@נקודות טובות
די קאלירטע איז מיינע קאמענטס
ניין, איך גיי מיך נישט טענה'ן מיט רבי נחמן,
נאך א מזל, שטעל דיר ווען פאר אז יא היהיהי - כגובה ארזים גובהו! אינגאנצן משוגע בין איך נישט, איך זוך מיך מיינס גלייכן. נאר אנשים כערכי ווי דיר און אנדערע דא, וואס נעמען די תיקון הכללי literal, מיט די טענה איך מיך.
אין א נאט שעל א הסבר אויפן תיקון, די בריאה איז צאמגעשטעלט פון צירופי אותיות, די זעלבע איז מיט אלע מעשה בני אדם, אלעס איז צירופי שמות, רבי נחמן זי"ע האט זיך מוסר נפש געווען, זיך, מיט זיין משפחה, ביפאר אין פאר די גילוי. ער האט געוויסט וואס ס'געשעהט מיט א פגם אין ווי אויך וויאזוי די תיקון איז. אין ניין, ער זאגט נישט מ'זאל גיין עסן סטעיק נאכדעם, ס"ה ח"ו נישט צו זיין בעצבות וכו' פשוט טעקניקעל,
איינס ס'פעהלט נישט אויס,
אין איינס אז ס'ווייזט אז די מענטש האט זיראו אמונה לגבי אסאך חלקי אמונה
עס זענען דא י"ג עיקרי אמונה וואס דער רמב"ם האט אראפגעשטעלט, וואס אין די י"ג עיקרים איז תלוי דת תורתינו הק'! ווער עס גלייבט אין די עיקרים, דער איז א איד, און ווער נישט הוציא את עצמו מן כלל ישראל! דאס דארף מען חזר'ן און חזר'ן איין מאל און נאכאמאל, דאס דארף לויפן אין די בלוט! קיינער, קיינער, און נאכאמאל קיינער,
קען רירט נישט קיין ווארט פון הייליגן רמב"ם נישט רירן בעניני האמונה! די דרייצן עיקרים זענען די יסוד ובסיס לכל התורה כולה. גאנץ יהדות שטייט אויף די עיקרים! ווער עס גלייבט אין דעם "בתמימות" "אינגאנצען" "כפשוטו", איז א חלק פון כלל ישראל. ווער נישט איז א מין ואפיקורס!
נישט מהרא"ש, נישט מהרנ"ת, נישט רבי נחמן, נישט דער שפאלער זיידע, נישט דער רבי פון לובלין, נישט דער רבי ר' אלימלך, נישט דער מגיד, נישט דער בארדיטשובער, נישט דער בעל שם הק', נישט דער אר"י הק, און אפי' יהושע בן נין ושבעים זקנים, קיינער קיינער
קען איז נישט עוקר זיין דבר מדברי הרמב"ם ז"ל!
אין קיינער זיכט נישט דאס, דאס, אז פאר געוויסע דאכט זיך אזוי, מאכט עס נאך נישט אנדערשט, אין 'ביטע' טוה דיר אליין א טובה אין זוך און זוך ביז די וועסט עס ארויס האבען קלאר, ווי למשל תפילה אין טרעפן א מורה דרך וואס זאל דיר עס קלאר מאכען, זכור! יגעתי ומצאתי תאמין. קיין שום נפקה מינה די מדריגות, תוארים, והפלגות. איינער וואס רירט א קוץ דק מדברי הרמב"ם, איז אין לו חלק באלקי ישראל. ולא יזכר שמו לעד!
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ גּוֹמֵל טוֹב לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו וּמַעֲנִישׁ לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו!
פשוט עברי טייטש. אית דין ואית דיין! עס איז דא איינער וואס קוקט, וואס זעהט, וואס האט צוטריט צו כל מחשבות בני אדם בפרטי פרטיות. ער איז משגיח, ער פארשטייט, לפניו נגלו כל תעלומות, ואין נסתר מנגד עניו. אלעס, אלעס, אלעס. הכל גלוי וידוע לפניו, צופה ומביט עד סוף כל הדורות. מען קען אים נישט פאפן, און עס העלפט נישט ביי אים קיין תירוצים. ער, און נאר ער קען בוחן זיין די הארץ פון א מענטש און פארשטיין וואס דארט טוט זיך. ער ווייסט און פארשטייט יעדע נסיון וואס א מענטש גייט אריבער, ער פארשטייט יעדע ספעציפישע מצב. אלעס אלעס אלעס ווייסט ער, פארשטייט ער, און האלט מיט.
אין בין זיכער אז די פארשטייסט אז, דאס, אז אין געוויסע מקומות האט מען זיך צירוק געהאלטען פון זיך פילעווען אין שכר ועונש, מיינט נישט ח"ו אז מען האט א ספק דערינען, ס"ה קדושים וטהורים בעלי אחריות אויפן מצב הדור האבען אזוי געלערנט, שלא מן הענין, ס‘איז מיר ברור אז ביים ב"ד ש"מ איז מען דן לפי הדור.
די אמונה אין שכר ועונש איז פעלזן פעסט! פאר א מצוה באקומט מען שכר, און פאר אן עבירה חלילה פארקערט! נישטא קיין וועג ארויס! ווער עס גלייבט אין דעם אשרי לו, און ווער עס נאר די מינדערסטע ספק אין דעם, איז אן אפיקורס! מען טאר מיט אזא איינעם נישט רעדן, און ניטאמאל זיך שרייבן מיט יענעם אויף א פארום! משנאך ד' אשנא!
מצד הדין וואלט געדארפט זיין אז איינמאל מען זינדיגט, איז נישט דא קיין וועג אויף צוריק. האסט זיך אפגעריסן פונעם שורש? פארפאלן. אין מה לעשות! אבער ניין, דער בורא כל העולמים היודע יצר בני אדם, וויל אנדערש. כי לא אחפץ במות המת נאם ד'! איך האב גארנישט פון דעם
וואס דער רשע גייט אין דער ערד אריין. ביסט דורכגעפאלן? הייב דיך צוריק אויף! ברוב רחמיו וחסדיו איז ער געגאנגען נאך פאר בריאת העולם און חותר געווען פון אונטער דער ערד א וועג לשוב בתשובה. מתחת כסא הכבוד "ממש" האט ער באשאפן די מצוה פון תשובה. ביסט אריינגעפאלן אין א גריב? דא האסטו א לייטער. דראפע דיך ארויס!
איך וואלט געניצט מער א לשון, כבוד אלה‘ הסתר דבר.
תשובה איז א מתנה וואס הקב"ה האט אונז געשאנקן אז מיר זאלן קענען פארעכטן וואס מיר האבן פו
גם געווען. א מענטש קען האבן אפגעטוהן וואס ער האט אפגעטוהן, אויב אבער באשליסט ער ביי זיך אז עד פה תבא, אז אין לך דבר העומד בפני התשובה! א מענטש וואס נאכן דורכפאלן אין סיי וואס כאפט אים אן א חרטה געפיל, ער קלערט ביי זיך אז "איך קען נישט ווייטער אנגיין אזוי"! גענדיגט, איך וויל זיין וואויל, איך וויל זיין ריין, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, איך וויל זיין אפגעהיטן, איך האלט עס שוין נישט אויס! איז דא אן הבטחה פון הקב"ה אליינס אז תשובה העלפט! "כל פשעיו" אשר עשה לא יזכרו לו זאגט דער נביא! נישטא מער! יעזב רשע דרכו ואיש און מחשבתיו, וישב אל ד' וירחמהו ואל אלקינו כי ירבה לסלוח.
די רגע א מענטש באשליסט ביי זיך שלא ישוב עוד לכסלה, ער האט חרטה אויף וואס ער האט אפגעטוהן, און ער איז זיך מקבל על העתיד צו זיין גוט. איז תשובה א גארענטי פון שמו יתברך! נישט קיין שום חילוק פון וועלכע עבירה מען רעדט. תשובה דערהייבט פון דיוטא התחתונה, ביז די העכסטע מדריגה בלי שום ספק! גדולה תשובה שמגעת עד כסא הכבוד! נישטא קיין פ
גם וואס תשובה קען נישט פאררעכטן! עד כסא הכבוד מיינט עד כסא הכבוד ממש. ביז כביכול כביכול. ביז צום העכסטן דרגה!
ווי די לשון פון הייליגן רמב"ם לויטעט. ואל ידמה אדם בעל תשובה שהוא מרוחק ממעלת הצדיקים מפני העונות והחטאות שעשה,
אין הדבר כן. אלא אהוב ונחמד הוא לפני הבורא "כאילו לא חטא מעולם". ולא עוד אלא ששכרו הרבה שהרי טעם טעם החטא, ופירש ממנו וכבש יצרו. אמרו חכמים, מקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורין יכולין לעמוד בו. כלומר, מעלתן גדולה ממעלת אלו שלא חטאו מעולם, מפני שהן כובשים יצרם יותר מהם.
אגב, איז דא א ישמח משה וואס איז מסביר, אז בעצם עזיבת החטא איז בבחינת מיתה, ער לאזט איבער א מקום החיות
א פחד פון א רמב"ם! מקורו טהור מחז"ל. דער רמב"ם זאגט אונז, עס זאל זיך חס ושלום נישט דאכטן פארן בעל תשובה אז ער איז א דרגה שוואכער וויבאלד ער טראגט אויף זיך א קופה של שרצים. ניין! דער בעל תשובה איז אהוב ונחמד פארן אויבערשטען כאילו ער האט אין זיין לעבן נישט געזינדיגט! תשובה רייניגט דער מענטש ביז צום מאקסימום!
איינע פון פריערדיגע הסברים איז, אז דאס אז מ'האט א לב נשבר אין מ'איז נישט קיין בעל גאווה דעיס איז מויראדיג אהוב ביים רבש"ע, אגב, האבען א אמת‘ע אין געזינטע לב נשבר בימינו איז גאר א גרויסע דערגרייכונג
שובה ישראל עד השם אלקיך, מיינט עד השם אלוקיך! דער מענטש ווערט לויטער ריין! ביזן כסא הכבוד! יעדע סיג, יעדע פ
גם, אלעס, אלעס, אלעס, רייניגט מען אויס מיט תשובה!
און נאך מער ווי דעם זאגט אונז דער רמב"ם ומקורו טהור מחז"ל. מקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורין יכולין לעמוד בו! דער בעל תשובה שטייט גאר העכער פונעם צדיק! דאס איז נישט קיין חיזוק וואס מען זאגט ביי שלש סעודות, דאס איז א מאמר חז"ל! ווער עס גלייבט נישט אין די מאמר איז אן אפיקורס! דאס איז אן הלכה פסוקה ברמב"ם וכיתד בל תמוט! דער בעל תשובה איז העכער פונעם צדיק גמור! דער אויבערשטער ווייסט דיין מצב, ער ווייסט פון וואו דו קומסט, ער קען דיינע נסיונות! ער ווייסט וויפיל בלוט יעדע נסיון קאסט פון דיר! ער זעהט דאס, און ער פריידט זיך מיט יעדע קלייניקייט וואס דו טוסט!
דער צדיק קען נישט ברענגן די נחת רוח פארן אויבערשטען. ס'איז פשוט נישט מעגליך. ער האט נאכנישט טועם געווען טעם חטא. ער ווייסט נישט וואס דאס מיינט. נאר דו געוועזענע שגץ ווען די נסיון שינדט פון דיר די הויט, קענסט ברענגען די נחת רוח!
אגב, מיין נישט פאר א סעקונדע אז א צדיק האקט א לעבן. ס'איז א שמועס פאר זיך. ס'איז די גרעסטע נפלאות הבורא די סוג נברא וואס הייסט א צדיק
אגב, ע"פ שכל איז עס נישט פארשטענדליך, וועגן איינער וואס האט נישט גיזינדיגט איז ער סעקאנד קלעס? נאר אמונה!! אמונה אמונה, פארשטייט זיך אליינס אז עכט ע"פ שכל [דעת תורה] האט עס שוין איינמאל א פשט, (אפי‘ איך פארשטיי עס נישט)
אלץ בעל עבירה ביסטו געווען שנאוי לפני המקום, משוקץ, ומרוחק, ותועבה! אבער דאס האט זיך גענדיגט! דו רגע דו האסט תשובה געטוהן ביסטו אהוב, ונחמד, און כביכול א קרוב וידיד! נישט קיין חילוק וואס דו האסט אפגעטוהן, זאל זיין וואס זאל זיין, היינט ביסטו צדיק הדור! ביסט אויף די העכסטע מדריגה!
ודבר זה מצינו בתורה, בדברי הנביאים, ובכתבי הקודש, און שפעטער בדברי חז"ל, ווי דער אויבערשטער כביכול ווארט און קוקט ארויס אויף אונזער תשובה. די אהבה, די בענקשאפט מיט וואס ער רעדט, אוי ס'רייסט דאס הארץ ווען מען קוקט אריין אין די פסוקים אין נ"ך! דער אויבערשטער בעהט זיך כביכול ביי כלל ישראל, קינד מיינס, איך בעט דיר, איך בעט דיר! קום צו מיר, קום צוריק! איך זאג דיר צו איך וועל דיר רייניגן, איך וועל דיר אפוואשן, איך וועל דיר אויסשווענקן די מח, איך וועל דיר אויפשטאפן דאס הארץ, איך וועל דיר ארום נעמען מיט די גרעסטע מאס ליבשאפט. איך וועל מיך טשאטשקענען מיט דיר ווי מיט א ניי געבוירן קינד. איך וועל דיר צושטעלן אלעס וואס דו דארפסט. קום נאר צו מיר! פתחו לי פתח כחודו של מחט, איך דארף פון דיר א קלייניקייט, איין קרעכטס, איין אמת'ע געוויין. נאר איינס! און איך וועל טוהן די איבריגע. הבא לטהר מסייעין אותו. איך וועל שוין זיכער מאכן אז זאלסט האבן די כוחות זיך צו דערהאלטן.
אויב זאל איך דא אנהויבן ברענגן פסוקים פון נ"ך, אדער מימרות פון חז"ל איבער די ענין פון תשובה, איז יכלו הזמן והם לא יכלו. וואו מען מישט נאר אין נ"ך רעדן די נביאים פון תשובה.
די געגועים, די געגועים כביכול ביים אויבערשטען אין הארץ צו אונז אידישע קינדער. אוי מיין טייער לעכטיגער קינד, הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשעים. כי מדי דברי בו זכר אזכרנו עוד, על כן המו מעי לו רחם ארחמנו נאם ד'! ווען איך רעד נאר פון דיר, ווען איך טראכט נאר פון דיר קומט מיר ארויף זכרונות וגעגועים צו דיר! ער בענקט, ער בענקט צו דיר. ער וויל א קשר מיט דיר! זיין הארץ ווערט כביכול איבערגעפילט מיט Emotions ווען ער דערמאנט זיך פון דיר. דו ביסט זיין חלום! דו ביסט זיין לעבן! די שכינה הקדושה זיצט און קלאגט מה לו לאב שהגלה את בניו, ואוי להם לבנים שגלו מעל שלחן אביהם. זיין גרעסטער צער איז אז זיינע קינדער זענען נישט נעבן אים! ער קלאגט יעדן טאג על בניו שגלו ממקומם.
יעדע שוועריקייט וואס א איד גייט אריבער, איז ער זיך משתתף בצערו. סיי בגשמיות און אודאי ברחניות. ער ווייסט פונקטליך דיין מצב. ער פארשטייט יעדע דיטאל. ער האלט מיט דיינע נסיונות, און ער זעהט ווי אזוי דו ראנגעלסט זיך. זיין הארץ בלוטיגט מיט דיין ווייטאג, און ער טאנצט פאר שמחה ווען עס גייט דיר גוט. ווען מען איז זיך מתגבר בשעת נסיון איז די שמחה אויפן העכסטן דרגה, און פארקערט אויך, ער וויינט מיט יעדע מאל וואס מען איז זיך נישט מתגבר!
חס וחלילה צו טראכטן אז אויף געוויסע עבירות העלפט נישט קיין תשובה! דאס איז נגד דברי הנביאים, נגד דברי חז"ל, ונגד ההלכה! אין לך דבר העומד בפני התשובה!
ברידער טייערע, די ווייסט אויך אז ס'איז דא אנדערע מאמרי חז"ל וואס זאגט נישט ממש אזוי יעדער איינער קען תשובה טוהן, אויף
יעדע עבירה! ווער עס גלייבט נישט אין דעם איז אן אפיקורס! אזוי זאגט דער נביא, אזוי זאגן אונז חז"ל, און אזוי פסקענט דער רמב"ם! נישטא וואס צו דן זיין אין דעם! נישטא!
און ניין, חס ושלום לומר אז תשובה איז א שווערע זאך. תשובה איז גרינג. ווי דער הייליגער רמב"ן שרייבט אין פרשת נצבים. אבל "המצוה הזאת" על התשובה הנזכרת... והטעם לאמר כי אם יהיה נדחך בקצה השמים ואתה ביד העמים תוכל לשוב אל ד' ולעשות ככל אשר אנכי מצוך היום.
כי אין הדבר נפלא ורחוק ממך, אבל קרוב אליך מאד לעשותו בכל עת ובכל מקום. וזה טעם בפיך ובלבבך לעשותו שיתודו את עונם ואת עון אבותם בפיהם וישובו בלבם אל ד' ויקבלו עליהם היום התורה לעשותה לדורות כאשר הזכיר אתה ובניך בכל לבבך כמו שפירשתי.
תשובה איז א זאך וואס איז געמאכט געווארן פאר יעדע איד, בכל מקום ובכל מצב שהוא. מען דארף נישט קריכן אין הימל, און נישט פאר מעבר לים.
דו קענסט תשובה טוהן דארט וואו דו ביסט יעצט.
יא יא, קענען קען מען אפשר, 'אבער' במציאות קען מען אסאך רעדן פון די נקודה, ווי למשל ווי די גמרא פרעגט אויף מה ה‘ וגו‘ שואל מעימך, אטו יראה מילת זוטרתי? וכו‘ עס פעלט נישט אויס צו פארן קיין אומאן. דו אליינס קענסט תשובה טוהן מיט דיינע אייגענע כוחות זאגט דער רמב"ן,
דארפסט נישט קיין הילף פון קיינעם! דער רבונו של עולם אליינס העלפט דיר ארויס!
אתה נותן יד לפושעים, וימינך פשוטה לקבל שבים. פשט איז אז כביכול דער
אויבערשטער דרייעט זיך ביים מעריב אפשר ווארט ער כבי‘ אויף מזרח אין ער ווארט מ‘זאל קומען צו איהם וואנט צו געבן שלום די פושעים. ער זוכט די
שוואכע! א יעדעם דער אויבערשטער איז כביכול דער חב"ד שליח וואס מאכט קשר מיט פושעי ישראל. דאס איז זיין סיפוק כביכול. ביי ברכת רפאינו ענדיגט מען רופא חולי עמו ישראל, און נישט הרוצה לרפאות. ביי ברכת הגאולה ענדיגט מען גואל ישראל, און נישט הרוצה בגאולת ישראל. איין מאל וואס מיר זאגן די לשון הרוצה, דאס איז ביי ברכת התשובה "הרוצה" בתשובה! כביכול דעם אויבערשטענס תאווה איז איז ווען א איד טוט תשובה! דאס איז וואס ער האט ליב, דאס איז זיין "רצון". אויסהיילן קראנקע און שפייזן די הונגעריגע איז טאקע זיין אויפגאבע, אבער מקבל זיין בתשובה איז זיין האבי!
נקדי, איר האט שוין געהערט אמאל פון א מושג פון א מליץ יושר? פארשטייסט מיין פוינט, איא?
וואס מיינט תשובה און ווי אזוי טוט מען תשובה, אויף דעם האבן מיר א שלחן ערוך הלכות תשובה. פונקט ווי אין הלכות שבת האבן מיר א שלחן ערוך, האבן מיר אין הלכות תשובה אויך א שלחן ערוך
אין מיט פוסקים. דער שלחן ערוך איז דער רמב"ם הלכות תשובה. דארט ווערט זייער קלאר מבואר כל חלקי התשובה. א זאך וואס ווערט נישט דערמאנט דורך דער רמב"ם ורבינו יונה, איז פשט אז מען קען זיין א בעל תשובה גמור אפילו אן דעם אויך! א בעל תשובה גמור מיינט נישט עפעס א מאדערענע אמעריקאנער בעל תשובה, נאר אהוב ונחמד למעלה אויף די העכסטע דרגה ממש! א בעל תשובה בחותמו פונעם הייליגען רמב"ם. נישט שייך קיין בעסערע השגחה ווי דעם!
אי"ה אין א אנדערע תגובה העל מיר דאס א דורך שמועסן זעה איך אז @הדסים האט עס שיין אנגערירט
אויב דער רמב"ם ורבינו יונה דערמאנען נישט קיין ענין פון התקשרות לצדיק, איז פשט אז דאס איז נישט קיין
חלק מחלקי מתנאי התשובה! מען קען תשובה טוהן אן דעם אויך. דאס איז נישט קיין תנאי, און נישט קיין עיכוב! און פון די אנדערע זייט אויך, טאקע וויבאלד
התקשרות לצדיק איז נישט מחלקי התשובה, וועט
התקשרות לצדיק גארנישט העלפן וואס עפעס? דאס איז שוין דיין אייגענע נערעטיוו אויב טוט מען נישט תשובה לויט ווי דער רמב"ם שרייבט. תשובה איז דוקא דאס וואס דער רמב"ם שרייבט.
ווער עס טוט וואס דער רמב"ם שרייבט איז א בעל תשובה גמור, און ווער נישט איז א חוטא! קיין שום צדיק קען אים נישט העלפן!
איך סטראנגלי דיסעגרי מיט דיין נעראטיוו, ח"ו מיטן רמב"ם זי"ע א צדיק קען יא מתקן זיין, א צדיק קען יא העלפען, פארשטייט זיך מיטן הילף פונעם א-ל חי וקים
און אז איך רעד שוין יא פון התקשרות לצדיק, וויל איך נאכאמאל איבער'חזר'ן וואס איך האב שוין אסאך מאל געשריבן. חלילה וחלילה משתף זיין שם שמים עם דבר אחר! די איסור פון עבודה זרה בשיתוף גייט נישט נאר אן ביי א קלאץ, נאר דאס גייט אן ביי א הונט און להבדיל א צדיק צו גלייך! א ממוצע צווישן דער איד און בורא כל עולמים, איז אן איסור עבודה זרה! דער קשר פון הקב"ה מיט עם ישראל איז "דוקא" דירעקט, אן קיין שום ממוצע! דאס איז מי"ג עיקרי הדת!
עגרי, אגב די ווייסט וויאזוי די תורה רופט משה רבינו, דאכט זיך יא ממוצע אדער סירסור עפעס אזוי. איך האף אז איך ניץ די ריכטיגע ווארט אין נישט עם הארצות
דאס וואס מיר געפינען מושגים אין
חסידות אז א
צדיק איז א צינור, דאס דארף טאקע א ביאור.
איך זעה עס נישט אנדערשט ווי דאס אז די שפע קומט דורך די י"ג 'מידות' של רחמים - עשר 'ספירות', ס'איז כמעט די זעלבע קאנצעפט כבי' חס ושלום נישט דאס אננעמען כפשוטו! מוטב שאקרא שוטה כל ימי, ואל אהיה רשע שעה אחת לפני המקום! די גאנצע
חסידות איז נישט ווערט, אויב איז מען חלילה מטיל ספק בעיקרי הדת! עס איז יצא שכרו בהפסידו! מען דארף האבן א גוטן רבי, א רבי
הדומה למלאך, א רבי וואס איז קלאר בעיקרי הדת, נישט נאר אין ספרי
חסידות. וואס זאל ערקלערן די דקות'דיגע חילוק פון א ממוצע ביז א צינור. אויב האט מען נישט טאר מען דאס בשום אופן נישט מקבל זיין! אויב ברענגן דיר די ספרי
חסידות צו חלילה מטיל ספק זיין בהיסוד החמישי פונעם רמב"ם, וועסטו אנקומען אין שאול תחתית! צוזאמען מיט תלמידי ישי הנוצרי!
עגרי 100%
אויב קען מען נישט קיין ספרי
חסידות, איז נישט עק וועלט. עס געשעהט גארנישט מיט איינער וואס שטארבט און קען נישט קיין נועם אלימלך אדער ליקוטי מהר"ן. רבי אהרן קאטלער און רבי משה פיינשטיין זענען אויך געווען גאנץ וואילע אידן.
דא קומט אריין איינע פון די פראבלעמען, מענטשען ניצען חסידות פאר 'זיך' כאילו מען וויל מדריגות - אורות וכו', זאג, שלא עשני גוי איז שלעכט? סאו אויב מ'ניצט עס יא אזוי, דאן איז עס א ...., משא"כ אויב איינער ווערט געדרייווט אין זיין לעבען דורך סיבות שונות ומשונות יא אנצוקומען צו די דרכי החסידות 'האט' ער א קלארע חיוב דייקא יא צו טוהן אין די נושא, ס'איז יכול להיות אז ס'איז פון זיין חלקי נשמה אויב אבער חלילה קען מען נישט די עיקרי האמונה, איז לא ימלט אז די דעות זאלן זיין אויסגעהאלטן! און עס איז
נישט שייך קיין שוגג ביי דעם,
נישט מאר נישט א שוגג, נאר פאר געוויסע מענשטען א אונס. די ספרי הרמב"ם געפונען זיך אין יעדע ביהמ"ד, עס איז א חוב קדוש אויף יעדען איד דאס צו לערנען. לימוד האמונה איז א מצות עשה דאורייתא!
פונקט ווי די פארשטייסט אז ארטסקרול איז א העלפ וועגן אינזער דזעלי איז וואסער אנשטאט, די זעלבע מיט דעים
ווען א איד ווערט חלילה נכשל מיט אן עבירה, פארזינדיגט ער זיך פארן אויבערשטען אליינס. נישט פאר זיין רבי, און נישט פאר קיין צדיק.
ווען די וועסט פארשטיין ווי שווער א צדיק צופליקט זיך פאר א צווייטער איד, ביודעים ובלא יודעים, אין די מאכסט במזיד שווערער פאר איהם, איז עס נאך עני טיים א צער פאר איהם, אין ער איז אויך א איד וועם מ‘טאר נישט טשעפענען, סתם א פרעספעקטיוו די זעלבע איז ווען ער טוט תשובה, טוט ער תשובה פארן אויבערשטען אליינס. "לפני השם" תטהרו! נאר דער אויבערשטער איז דער וואס איז מוחל די עבירות, כי "עמך הסליחה", דאס איז נאר ביד הקב"ה! "אנכי אנכי" הוא מוחה פשעך! דוקא נאר הקב"ה, קיינער קיינער, נישט קיין מלאך וגלגל, און נישט קיין צדיק האט וואס צו זוכן דארט. שובה "אלי" זאגט הקב"ה, קערטס ענק צוריק צו "מיר". נישט קיין צדיק און נישט קיין מלאך. צו מיר!
רבש"ע, די צדיק טראגט דאך די מענטש צום רבש"ע, א צדיק איז דאך איינער וואס איז דבוק ביוצרו
גלייבן אז א צדיק קען מתקן זיין נשמות,
איז כפירה ומינות! נישט דא אזא זאך! א צדיק קען גארנישט טוהן! סטראנגלי דיסעגרי, א צדיק קריכט אריין בעומקי הקליפות אין ער רייסט ארויס די נשמה מבין השינים, ס'איז א ביטערע מלחמה כבידה מאד מאד, אין גאר גאר מסוכן, אבער ער טוט עס. ער איז קלאר מתקן. תשובה איז דוקא ביד האדם, און נאר צום אויבערשטען. זיך קריגן מיט די חלק איז דת נוצרית!
די נוצרים זענען זיך מתוודא פארן גלח, און דער גלח איז זיי מוחל.
קיין שום דמיון כלל וכלל מיר אידישע קינדער האבן איין איינציגע באשעפער, וואס ער און נאר ער איז דער וואס איז מקבל בתשובה. נאר צו אים קען מען דאווענען, און נאר צו אים מעג מען דאווענען.
און די זעלבע איז מיט תיקון הכללי. דער רמב"ם ורבינו יונה דערמאנען נישט אזא מושג. דאס איז נישט קיין חלק מחלקי התשובה!
עיין לעיל ווער עס האט חוטא געווען און וויל תשובה טוהן, דארף לערנען רמב"ם הלכות תשובה. מען קען דאס נישט איבערהיפן!
הממממ... ווען איינער איז קראנק, מעג ער גיין צום דאקטער? ס'איז אקוראט די זעלבע ווער עס פאלגט וואס שטייט דארט איז א בעל תשובה גמור אפילו אן תיקון הכללי, און ווער נישט קען זאגן תיקון הכללי ביז איבער מארגן עס וועט אים "גארנישט" העלפן!
איך עגרי נישט צו קיין איין ווארטנאר פארקערט, שתים רעות עשו. 1) אתי עזבו 2) ואת תורתי לא שמרו! נאכן עובר זיין אויף א פסוק אין די תורה, גייט מען ווייטער און מען לייקענט אין שכר ועונש, און מען נעמט זיך א צדיק אלץ ממוצע!
עס דארף זיין קלאר איין זאך. ווען רבי נחמן רעדט פון תיקון הכללי איז נישט במציאות אז ער זאל רעדן פון זאגן תיקון הכללי מן השפה ולחוץ.
ערגעץ דארף דאך דער מענטש אנהייבען, ניין?עס קען פשוט נישט זיין! ווייל דאס איז אפיקורסות! רבי נחמן איז נישט געווען קיין אפיקורס, איך זעה דאס פון די שיינע הסכמות וואס ער האט. אויב זאל זיין אמת אז רבי נחמן האט געזאגט אז תיקון הכללי העלפט אפילו אן תשובה, וואלט ער קיין הסכמות נישט געהאט! און די זעלבע מיט אחטא ואשוב, אויב זאל רבי נחמן קריגן אויף חז"ל, איז פשט אז ער איז אן אפיקורס! און דאס קען נישט זיין.
ס'איז סתם א עצת היצר אפי' צו טראכטען, אז תיקון הכללי איז עפעס אקעגען תשובה, ס'איז א 'חלק' פון תשובה
נו אלא מאי? וואס האט רבי נחמן יא געמיינט? איך ווייס נישט.
קוק וואס ער זאגט, ביזט מער ווי וועלקאם עס אדורך צו טוהן אויב די ווילסט
אבער איין זאך ווייס איך יא, אז די ספר תהלים פון דוד המלך איז אלעמאל באקאנט געווען אלץ די גרעסטע סגולה צו "נתעורר ווערן" לתשובה. ווי דער נודע ביהודה שרייבט פאר איינער וואס פרעגט אים אן א דרך תשובה נאכן ר"ל נכשל ווערן באיסור אשת איש 3 יאר אין א צי. שרייבט דער נודע ביהודה בתוך הדברים, וידבק מאוד בשירות ותשבחות של דוד המלך עליו השלום "שזה דבר גדול להלהיב בלב האדם אהבת הבורא ברוך הוא".
אין ווי אויך רעדט רבי נחמן זי"ע אסאך אין זיינע ספרים די מעלות פון זאגען תהילים.
די סגולה פון תהלים איז אסאך עלטער ווי רבי נחמן. די סגולה פון די ערשטע פיר קאפיטלעך פאר א שמירה, איז אסאך עלטער ווי רבי נחמן. און אזוי אויך ברענגט דאס דער יסוד יוסף אלץ א תיקון אויב עס האט ר"ל יא פאסירט. רבי נחמן האט בכלל נישט מחדש געווען קיין מורא'דיגע חידושים.
אתה קוקו, לערן אביסעל וועגן דעים, ער האט פארלוירען אפאר קינדער בחיוו על זה תהלים איז אלעמאל געווען אנגענומען ביי כלל ישראל אלץ די שטערקסטע סגולה, להתעורר בתשובה, לזמר עריצים, וכו' וכו'. די קאפיטעל אדער יענע קאפיטעל, לא על זה אנו דנין. דער תהלים ביסודו איז פאר דעם געמאכט געווארן. איך האב עס נישט נאכגעקוקט יעצט, אבער כמדומה שטייט שוין אין ליקוטי מהר"ן אז סיי וועלכע צעהן קאפילטעך זענען גוט.
נאופ. ס'איז דייקא די צען קאפיטלען נו מה כל הרעש? תהלים? אפילו תינוקת של בית רבן ווייסן דאס. יעדע באטשי ווייסט אז אים תהלים ליגט די שליסל צום הארץ.
דער אמת איז אז די גמרא זאגט אז דוד המלך איז נישט געווען ראוי לאותו מעשה, נאר להורות תשובה. לעניית דעתי איז פשט אז דער אויבערשטער האט צוגעפירט אז דוד המלך זאל דורכפאלן, ווייל אזוי האט ער מחבר געווען די ספר תהלים. ווען ער פאלט ווען נישט דורך וואלטן מיר קיין תהלים נישט געהאט. ווי אזוי וואלטן מיר געקענט תשובה טוהן? וואס וואלט אונז מעורר געווען אויב האבן מיר נישט קיין תהלים? וואו וואלטן מיר זיך אויסגעוויינט אויב נישט ביים תהלים?
און די זעלבע איז מיט די חטא העגל. לא היו ישראל ראוין לאותו מעשה, נאר להורות תשובה. דער אויבערשטער האט אונטערגעריקט די עגל, ווייל אזוי האט ער מגלה געווען פאר משה רבינו די סוד פון י"ג מידות של רחמים. אויף די י"ג מידות של רחמים איז דא אן הבטחה פון אויבערשטען אליינס שאינן חוזרות ריקם! תמכתי יתידותי בשלוש עשרה תיבות, אין דעם כאפן מיר זיך אן. אן די י"ג מידות של רחמים וויל איך נישט וויסן וואו מיר וואלטן געווען. און אזוי אויך די גאנצע ימי אלול מיט די סלחתי כדבריך יום הקדוש, איז ארויסגעקומען נאר א דאנק די חטא העגל. ווען נישט די חטא העגל האבן מיר נישט קיין י"ג מידות, נישט קיין ימי הרחמים והרצון, און נישט קיין יום הקדוש. דאס מיינט להורות תשובה!
רבי נחמן האט מגלה געווען גילוים אז געוויסע פרקי תהלים האבן אין זיך מער סגולה אויף די חטא פון רבי פנחס בן יאיר. איז דען פשט אז דאס איז די תשובה? חס ושלום! ער זאגט אה"נ גאנץ ספר תהלים איז מסוגל לתשובה ותיקון, נאר די קאפיטלעך איז "מער מסוגל" צו פארשניידן די קליפות וואס ווערן ר"ל באשאפן, און האלטן אפ דעם מענטש פון תשובה טוהן. נישט חלילה אז מען קען טוהן וואס מען וויל און מען זאגט תיקון הכללי. ווער עס האלט אז נישט, איז נישט נאר אן אפיקרוס, נאר איז מבזה האי צדיק וקדוש רבי נחמן כאילו ער איז געווען אן אפיקורס. מען איז תולה בוקי סריקא אויף די סאמע גרעסטע לייבן! צדיקים ילכו בם, ופושעים יכשלו בם.
ווי באקאנט, איז צווישן איינס פון די הייליגע סגולות וואס ווערט געברענגט אין יסוד יוסף אלץ א תיקון לחטא, איז עסן די שיירי פירורי המוציא שבת. דאס זענען אלעס הייליגע זאכן, און דער סאטמאר רבי ז"ל פלעגט טאקע אויך עסן די ברעקלעך. אבער היעלה על הדעת צו זאגן בשרירות לבי אלך, און איך וועל עסן די ברעקלעך שבת?? מען קען ארויפגיין צום ציון הק' פונעם יסוד יוסף דאכט זיך ער ליגט אין פוזנע, און מען קען דארט מאכן א מנין עסן פירורי המוציא. וואס פאלט אייך ביי אז לצינות מאכן פון תיקון הכללי איז בעסער ווי דעם?
און ווען עס קומט צו רעדן פוון חיזוק אויף תשובה, איז כדי זאלסט אויפמישן א רמב"ם הלכות תשובה בכלל, און פרק ז' בפרט. די קלארע, לויטערע, הייליגע, רייכע, ריינע שפראך פונעם רמב"ם. נישטא! נישטא קיין גרעסערע חיזוק ווי דעם! דער זעלבער רמב"ם וואס האט בסייעתא דשמיא באוויזן צו אזוי שיין און קלאר דורכשניידן די שווערסטע סוגיות אין ש"ס, האט דא אויך באוויזן דאס אומעגליכע. נישט אומזינסט האבן חכמי דורו געזאגט אויף אים ממשה עד משה לא קם כמשה.
די אלע אנדערע ספרים זענען נאר געמאכט געווארן אויף ווילאנג עס ברענגט דיר חיזוק והתעוררת. טאמער זעהט מען אז מען ווערט חלילה צובראכן פון דאס וואס שטייט אין אנדערע ספרים, טאר מען דאס נישט לערנען! דאס רעדן פון עונשים, קליפות, וכדו'. דאס רעדן אזוי פיל פון תיקונים און ווי שווער עס איז צו מתקן זיין, איז נאר אויב עס העלפט. טאמער נישט פארמאכט מען דעם ספר, און מען בלייב מיר פלעינע רמב"ם אידן. קיינער הייסט דיר נישט לערנען מער. טו וואס דער רמב"ם שרייבט, און ביסט א בעל תשובה גמור! אין מה לדאוג!
אי"ה עוד חזון למועד
ואגב וויל איך אנצייכענען דברי הגאון הנודע ביהודה וואס ער שרייבט בזה הלשון. אמנם, הגבלת מספר התעניתים לא נתפרש לא בכתוב ולא בגמרא, רק שספרי המוסר והתשובה האריכו בזה.
ורוב דבריהם בנוים על סברות כרסיות בלי שורש, וספר אחד נשען על חבירו בלי יסוד כלל. עכ"ל. וד"ל.
פארשטיי איך נישט, אבער איך גלייב באמונה שלימה בתורתו
די עיקר תשובה איז די חלקי התשובה כמבואר ברמב"ם, אלע אנדערע זאכן זענען נאר מדריגות צו "העלפן" תשובה טוהן. ווי דער נודע ביהודה שרייבט ווייטער. אלא שאומר
אני כל זה אם היה התענית דבר המעכב בתשובה אבל באמת אין התענית רק דבר טפל לתשובה, ועיקר התשובה הוא עזיבת חטא וידוי דברים בלב נשבר חרטה בלב שלם התקרבות והתלהבות לאהוב את הבורא והיינו תשובה שישוב אל ד' וירחמהו, וישוב אל ד' היינו שידבק בו אבל שאר דברים תענית וסיגופים אינם עיקרים.
און די זעלבע זאך איז ווען מען ברענגט נאך פון זוהר הק' אז דארט שטייט עפעס אויב תשובה העלפט יא אדער נישט. ווער האט דיר געהייסן לערנען זוהר?
לערנען זוהר איז א חלק פון די תורה, 'אבער' אויב די קענסט עס נישט הענדלען ד.מ אז ס'טראגט דיר אוועק פון עני נארמאלקייט, דאן ביטע פעסספארוואס אין די וועלט האט א איד וואס מיטשעט זיך מיט פ
גם הברית צו לענרען זוהר! דאס איז דער גרעסטער חרבן! טאנץ נישט קיין מדרגות!
דעיס איז טאקע די פראבלעם, מ'זיכט מדריגות. ערעב איד מדריגות איז א מתנה וואס מ'באקומט, מ'קען עס נישט נעמען. אויב די מיינסט אז יא, ביטע דיסקאס עס עסעפ מיט א מורה דרך זוהר הק' איז געמאכט פאר אפגעהיטענע אידן. דאס דארף מען לערנען בקדושה ובטהרה. וואס פאשטקעסטו אין זאכן וואס איז נישט פאר דיר?
אז דו ווילסט תשובה טוהן, קוק אריין אין רמב"ם ורבינו יונה ומשם תדרשנו. דאס איז תשובה! אנדערע זאכן זענען אדער שטותים אדער מדריגות. נישט אומזינסט איז דא א חרם הקדמונים נישט צו לערנען נסתר קודם שמילה כריסו מש"ס ופוסקים. א זאך וואס רב אשי האט נישט געשפירט פאר וויכטיג אריינצולייגן אין די גמרא איז נישט געמאכט פאר דיר! א זאך וואס דער רמב"ם ברענגט נישט אראפ, איז פשט אז ס'איז נישט קיין תנאי יסוד ועיקר. פאר דיר איז עס סם המות! זעהט דאך בחוש ווי דאס שטערט דיר נאר פון תשובה טוהן! דאס איז מעשי יצר! שטיי ווייט דערפון!
געהערט א ווארט פון ר' איטשע מצאיר זזג אז ס'איז פונקט אזוי ווי דראגס וואס געוויסע מענטשען נעמען, מעג מען טוהן אין די נושא, אלס א חלק פון שיגאון
וחוץ מזה וואס בלימוד הזוהר דארף מען האבן א קלארע הוראה פון אן ערליכן רבי. וועלכע חלק זוהר איז מיסודו של רשב"י, און וועלכע קומט פון שפעטער. וואו איז ידי זרים שלטו און וואו נישט. ווי אזוי מען באגייט זיך מיט א סתירה פון נגלה מיט נסתר. אבער סתם אזוי? א 15 יעריג בחור'ל? וואס האט ער צו לערנען זוהר? פארוואס אין די וועלט דארף ער בכלל וויסן אז עס איז דא אזא מאמר אין זוהר אז אויף געוויסע חטאים העלפט נישט קיין תשובה??? פארוואס?? האק צו דער זוהר,
און וועסט נישט דארפן אנקומען קיין ברסלב! ברסלב האט וואס צו פארקויפען, ס'איז לאו דוקא געמאכט פאר חולים אין געליטענע, אין יא, אויב דיין נשמה ציהט אהין, לערן עס, טעמו וראו כי טוב ה‘, אבער איין זאך, פליס טוה עס נארמאל דער רמב"ם איז פוסק ראשון ואחרון בהלכות תשובה, און ווער עס וויל תשובה טוהן זאל טוהן וואס דער רמב"ם פארלאנגט!
יעדער עגריעט צו דעים!!!
עני וועי. ס'איז דא נאך אסאך צו מוסיף זיין. אי"ה אין א צווייטע געלעגענהייט. איך שרייב שוין דא איבער צוויי שעה, און מען דארף שוין באלד אהיים גיין צינדען די מנורה.
זיי געזונט.
תמיד רק בשמחה של מצוה!
ידידך @נקודות
[/quote]