאנדאן דאס צו באשטעטיגן/אפווארפן ערשטהאנטיג?
Screenshot 2026-01-04 165658.png
כ'האף מיטן גאנצן הארץ אז ס'איז שקר.
עס איז אבסורד זיך צו לאזן איינרעדן אז א פרעמדער האט פשוט 'פערצופאל' גענוצט 'פונקט' די וואנט פון די מוסד....
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
יא יא @מיטב הגיון, מיר ווארטן צו זעהן די פרישע געבעקסן צו פארענטפערן די מעשה נבלה, וואס איז יעצט דורך די פרישע דאקומענטן געווארן אזוי קלאר אויפגעוויזן צו זיין א פשוט'ע סקעם און דורכאויס פאלש און באטריגעריש.
און באמת איז דער אויסדרוק פאלש און באטריגעריש צו א שוואכער אויסדרוק אויף אזא מעשה, ווען מען רעדט פון א מאסיווע שווינדל וואס מען האט קודם איינמאל אויסגעפאפט די אייגענע ערליכע רבנים און דיינים, און געמאכט צונאר פונעם גאנצן ציבור, און איינגערעדט אז מען האט 'נאר' געשיקט א שארפע בריוו.
און דערנאך א צווייטע מאל, בשעת עס איז ארויסגערינען און אויפגעדעקט געווארן אפס קצהו פונעם שווינדל, האט מען אנשטאט ומודה ועוזב ירוחם גאר מקיים געווען דעם עבר ושנה נעשה לו כהיתר, און מען האט פרובירט איינצורעדן דעם ציבור א פרישע פאנטאזירטע מעשה'לע, וואס כאטש עס האט בשעתו זיך אפילו פאר קיינעם ניטאמאל געלייגט אויפן שכל, דאך טוט עס יעצט ווידער אויפשאקלן און שאקירן דעם ציבור אט די יעצטיגע פרישע אויפדעקונג וואס טוט באשטעטיגן און קלארשטעלן מיט קראנטע דאקומענטן ווי די גאנצע בנין של הבל איז איין שטיק שקר ומרמה.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פון וועלכע מוסדות רעדט מען דא?הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:59 pm אנטשולדיגט פארן אריינהאקן אינמיטן, איך האב שוין סייווי פארלוירן חשבון אויף דער יעצטיגער מערכה ווער עס קלאגט וועמען אויף וואס..
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסט איינער צי דאס איז אמת? איז דא פארהאן איינער פון לאנדאן דאס צו באשטעטיגן/אפווארפן ערשטהאנטיג?
Screenshot 2026-01-04 165658.png
כ'האף מיטן גאנצן הארץ אז ס'איז שקר.
ביטע אינאכט נעמען: די לב טהור אשכול איז נישט געמאכט פאר פלעינע ניקס צו שרייבען, די נייעס דארט איז נאר צו שטופען א אדשענדע און סאיז נישט מוכרח אז וואס סשטייט דארט איז אמת
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
באופן כללי עס טויג נישט אז מגייט יעצט שיקן די פעטוועי, וואלט געווען זייער גוט אוייב מוואלט עס געקענט שטופען צו די זומער אד"ג.
ווייל אין די זעלבע טעג ממש פירן די זעלבע חותמי הפעטוועי זז"ג אהעפטיגע מערכה אנטקעגן חוק הגיוס אין ארה"ק, און תמימותדיגע יידן קענען אפשר פרעגן מה בין לבין...
ועיין viewtopic.php?p=233143#p233143
ווייל אין די זעלבע טעג ממש פירן די זעלבע חותמי הפעטוועי זז"ג אהעפטיגע מערכה אנטקעגן חוק הגיוס אין ארה"ק, און תמימותדיגע יידן קענען אפשר פרעגן מה בין לבין...
ועיין viewtopic.php?p=233143#p233143
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
זיי מסביר וואס דו מיינסט, לויט די אידן פון וועמען דו רעדסט וועט דער חוק הגיוס גורם זיין אז שוואך אווקגעשטעלטע אידן (ספרדים, דארפישע וכדו') זאלן אנקומען אין מיליטער, אנדערש ווי איצט ווען דאס יהדות החרדית איז פאראייניגט צו קעמפן דערקעגן און יעדער שטייט פאראייניגט וועט דאן זיין א מצב אז די זאך איז מסודר און די שוואכערע וועלן אריינפאלן אין מיליטער.זלמעלע האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 2:53 am באופן כללי עס טויג נישט אז מגייט יעצט שיקן די פעטוועי, וואלט געווען זייער גוט אוייב מוואלט עס געקענט שטופען צו די זומער אד"ג.
ווייל אין די זעלבע טעג ממש פירן די זעלבע חותמי הפעטוועי זז"ג אהעפטיגע מערכה אנטקעגן חוק הגיוס אין ארה"ק, און תמימותדיגע יידן קענען אפשר פרעגן מה בין לבין...
ועיין viewtopic.php?p=233143#p233143
זאגסטו אז לויט דעם זאל מען נישט נעמען קיין פעטוועי ווייל?...
ביטע נישט אריינגיין אין א טענה'ריי איבערן חוק הגיוס מיט זיינע מעלות און חסרונות, לאמיר עס האלטן בלויז צום צושטעל פון גיוס מיט פעטוועיס.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
לא כן. די עיקר טענה איז נישט אז פקטיש און פרקטיש די חוק וועט גורם זיין אז מער בחורים וועלן גייען צום מיליטער.הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 3:27 amזיי מסביר וואס דו מיינסט, לויט די אידן פון וועמען דו רעדסט וועט דער חוק הגיוס גורם זיין אז שוואך אווקגעשטעלטע אידן (ספרדים, דארפישע וכדו') זאלן אנקומען אין מיליטער, אנדערש ווי איצט ווען דאס יהדות החרדית איז פאראייניגט צו קעמפן דערקעגן און יעדער שטייט פאראייניגט וועט דאן זיין א מצב אז די זאך איז מסודר און די שוואכערע וועלן אריינפאלן אין מיליטער.זלמעלע האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 2:53 am באופן כללי עס טויג נישט אז מגייט יעצט שיקן די פעטוועי, וואלט געווען זייער גוט אוייב מוואלט עס געקענט שטופען צו די זומער אד"ג.
ווייל אין די זעלבע טעג ממש פירן די זעלבע חותמי הפעטוועי זז"ג אהעפטיגע מערכה אנטקעגן חוק הגיוס אין ארה"ק, און תמימותדיגע יידן קענען אפשר פרעגן מה בין לבין...
ועיין viewtopic.php?p=233143#p233143
זאגסטו אז לויט דעם זאל מען נישט נעמען קיין פעטוועי ווייל?...
ביטע נישט אריינגיין אין א טענה'ריי איבערן חוק הגיוס מיט זיינע מעלות און חסרונות, לאמיר עס האלטן בלויז צום צושטעל פון גיוס מיט פעטוועיס.
ווייל די מצב איז אז מ'האלט ליידער אין איין לייגן נאך און נאך גיפערלכע שטרופן אויף בחורים און יונגעלייט, און די "יעדער שטייט פאראייניגט" טויג אויף כפרות בנוגע די שוואכע, ממש נעכטן האט די הויפט פירער פון גיוס חרדים אין מיליטער האט געזאגט אין כנסת המינים אז אין די לעצטע יאר - וואס איז נישט געווען קיין חוק הגיוס - איז געווען די מערסטע נייע פרומע סאלדאטן, מער ווי אלע יארן וואס איז יא געווען חוקי הגיוס
https://www.jdn.co.il/news/2550576/
ווייל ווען מהאט אזא מין צאל פון שטרופן פון אלע סארטן, און בג"ץ האלט ביים לייגן נאך און נאך און ידן און חשבון, און קיינער קען עם נישט שטערן (וויל נישטא קין געזעץ במילא אלע ישיבה בחורים זענען אוםליגאל איז האט ער פרייע פעלד צו לייגן שטרופן), איז די מצב מיט די שוואכע איז נורא ואיום.
נאר די עיקר טענה איז אז זאל זיין וואס זאל זיין, אין דעם די ציונים זענען שולדיג און דער אויבערשטער פירט אלעס און צום סוף וועט ער מרחם זיין. דער עיקר איז אז דו טארסט נישט בשום פנים ואופן שטיצן אויף אגעזעץ מיט אמשמעות פון גיוס. וויל דעמאלט ביז דו שולדיג. איז נעם די שטעלונג פון שב ואל תעשה עדיף, שטייטזיך וועסט קענען פראבירן העלפן פון די זייט מיט העלפן פאר בחורים און יונגעלייט.
יעצט פעטוועי....
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
און אגב די שפראך פון "מסורה" קונטרסים וועגן פעטוועי והמסתעף איז געווען ממש די זעלבע שפראך ווי די תעמולה קונטרסים פון די פרומע פארטייען וועגן חוק הגיוס (בפרט אין די יארן פון די פריערדיגע חוק הגיוס - תשע"ו)
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 274
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אוקעי, סאו איך נעם אהן אז דו האסט עס נישט געשריבן, און דו האלטסט אויך:פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 1:25 am
ווייל אויב זיין גאנצע אטאקע אויף אונזערע ווערטער, און זיין כלומר'שטע פארענטפערן די אלע זאכן וואס מיר האבן אויפגעוויזן פון קלארע דאקומענטן, הייבט זיך גלייך אן מיט עטליכע גראבע ליגנטס און באשולדיגט אונז מיט ווערטער וואס מיר האבן קיינמאל נישט געשריבן, דעריבער איידער דאס ווערט נישט אויסגעקלארט, איז בכלל נישט אינטערעסאנט זיך מטפל צו זיין מיט די אלע נאכפאלגענדע נארישקייטן און כלומרשטע באווייזן מיט קשיות און הסברים.
ווי יעדער קען זעהן הייבט @מיטב הגיון זיינע ווערטער, מיט די פאלגענדע טענות אויף אונזערע ווערטער, כאילו מיר האבן מחדש געווען 2 ליגנטס וואס אויף האבן מיר געבויעט אלע פאלשקייטן:
מיר וואלטן זייער געוואלט בעטן @מיטב הגיון אדער סיי וועמען פון די ליינער דא, זאל אונז אנצייגן וואו אין אונזערע ווערטער מיר האבן געשריבן און אויפגעבויעט די 2 זאכן וואס ווערן דא אויסגערעכנט.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:16 pm די אלע פאלשקייטן זענען בעיקר געבויעט אויף 2 ליגנדס וואס מען פרובירט אויפצובוען :
1) אז ביז היינט האט מען גארנישט אריינגעטייטשט וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'' און די CFE פסק האט גארנישט געזאגט דערוועגן, און די קלאגע ממש נישט געבויעט אויף די CFE פסק.
2) אז די פערלס פסק האט יעצט צום ערשטן מאל אויסגעטייטשט דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' און געזאגט (לכאורה) אז עס מיינט עפעס געוויסע לימודים, וואס מען האט יעצט צום ערשטן מאל אריינגעלייגט אין דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און דאס שטייט אין די קלאגע און אויף דעם כאפן זיי זיך ארויף
ווייל ווילאנג מען זעהט אין ערגעץ נישט אז מיר האבן זאלן דאס בכלל האבן געשריבן, איז אשאד יעדע סעקונדע ווייטער צו מתווכח זיין דא.
דעריבער פארלאנגן מיר פון @מיטב הגיון צו אנצייגן פונקטליך ווי מיר האבן געשריבן די 2 זאכן, און נאר אויב דאס וועט זיך ארויסשטעלן אלץ ריכטיג, דאן וועלן מיר ווייטער ממשיך זיין בעז"ה.
איך האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען אז די פוינטס זענען שקר. אז דו האלטס אויך אזוי און דו זאגסט אז דו האסט עס קיינמאל נישט געשריבן, בעט איך דיר איבער ברבים.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:16 pm
די אלע פאלשקייטן זענען בעיקר געבויעט אויף 2 ליגנדס וואס מען פרובירט אויפצובוען :
1) אז ביז היינט האט מען גארנישט אריינגעטייטשט וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'' און די CFE פסק האט גארנישט געזאגט דערוועגן, און די קלאגע ממש נישט געבויעט אויף די CFE פסק.
2) אז די פערלס פסק האט יעצט צום ערשטן מאל אויסגעטייטשט דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' און געזאגט (לכאורה) אז עס מיינט עפעס געוויסע לימודים, וואס מען האט יעצט צום ערשטן מאל אריינגעלייגט אין דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און דאס שטייט אין די קלאגע און אויף דעם כאפן זיי זיך ארויף
די ביידע (שתים שהן ארבע) ליגנדס זענען אביסל תלוי הא בהא און איינס בויעט אוף די אנדערע.
אבער דער אמת איז אז יעדע איינס עקסטערע איז איין גרויסער שקר.
דאס אז מען האט ביז היינט נישט אריינגעטייטשט וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'' און די CFE פסק האט גארנישט געזאגט דערוועגן, איז שקר.
דאס אז די קלאגע איז ממש נישט געבויעט אויף די CFE פסק, איז שקר.
דאס אז די פערלס פסק האט יעצט צום ערשטן מאל (אדער בכלל) אויסגעטייטשט דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' און געזאגט (לכאורה) אז עס מיינט עפעס געוויסע לימודים, איז שקר.
און דאס אז דאס שטייט אין די קלאגע און אויף דעם כאפן זיי זיך ארויף, איז אויך שקר.
אויב קיינער האט עס נישט געזאגט, בעט איך יעדעם איבער.
והכל על מקומו יבא בשלום.
- מערכת אידטיש
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 10
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 10:27 pm
- Location: אידטיש
- x 253
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
לעצטע ווארענונג, און ברבים. ביטע! מען קען דעבאטירן נושאים, צו א נקודה איז אמת אדער נישט אמת, פארשטענדליך אדער נישט פארשטענדליך. אבער אן קיין לשונות של גנאי און אן קיין ציטערונגען אדער שאקירונגען.
דער ניק ווערט געמאניטערט דורך אלע חברי המערכת
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איז למעשה יעצט נאכן מודה אז די אלע זאכן וואס דו האסט געשריבן בשמי זענען נישט אמת, און דו באשטעטיגסט אז איך האב דאס קיינמאל נישט געשריבן, קומט אויס אז די גאנצע געביידע וואס דו האסט אויפגעבויט און דורכדעם פרובירט מיך אפצופרעגן איז צוזאמגעפאלן,מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 2:10 pm אויב קיינער האט עס נישט געזאגט, בעט איך יעדעם איבער.
וויבאלד די גאנצע בנין איז נאר געווען מכח די 2 ליגנטס וואס דו האסט נאכגעשריבן אין מיין נאמען ווי כאילו איך האב דאס געשריבן, איז יעצט נאכן מודה זיין אז דאס איז געווען אומבאגרינדעט און אומבארעכטיגט, איז דאך אויטאמאטיש נפל היסוד ונפל הבנין, און די אלע קשיות און ראיות וואס זענען ארויפגעצויגן געווארן אויף דעם איינגעפאלענעם בנין זענען בכלל נישט רעלעוואנט און זענען גענצליך שלא מן הענין.
צוליב די צומישעניש וואס מען האט פרובירט דא אנצוזייען, וועל איך מאכן א שנעלע חזרה אויף די 'אמת'דיגע' פונקטן וואס מיר האבן 'יא' געשריבן, געבויט אויף די קלארע דאקומענטן וואס מיר האבן אויבן אראפגעברענגט, וואס די פאקטן בלייבן קלאר פאר יעדן איינעם, אז:
פארטריבן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:28 pm
2) אין די לעצטע פערל"ס קאורט אף אפיעלס פסק (דאטירט יוני 18 25'). נאכן אראפגעברענגן די אויבנדערמאנטע פסק פון די CFE קעיס, אז יעדע קינד איז בארעכטיגט פאר א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', האבן זיי יעצט פריש צוגעלייגט אז 'סאבסטענשאל עקוויוועלענסי' איז אויך נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן פון יעדן קינד.
3) דאס איז דאס גאנצע וואס כלל ישראל האט געווינען.. און מרויח געווען... מיטן גאנצן פערלס קאורט קעיס במשך 3 יאר! אז דורך דעם פסק [געווינס...] איז יעצט געווארן א בכי' לדורות אז עס איז היינט צוטאגס דא א קלארע פסק איינשטימיג פון אלע 7 ריכטער פון העכסטן געריכט אין ניו יארק, וואס לייגט אריין די סאבסטענשאל עקוויוועלענסי פארלאנגען אינעם קאנסטיטושען, (וואס דאס וועט אויך לכאורה שווער מאכן צו קענען מאכן עפעס פרישע געזעצן צו טשעפענען די סאבסטענשאל עקוויוועלענס התחייבות).
4) קורץ נאך דעם פסק [געווינס...] האט דער לויער רעבעלל אין זיין אנקלאגע זיך טאקע ארויפגעכאפט אויף דעם פסק פון פערל'ס קאורט אפיעלס, צו טענה'ן אז אויב מען גיבט נישט קיין 'סאבסטענשאל עקוויוועלענט' חינוך אין די ישיבות דאן פארלעצט מען דעם 'קאנסטיטושעל' רעכט פון די קינדער צו באקומען א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און דורך די טענה וויל ער אפווארפן די אלע געזעצן וואס מען האט פרובירט צו מאכן לטובת החינוך, וויבאלד א געזעץ קען נישט אוועקשטויסן קיין קאנסטיטושען, נישט פעלדער און נישט די נייע בודזשעט געזעץ.
5) די סיבה פארוואס רעבעלל האט געדארפט ציטירן דעם פסק [געווינס...] פון פערל'ס קאורט אף אפיעלס, און עס איז איהם נישט געווען גענוג צו ברענגען נאר דעם ארגינעלן CFE קאורט פסק, איז וויבאלד אין די ארגינעלע CFE פסק האט מען בכלל נישט גערעדט פון סאבסטענשאל עקוויוועלענסי, און דאס איז הערשט יעצט צום ערשטן מאהל געווארן גע'פסק'נט אין די פערל'ס קאורט אף אפיעלס פסק [געווינס...] אז סאבסטענשאל עקוויוועלענסי איז נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן פונעם קינד, [און וועגן דעם האבן נישט יאפפעד און נישט די סטעיט דאס געטענה'ט ביז היינט].
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
נאכן מברר זיין די פרטים רעד מען פון איינער פון די עלטסטע מוסדות אין לאנדאן פאר די אלגעמיינע חסידישע ציבור מיטן נאמען י.ה.הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:59 pm אנטשולדיגט פארן אריינהאקן אינמיטן, איך האב שוין סייווי פארלוירן חשבון אויף דער יעצטיגער מערכה ווער עס קלאגט וועמען אויף וואס..
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסט איינער צי דאס איז אמת? איז דא פארהאן איינער פון לאנדאן דאס צו באשטעטיגן/אפווארפן ערשטהאנטיג?
Screenshot 2026-01-04 165658.png
כ'האף מיטן גאנצן הארץ אז ס'איז שקר.
- פיילס
-
- Screenshot 2026-01-06 111337.png (205.34 KiB) געזען געווארן 392 מאל
-
באקוועמער אידל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 17
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 11:36 am
- x 7
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואף!!וואס נישט האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:23 amנאכן מברר זיין די פרטים רעד מען פון איינער פון די אלטסטע מוסדות אין לאנדן פאר די אלדגעמיינדע חסידישע צובר מיטן נאמען י.ה.הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:59 pm אנטשולדיגט פארן אריינהאקן אינמיטן, איך האב שוין סייווי פארלוירן חשבון אויף דער יעצטיגער מערכה ווער עס קלאגט וועמען אויף וואס..
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסט איינער צי דאס איז אמת? איז דא פארהאן איינער פון לאנדאן דאס צו באשטעטיגן/אפווארפן ערשטהאנטיג?
Screenshot 2026-01-04 165658.png
כ'האף מיטן גאנצן הארץ אז ס'איז שקר.
די אלע בילדינגס אינם בילד געהערן פאר יענעם מוסד?
-
היימישע זייגער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 414
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
- x 1249
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
יא, יסודי התורה, דאכט זיך זיי פלעגן זיין פאר חסידים 50-60 יאר צוריק אבער היינט ווייס איך נישט וועלכע אידן לערנען דארט.באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:28 amוואף!!וואס נישט האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:23 amנאכן מברר זיין די פרטים רעד מען פון איינער פון די אלטסטע מוסדות אין לאנדן פאר די אלדגעמיינדע חסידישע צובר מיטן נאמען י.ה.הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:59 pm אנטשולדיגט פארן אריינהאקן אינמיטן, איך האב שוין סייווי פארלוירן חשבון אויף דער יעצטיגער מערכה ווער עס קלאגט וועמען אויף וואס..
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסט איינער צי דאס איז אמת? איז דא פארהאן איינער פון לאנדאן דאס צו באשטעטיגן/אפווארפן ערשטהאנטיג?
Screenshot 2026-01-04 165658.png
כ'האף מיטן גאנצן הארץ אז ס'איז שקר.
די אלע בילדינגס אינם בילד געהערן פאר יענעם מוסד?
אגב זענען דא לאנדאנער אידן וואס טרעטן נישט אריין אין די בנין און זאל.
-
באקוועמער אידל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 17
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 11:36 am
- x 7
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואס יא? אז די אלע בילדינגס געהערן פאר זיי? אדער אז די פלאץ הייסט יסודי התורה?היימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:42 amיא, יסודי התורה, דאכט זיך זיי פלעגן זיין פאר חסידים 50-60 יאר צוריק אבער היינט ווייס איך נישט וועלכע אידן לערנען דארט.באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:28 amוואף!!
די אלע בילדינגס אינם בילד געהערן פאר יענעם מוסד?
אגב זענען דא לאנדאנער אידן וואס טרעטן נישט אריין אין די בנין און זאל.
-
היימישע זייגער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 414
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
- x 1249
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ביידע.באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:48 amוואס יא? אז די אלע בילדינגס געהערן פאר זיי? אדער אז די פלאץ הייסט יסודי התורה?היימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:42 amיא, יסודי התורה, דאכט זיך זיי פלעגן זיין פאר חסידים 50-60 יאר צוריק אבער היינט ווייס איך נישט וועלכע אידן לערנען דארט.באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:28 am
וואף!!
די אלע בילדינגס אינם בילד געהערן פאר יענעם מוסד?
אגב זענען דא לאנדאנער אידן וואס טרעטן נישט אריין אין די בנין און זאל.
אגב געווען עפעס א סאבמאטוכע ביים בויען, דאכט זיך באקומען די געלט פון די גאווערנמענט צו זיין א פאבליק שולע, עפעס אזוי געדענק איך פון דעמאלץ.
-
באקוועמער אידל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 17
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 11:36 am
- x 7
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פשיהא, קיינמאל נישט געוואוסט אז זיי זענען אזוי גרויס, וואס די אדרעס פון דעם פלאץ? קען מען דאס זעהן אויף גוגל מעפס?היימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:52 amביידע.באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:48 amוואס יא? אז די אלע בילדינגס געהערן פאר זיי? אדער אז די פלאץ הייסט יסודי התורה?היימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:42 am
יא, יסודי התורה, דאכט זיך זיי פלעגן זיין פאר חסידים 50-60 יאר צוריק אבער היינט ווייס איך נישט וועלכע אידן לערנען דארט.
אגב זענען דא לאנדאנער אידן וואס טרעטן נישט אריין אין די בנין און זאל.
אגב געווען עפעס א סאבמאטוכע ביים בויען, דאכט זיך באקומען די געלט פון די גאווערנמענט צו זיין א פאבליק שולע, עפעס אזוי געדענק איך פון דעמאלץ.
-
היימישע זייגער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 414
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
- x 1249
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 12:00 pmפשיהא, קיינמאל נישט געוואוסט אז זיי זענען אזוי גרויס, וואס די אדרעס פון דעם פלאץ? קען מען דאס זעהן אויף גוגל מעפס?היימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:52 amביידע.באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:48 am
וואס יא? אז די אלע בילדינגס געהערן פאר זיי? אדער אז די פלאץ הייסט יסודי התורה?
אגב געווען עפעס א סאבמאטוכע ביים בויען, דאכט זיך באקומען די געלט פון די גאווערנמענט צו זיין א פאבליק שולע, עפעס אזוי געדענק איך פון דעמאלץ.
https://www.google.com/maps/place/10+Du ... FQAw%3D%3D
-
באקוועמער אידל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 17
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 11:36 am
- x 7
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
נישט מסתבר, זעהט נישט אויס ווי מען קען אריינשטופן דעם פריערדיגן בילד אין דעם פלאץ, ביטע אהנצייגן ווי אויפן גוגל מעפס בילד געפינען זיך יענע בילדינגס.היימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 1:11 pmegerton.jpgבאקוועמער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 12:00 pmפשיהא, קיינמאל נישט געוואוסט אז זיי זענען אזוי גרויס, וואס די אדרעס פון דעם פלאץ? קען מען דאס זעהן אויף גוגל מעפס?היימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:52 am
ביידע.
אגב געווען עפעס א סאבמאטוכע ביים בויען, דאכט זיך באקומען די געלט פון די גאווערנמענט צו זיין א פאבליק שולע, עפעס אזוי געדענק איך פון דעמאלץ.
https://www.google.com/maps/place/10+Du ... FQAw%3D%3D
- פיילס
-
- bcd.jpg (248.93 KiB) געזען געווארן 264 מאל
-
באקוועמער אידל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 17
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 11:36 am
- x 7
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איינער ווייזט מיר אן אויף די פיקטשער אז די 2 גרויסע בילדינגס ווי עס הענגט די סיינס באלאנגט בכלל נישט פאר יסודי התורה, נאר זענען גוי'אישע בילדינגס, די יסודי התורה בילדינג איז די נידריגע , ווי די סיין לויפט נאר אדורך, ס'האט מיר טאקע נישט געדענקט אז יסודי התורה זאל האבן די בילדינגסהיימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 1:11 pmegerton.jpgבאקוועמער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 12:00 pmפשיהא, קיינמאל נישט געוואוסט אז זיי זענען אזוי גרויס, וואס די אדרעס פון דעם פלאץ? קען מען דאס זעהן אויף גוגל מעפס?היימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:52 am
ביידע.
אגב געווען עפעס א סאבמאטוכע ביים בויען, דאכט זיך באקומען די געלט פון די גאווערנמענט צו זיין א פאבליק שולע, עפעס אזוי געדענק איך פון דעמאלץ.
https://www.google.com/maps/place/10+Du ... FQAw%3D%3D
און די פלאץ איז בכלל נישט ווי דער אלצווייסער האט געברענגט פריער, דאס איז אן אנדערע פלאץ
זעהט די פיקטשער די 2 גואישע בילדינגס ווי עס הענגט איז אנגעצייכנט אין שווארץ, און די יסודי התורה בילדינג ווי עס לויפט אדורך איז אנגעצייכנט אין רויט.
און אויך א פיקטשער פון גוגל מעפס פון די פלאץ
- פיילס
-
- adc.jpg (80.71 KiB) געזען געווארן 212 מאל
-
- cba.jpg (278.34 KiB) געזען געווארן 212 מאל
-
היימישע זייגער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 414
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
- x 1249
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אה מען רעדט פון סטעמפארד היל ברענטש נישט נעבן באבוב ברענטש?באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 3:44 pmאיינער ווייזט מיר אן אויף די פיקטשער אז די 2 גרויסע בילדינגס ווי עס הענגט די סיינס באלאנגט בכלל נישט פאר יסודי התורה, נאר זענען גוי'אישע בילדינגס, די יסודי התורה בילדינג איז די נידריגע , ווי די סיין לויפט נאר אדורך, ס'האט מיר טאקע נישט געדענקט אז יסודי התורה זאל האבן די בילדינגסהיימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 1:11 pmegerton.jpgבאקוועמער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 12:00 pm
פשיהא, קיינמאל נישט געוואוסט אז זיי זענען אזוי גרויס, וואס די אדרעס פון דעם פלאץ? קען מען דאס זעהן אויף גוגל מעפס?
https://www.google.com/maps/place/10+Du ... FQAw%3D%3D
און די פלאץ איז בכלל נישט ווי דער אלצווייסער האט געברענגט פריער, דאס איז אן אנדערע פלאץ
זעהט די פיקטשער די 2 גואישע בילדינגס ווי עס הענגט איז אנגעצייכנט אין שווארץ, און די יסודי התורה בילדינג ווי עס לויפט אדורך איז אנגעצייכנט אין רויט.
און אויך א פיקטשער פון גוגל מעפס פון די פלאץ
-
באקוועמער אידל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 17
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 11:36 am
- x 7
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
נישט פארשטאנען. די פיקטשער פון די 2 גרויסע בילדינגס ווי די סיין הענגט באלאנגט פאר יסודי התורה אדער נישט?היימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 5:33 pmאה מען רעדט פון סטעמפארד היל ברענטש נישט נעבן באבוב ברענטש?באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 3:44 pmאיינער ווייזט מיר אן אויף די פיקטשער אז די 2 גרויסע בילדינגס ווי עס הענגט די סיינס באלאנגט בכלל נישט פאר יסודי התורה, נאר זענען גוי'אישע בילדינגס, די יסודי התורה בילדינג איז די נידריגע , ווי די סיין לויפט נאר אדורך, ס'האט מיר טאקע נישט געדענקט אז יסודי התורה זאל האבן די בילדינגסהיימישע זייגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 1:11 pm
egerton.jpg
https://www.google.com/maps/place/10+Du ... FQAw%3D%3D
און די פלאץ איז בכלל נישט ווי דער אלצווייסער האט געברענגט פריער, דאס איז אן אנדערע פלאץ
זעהט די פיקטשער די 2 גואישע בילדינגס ווי עס הענגט איז אנגעצייכנט אין שווארץ, און די יסודי התורה בילדינג ווי עס לויפט אדורך איז אנגעצייכנט אין רויט.
און אויך א פיקטשער פון גוגל מעפס פון די פלאץ
(אויב יא, ביטע זיי לאזן וויסן ווי אמשנעלסטן, ווייל איך מיין זיי ווייסן נאכנישט דערפון און איך שטעל מיר פאר זיי וואלט עס געקענט באשטיין צו הערן)
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 274
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
יא יא, שטעלט זיך ארויס די גראבע שקר פון די קלארע בילדער פון אט די ביטערע מציאות.פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 1:29 amאיך וואלט אויך זייער שטארק געהאפט אז דאס איז שקר, אבער ס'איז ליידער בעוה"ר 100% אמת, און עס זענען פארהאן קלארע בילדער פון אט די ביטערע מציאות, וואס האבן זיך ארומגעדרייט אין פארשידענע אימעיל גרופעס.הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:59 pm אנטשולדיגט פארן אריינהאקן אינמיטן, איך האב שוין סייווי פארלוירן חשבון אויף דער יעצטיגער מערכה ווער עס קלאגט וועמען אויף וואס..
כ'בין נאר נייגעריג, ווייסט איינער צי דאס איז אמת? איז דא פארהאן איינער פון לאנדאן דאס צו באשטעטיגן/אפווארפן ערשטהאנטיג?
Screenshot 2026-01-04 165658.png
כ'האף מיטן גאנצן הארץ אז ס'איז שקר.
יא יא, דורותינו אוואוו שטענדיג.