לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2303
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7622

לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך נקודות טובות »

לעצטענס האט @Think and Thank זיך ארויסגעלאזט אויפן יאגד אויסלערנענדיג דעם עולם שרייבן. איין מאל איז ער מעורר איבער עפעס א גראמאטישע טעות, א צווייטע מאל איבער א טעות אין אויסלאגע. ווידער א דריטע מאל איבער א יסוד אין כתיבה, און א פערטן מאל איבער שפראך זעלבסט.

מאן יימר דער וועמען ער ציטירט איז בכלל נייגעריג אין וואס ער זאגט? אדער אפשר גאר ווערט יענער באליידיגט? ווער ווייסט?

@Think and Thank איך זעה דו האסט אסאך ידיעות אין כתיבה וויל איך דיר לאזן וויסן אז סיי ווען דו שפירסט אז דו מוזט קאמענטירן אין די נושא, קענסט עס רואיג טוהן דא, און אויף מיר. איך וואלט עס דוקא יא עפרישיעטעט. איך וואלט באמת הנאה געהאט ווען דו קענסט טרעפן פראבלעמען אין מיין ספעלינג, גראמאטיק, אדער סיי וועלכע נושא אין כתיבה. און מיר פארבעסערן.

איך גיי דיר נישט באצאלן צו זיין מיין פערסאנעל מגיה, איך רעד פארשטייט זיך נאר ווען דו ביסט אין די מאד....
פיגער עס אויס!
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 6:42 pm וויצע פרעזידענט ווענס פארציילט א בייהיינד די סינס געשיכטע ביי א ערב קראצמעך פארטי.

ער איז געזיצן מיט מארקא רוביאו אינעם אוועל אפיס ביי א וויכטיגע זיצונג, אינאיינעם מיט נאך א פאליטישן וואס ער וויל נישט דערמאנען זיין נאמען. ווען דער פרעזידענט רופט זיך אן; מיר דיסקוסירן יעצט א וויכטיגע נושא, אבער ס'איז דא עפעס וויכטיגער. שוך!
ענקערע שוך זענען אפגעריבן און ענק ברויכן נייע.
דער פרעזידענט איז געלאפן און געברענגט א קאטאלאג און אנגעהויבן פרעגן די אנוועזנדע זייערע שוך סייז, זאגענדיג אז ער וויל זיי קויפן פיר נייע פאר שוך.
רוביא רופט זיך אן, סייז 11.5. איך (ווענס) זאג סייז 13. און יענער דריטער זאגט סייז 7...

די ווייסט אז די שוך סייז זאגט אסאך איבער די פערזענליכקייט פונעם מענטש?! זאגט טראמפ.

און איך וועל נישט בעטן מיין ווייב צו קאמענטירן... פירט ווענס אויס.

לשון יחיד איז שוך, לשון רבים איז שיך.
(און די זעלבע איז מיט פוס/פיס, הונט/הינט, ברודער/ברידער.)
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2565
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5795

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך הדסים »

הדסים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 1:29 am רביעית שבאם היה איזה דבר מקובל אצל כל ישראל וביניהם צדיקים וקדושים א"א לפסלו במחי יד מפני שאין אנו מבינים איך זה תואם לפסקי הרמב"ם.
'אין זה תואם לפסקי הרמב"ם' קלינגט היינטיג (העברעאיש בלע"ז) כ'קען אבער נישט אויפקומען וואס יא, @Think and Thank דו וואלטסט אנדערש אויסגעשטעלט דעם זאץ אדער איז פארהאן א געהעריגע ווארט דערפאר?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

היות עס הערשט לעצטנס א שרעקליכע עם הארצות אין די ספעציפישע ווארט (כ'מיין נישט דוקא דעם וועם איך ציטיר נאר אין דזשענעראל מישן רוב מענטשן ביי דעם), וועל איך עס אהערשטעלן:
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 10:10 pm הער די רעקארדינג ווי א באקאנטע שטומע קאלט אן א באקאנטע גדול

'שטום' מיט א ו' איז וואס הייסט אין לה"ק אלם, דהיינו איינער וואס קען נישט רעדן. דאס איז די איינציגסטע אופן וואס עס קומט מיט א ו'. אלעס אנדערש (שטימע/שטים עז אין קול, שטימע עז אין וואוט, שטים בענדער, שטימען עז אין וואוטן וכו' וכו') קומט מיט א י'.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

הדסים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 8:19 am
הדסים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 1:29 am רביעית שבאם היה איזה דבר מקובל אצל כל ישראל וביניהם צדיקים וקדושים א"א לפסלו במחי יד מפני שאין אנו מבינים איך זה תואם לפסקי הרמב"ם.
'אין זה תואם לפסקי הרמב"ם' קלינגט היינטיג (העברעאיש בלע"ז) כ'קען אבער נישט אויפקומען וואס יא, @Think and Thank דו וואלטסט אנדערש אויסגעשטעלט דעם זאץ אדער איז פארהאן א געהעריגע ווארט דערפאר?

די וועג וויאזוי דו שרייבסט קלינגט טאקע היינטיג אבער איז לאו דוקא העברעאיש. איך וואלט ווארשיינליך אויסגעשטעלט די זאץ אנדערש אבער ס'שווער אנצואווייזן וויאזוי אן די קאנטעקסט פון ארום און ארום.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

פארשטענדליך אידל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:07 pm שוין געניצט היינט דעם מקוה אין בית המדרש ישראל שלום.

מה אומר ומה אדבר!!

אין איין ווארט, דער נאמען פר די מקוה וואלט ווען געפאסט "גינת קליין" ממש א פראכט! די הערליכע דיזיין מיט די שיינע לעקטערלעך. די געשמאקע לופט, די פראקטישע אויסשטעל!

ר' עקיבא הערש אנטוישט אונז שטענדיג ווען ער קאמפיט זיך אליינס איינמאל און נאכאמאל.

איך קום ארויס פון מקוה, וועמען טרעף איך?! ר' עקיבא הערש!! יא ער דרייט זיך דארט צווישן עולם, ער לערנט דארט און דאוונט דארט!!

נישט צום גלייבן! אשריך!!

אנטוישט מיינט disappoint, נישט סורפרייז.

(כ'וואלט עס נישט געשריבן, אבער כ'האב שוין אמאל געזען א גאנצע שנאר בראשור פון א מוסד וואס איז מסביר פארוואס די מוסד אנטוישט דעם ציבור...)
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 6:09 pm מיסט קאנע
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:51 pm שניי בליזערד
די ביידע ווערטער זענען מבית היוצר פון זלמן ווידער, וועלכער רעדט אידיש ווי א בעל תשובה. א garbage can איז מיסטקאסטן אין אידיש, נישט מיסט קאנע, און א blizzard מיינט א שניי שטורעם מיט וויזיביליטי אונטער א פערטל מייל און ווינטן פון 35 מפ"ש און העכער, וואס מיינט אז שניי בליזערד איז ווי מים אחרונים וואסער.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 11:25 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 10:39 am NYPD פאליציי קאמישענער מרת טיש זאגט אז זיי פארשן די נעכטיגע גראנאט באווארפן אלס מעגליכע אייסיס אינספירירטע טעראר אטאקע.
דעקל פון די ניו יארק פאוסט, מיט א בילד ווי די ליימענע פאליציי קוקן זיך צו מיט שפאנונג ווי די גראנאט ווערט צוגעגרייט
ליימענע פאליציי? וואס דארף דאס צו באדייטן?
(עכט ווייס איך - עס איז א גרייזיגע אפטייטש פון LAME וואס מיינט הינקעדיג, און ווערט גענוצט אין ענגליש אלס אויסדרוק אויף א מאכטלאזער פאליטיקאנט אדער באאמטער. ליימענע מיינט געמאכט פון ליים.)
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5941
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 46892

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך חלום חלמתי »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:36 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 11:25 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 10:39 am NYPD פאליציי קאמישענער מרת טיש זאגט אז זיי פארשן די נעכטיגע גראנאט באווארפן אלס מעגליכע אייסיס אינספירירטע טעראר אטאקע.
דעקל פון די ניו יארק פאוסט, מיט א בילד ווי די ליימענע פאליציי קוקן זיך צו מיט שפאנונג ווי די גראנאט ווערט צוגעגרייט
ליימענע פאליציי? וואס דארף דאס צו באדייטן?
(עכט ווייס איך - עס איז א גרייזיגע אפטייטש פון LAME וואס מיינט הינקעדיג, און ווערט גענוצט אין ענגליש אלס אויסדרוק אויף א מאכטלאזער פאליטיקאנט אדער באאמטער. ליימענע מיינט געמאכט פון ליים.)
זעה די בילד און זאג די מיר וואס ס'באדייט...
מנחם קארפינקל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:48 am
x 88

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך מנחם קארפינקל »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:36 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 11:25 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 10:39 am NYPD פאליציי קאמישענער מרת טיש זאגט אז זיי פארשן די נעכטיגע גראנאט באווארפן אלס מעגליכע אייסיס אינספירירטע טעראר אטאקע.
דעקל פון די ניו יארק פאוסט, מיט א בילד ווי די ליימענע פאליציי קוקן זיך צו מיט שפאנונג ווי די גראנאט ווערט צוגעגרייט
ליימענע פאליציי? וואס דארף דאס צו באדייטן?
(עכט ווייס איך - עס איז א גרייזיגע אפטייטש פון LAME וואס מיינט הינקעדיג, און ווערט גענוצט אין ענגליש אלס אויסדרוק אויף א מאכטלאזער פאליטיקאנט אדער באאמטער. ליימענע מיינט געמאכט פון ליים.)
ליימענע גולם...
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

מנחם קארפינקל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 11:33 am
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:36 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 11:25 am

דעקל פון די ניו יארק פאוסט, מיט א בילד ווי די ליימענע פאליציי קוקן זיך צו מיט שפאנונג ווי די גראנאט ווערט צוגעגרייט
ליימענע פאליציי? וואס דארף דאס צו באדייטן?
(עכט ווייס איך - עס איז א גרייזיגע אפטייטש פון LAME וואס מיינט הינקעדיג, און ווערט גענוצט אין ענגליש אלס אויסדרוק אויף א מאכטלאזער פאליטיקאנט אדער באאמטער. ליימענע מיינט געמאכט פון ליים.)
ליימענע גולם...

איה"נ, מ'קען טאקע נוצן די ווארט אזוי. גערעכט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 6:00 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 12:52 pm שפאניע האט צוריק גערופן איר אמבעסאדאר פון מדינת ישראל, נאך א רינגעלע אין שפאניע'ס פרעזידענט פעדרא סאנטשעז אנטי מדינת ישראל שריט.

אין אנדערע נייעס, טראמפ זאגט אז ער וועט מעגליך אפהאקן האנדל מיט שפאניע
אנדערע זאגן אז דאס קומט צוזאמען מיט א פארשפרעכונג פון איראן דורכצולאזן שפאנישע שיפן דורכן הארמוז דורכגאס. פונקט ווי די כינעזער שיפן וואס איראן לאזט דורך.
כ'מיין אז 'דורכגאס' איז א פרישע ווארט געשאפן דורך די אייוועלט איזראעיליס/עמעטשורס וואס קענען נישט קיין אידיש. (וואסער שטראז קומט זיכער פון זלמן ווידער'ס בעל תשובה'שע אידיש.) ביז היינט האט מען גערופן strait א וואסער וועג, און די strait of hormuz האט מען געשריבן 'די הארמוז וואסער וועג'.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 8:11 pm מעלדונג פון עטליכע ארגאניזאציעס צו אמעריקאנער וואס ווילן אהיימקומען פון א"י, זיך צו רעגיסטרירן מיט די סטעיט דעפארטמענט. נאכדעם וואס אמעריקע פלאנירט עטליכע פרייע פליגערס אהיימברענגען אירע בירגער

אוי וויי! נאר פרייע?! אפשר קען ר' משה מארגערעטן שתדל'ען אז מען זאל אויך צושטעלן פרומע פליגערס?

(די ענגלישע ווארט free קען מיינען צוויי זאכן; פרייהייט (חופש) און אומזיסט (חנם). פארקערט אבער עס אבער נישט, און 'פריי' אין אידיש האט נאר איין באדייט: פרייהייט (חופש). פרייע עסן, פרייע פליגערס, פרייע שפילצייג איז אלעס גרייזיגע אמעראצות מבית היוצר פון ר' זלמנ'ען.)
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1472
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2324

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך יאנטשי »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 8:40 pm
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 6:00 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 12:52 pm שפאניע האט צוריק גערופן איר אמבעסאדאר פון מדינת ישראל, נאך א רינגעלע אין שפאניע'ס פרעזידענט פעדרא סאנטשעז אנטי מדינת ישראל שריט.

אין אנדערע נייעס, טראמפ זאגט אז ער וועט מעגליך אפהאקן האנדל מיט שפאניע
אנדערע זאגן אז דאס קומט צוזאמען מיט א פארשפרעכונג פון איראן דורכצולאזן שפאנישע שיפן דורכן הארמוז דורכגאס. פונקט ווי די כינעזער שיפן וואס איראן לאזט דורך.
כ'מיין אז 'דורכגאס' איז א פרישע ווארט געשאפן דורך די אייוועלט איזראעיליס/עמעטשורס וואס קענען נישט קיין אידיש. (וואסער שטראז קומט זיכער פון זלמן ווידער'ס בעחל תשובה'שע אידיש.) ביז היינט האט מען גערופן strait א וואסער וועג, און די strait of hormuz האט מען געשריבן 'די הארמוז וואסער וועג'.
איך האב עס די ערשטע מאל געזען אין א ארטיקל איבערגעזעצט דורך טשעט דשיפיטי.

יעצט ווען מיין קיבארד האט דאס אריינגעלייגט אין מיינע ווערטער האב איל עס נישט געטוישט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 8:45 pm איך האב עס די ערשטע מאל געזען אין א ארטיקל איבערגעזעצט דורך טשעט דשיפיטי.

אה, מאכט סענס. ארום 50 פראצענט אייוועלט תגובות ארום איראן זענען געשריבן דורך AI און גענצליך אומלעזבאר.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2303
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7622

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך נקודות טובות »

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 8:45 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 8:40 pm
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 6:00 pm

אנדערע זאגן אז דאס קומט צוזאמען מיט א פארשפרעכונג פון איראן דורכצולאזן שפאנישע שיפן דורכן הארמוז דורכגאס. פונקט ווי די כינעזער שיפן וואס איראן לאזט דורך.
כ'מיין אז 'דורכגאס' איז א פרישע ווארט געשאפן דורך די אייוועלט איזראעיליס/עמעטשורס וואס קענען נישט קיין אידיש. (וואסער שטראז קומט זיכער פון זלמן ווידער'ס בעחל תשובה'שע אידיש.) ביז היינט האט מען גערופן strait א וואסער וועג, און די strait of hormuz האט מען געשריבן 'די הארמוז וואסער וועג'.
איך האב עס די ערשטע מאל געזען אין א ארטיקל איבערגעזעצט דורך טשעט דשיפיטי.

יעצט ווען מיין קיבארד האט דאס אריינגעלייגט אין מיינע ווערטער האב איל עס נישט געטוישט.
ס'וועט דיר גארנישט העלפן. איך ווייס נישט אויב דו ווייסט, אבער דא איז אן אפציעלע wall of shame. למשל @חלום חלמתי זיצט וועכענטליך ביי צוויי טעראפי סעסיעס פון די טראמע וואס ער גייט אריבער דא...

וואס דארף אבער דורכגאס צו מיינען? איך וואלט פארשטאנען אז דו האסט געמאכט א טעות אנשטאט דורכגאנג, דורכגאס. אבער דו זאגסט אז ס'איז בכוונה, דאן וואס גענוי דארף דאס צו באדייטן?

אה, נאך א מזל איך האב נאכנישט געדריקט שיק... דורכגאס מיט א קמץ? אז די וואסער גיסט דורך פון איין ים צום צווייטן?

(אגב, וואס מיינט א שלאקס רעגן? עס האט עפעס מיט די שלאק פון די סוכה? איך בין נישט סארקאסטיש...)

@Think and Thank, איז "פריי פון אפצאל" א פאברעצירטע ווארט? דער משמש פארטיילט הבדלות פריי פון אפצאל....

בנוגע ליים. דאס איז דאך די לאזונג. ליימענע גולם, ווען עס גיסט זיך עפעס אויס און יענער שטייט און קוקט פרעגט מען וואס שטייסטו דא ווי א ליימענע גולם. סא דאס האט דער חולם חלום אונזערע מכוון געווען. ווי הרב קארפינקל איז מרמז. ס'איז נישט אז מען קען עס "אויך" ניצן אזוי, נאר איינער לייגט א באמבע און די פאליציי קוקן זיך צו פארגאפט ווי ליימענע גולמים.
פיגער עס אויס!
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:01 pm
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 8:45 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 8:40 pm

כ'מיין אז 'דורכגאס' איז א פרישע ווארט געשאפן דורך די אייוועלט איזראעיליס/עמעטשורס וואס קענען נישט קיין אידיש. (וואסער שטראז קומט זיכער פון זלמן ווידער'ס בעל תשובה'שע אידיש.) ביז היינט האט מען גערופן strait א וואסער וועג, און די strait of hormuz האט מען געשריבן 'די הארמוז וואסער וועג'.
איך האב עס די ערשטע מאל געזען אין א ארטיקל איבערגעזעצט דורך טשעט דשיפיטי.

יעצט ווען מיין קיבארד האט דאס אריינגעלייגט אין מיינע ווערטער האב איל עס נישט געטוישט.
ס'וועט דיר גארנישט העלפן. איך ווייס נישט אויב דו ווייסט, אבער דא איז אן אפציעלע wall of shame. למשל @חלום חלמתי זיצט וועכענטליך ביי צוויי טעראפי סעסיעס פון די טראמע וואס ער גייט אריבער דא...

חלילה וחס! חלום חלמתי שעפט הויפנס חיזוק פון די פאקט אז איך נעם זיך די מי אים צו פארריכטן... איך האב אליינס געשריבן אזוי...:
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 11:13 pm דרך אגב, עס קען צומאל אויסקוקן ווי איך זוך דיר צו קריטיקירן ווען איך פאוסט עטליכע קריטיק פאוסטס איינס נאכ'ן צווייטן... זאלסטע וויסן אז הערות והארות האב איך אויף א גרויסע פראצענט היגע פאוסטס (בפרט ספעלינג טעותים), אבער ביי רוב נעם איך זיך נישט די מיה צו פארריכטן ווייל ס'איז פרוץ מרובה על העומד. דעם אשכול משא"כ איז א הערליכע ארבעט יעדע פאוסט עקסטער, אזש עס שטערט מיר ממש ווען איך זעה עפעס וואס איז נישט 100% אקוראט ווייל ס'דאך ממש א שאד אז אזא ארבעט זאל נישט זיין 100% בשלימות. איך מיין עס ערנסט, און דו קענסט עס זעהן אויף מיינע לייקס אין די טעמע.

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:01 pm וואס דארף אבער דורכגאס צו מיינען? איך וואלט פארשטאנען אז דו האסט געמאכט א טעות אנשטאט דורכגאנג, דורכגאס. אבער דו זאגסט אז ס'איז בכוונה, דאן וואס גענוי דארף דאס צו באדייטן?

אה, נאך א מזל איך האב נאכנישט געדריקט שיק... דורכגאס מיט א קמץ? אז די וואסער גיסט דורך פון איין ים צום צווייטן?

'דורכגאס' איז לכאורה א ווארט וואס איז לעצטנס געשאפן געווארן, דורך מאשינען וועלכע קענען נישט קיין אידיש (גוגל טרענסלעיט/AI וכל שום וחניכא דאית להו). אויף אוצר החכמה למשל קומט נישט ארויף אפילו איין רעזאלט פאר דורכגאס, בעת וואס וואסער וועג קומט ארויף צענדליגער מאל, אסאך דערפון אין די קאנטעקסט פון א strait. אויף גוגל קומט יא ארויף דורכגאס, על פי רוב לעצטיגע באריכטן פון אייוועלט אדער א בליק לייוו, אדער אזעלכע 'קראנטע' מקורות ווי וויקיפידיע. עס דארף לכאורה צו באדייטן ווי דו זאגסט אין דיין לעצטע געס, מיט א קמץ.

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:01 pm (אגב, וואס מיינט א שלאקס רעגן? עס האט עפעס מיט די שלאק פון די סוכה? איך בין נישט סארקאסטיש...)
שלאקס רעגן מיינט א שטארקע גאס, און שלאק איז מלשון דאך. כ'ווייס נישט צו די צוויי האבן שייכות.

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:01 pm @Think and Thank, איז "פריי פון אפצאל" א פאברעצירטע ווארט? דער משמש פארטיילט הבדלות פריי פון אפצאל....
דאס יא, פריי פון אפצאל איז עכט, גענוי ווי 'פריי פון די קייטן'. עס באדייט פרייהייט - אן די יאך פון (פיל אין די בלענקס). די בלענקס קען זיין קייטן, קען זיין חובות, און קען זיין אפצאל, אבער בלויז 'פריי' במקום אומזיסט איז א מיאוס'ע גרייז וואס נעמט זיך פון ענגליש.

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:01 pm בנוגע ליים. דאס איז דאך די לאזונג. ליימענע גולם, ווען עס גיסט זיך עפעס אויס און יענער שטייט און קוקט פרעגט מען וואס שטייסטו דא ווי א ליימענע גולם. סא דאס האט דער חולם חלום אונזערע מכוון געווען. ווי הרב קארפינקל איז מרמז. ס'איז נישט אז מען קען עס "אויך" ניצן אזוי, נאר איינער לייגט א באמבע און די פאליציי קוקן זיך צו פארגאפט ווי ליימענע גולמים.
ריכטיג אז עס איז דא א באקאנטע אויסדרוק ליימענע גולם. אבער לעצטנס הערט/ליינט מען אין די ווידערישע קרייזן וועגן 'ליימענע קאטשקעס' אלס גרייזיגע איבערטייטש פון די ענגלישע lame duck (הינקעדיגע קאטשקע), אן אויסדרוק וואס מען נוצט אין אמעריקע אויף א פאליטיקאנט וואס זיין נאכפאלגער איז שוין ערוועלט געווארן, וואס אין די תקופה צווישן די וואלן און דאס פארלאזן די אמט איז ער טאקע דארט אפיציעל אבער פאקטיש קען ער געווענליך כמעט גארנישט ערלעדיגן אין די צייט. אבער הרב קארפינקל איז לכאורה גערעכט אז אין די קאנטעקסט ווי דער רב זז"ג האט עס גענוצט דייט עס אן אויף ליימענע גולם (אז די פאליציאנטן זענען געשטאנען ווי ליימענע גולמים).
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 1:03 am די סענאט וועט שטומען מיטוואך אויף די #סעיוו אמעריקע ביל.

דערווייל וויל נישט טון איינפירן די 'טאולקינג פיליבאסטאר' טענה'נדיג אז ער האט נישט די שטומען דערפאר. דעריבער זענען נישטא קיין שאנסן פאר דעם ביל צו דורכגיין

נקוט כלל זה בידך: שטום מיט א ו' איז בלויז ווען די רעדע איז פון איינער וואס קען נישט רעדן (אלם). אלעס אנדערש, צו די רעדע איז פון שטימע (קול) אדער שטימע (וואוט), איז אלעמאל מיט א י'.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3572
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4338

Re: לחשוב ולהודות ולנקד נקודות

פאוסט דורך אנדערער »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 10:55 am צו די רעדע איז פון שטימע (קול) אדער שטימע (וואוט), איז אלעמאל מיט א י'.
זיי זענען פון די זעלבע יסוד
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שרייב פאוסט