אומגעצייטיגטע נקודות

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 125

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך שכל הישר »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 8:14 am
► Show Spoiler
איך ווייס נישט וואס מען האט געהאלטן אין די צייטן פון חתם סופר, אבער היינט האלטן סאטמארער רב'ס קעגנער אויך אז ער איז גערעכט, אבער נאר ווען די שטריק ליגט שוין ממש אויפן האלז און די מדינה צייגט ארויס זייער שנאה צו חרדים, דאן זענען אלע מודה אז האדמו"ר מסאטמאר צודק, משא"כ ווען זאכן קוקן אויס אז מען קען עס האנדלען דאן איז מען ווידער אין אפאזיציע פון סאטמארער רב... און אזוי דרייעט זיך דאס רעדעלע שוין יארן לאנג...
במחילת כבודך איר זענט פשוט נישט גערעכט.

קיינער פון די אנדערע צד האלט נישט אז סאטמארע רב איז גערעכט...

האבן טענות אויף די מדינה און פראבירן צו מלחמה האלטן זאגט נישט אויף קיין שום פאל אז די סאטמאר רב שיטה איז גערעכט.

פונקט ווי די פארשטייסט אז אויב די אמערעקאנער פייניגן יעצט מיט גזירת החינוך וכו' מיינט נישט אז מען האט נישט געמעגט וואוטן די לעצטע אכציג יאר און אז מען טאר נישט האבן א חלק...
אויב עפעס אדרבה, דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מען וואוט, צו קענען אויפטון ווען מען ברויך.

קען זיין אז איר האט נישט ארויס די שיטה פון די אנדערע גדולי ישראל, אבער איך גיי עס נישט מסביר זיין, ווילאנג איך בין נישט זיכער אז מען גייט מיר נישט מעקן...
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 125

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך שכל הישר »

ראובן האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 4:54 am
שכל הישר האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 12:00 am @נקודות טובות זייער זיין באשריבן, איר האט א פיינע פעדער און אויך גאר קלאר...
אבער


סתם פאר אינטערסאנטקייט,

איז די חתם סופר בשעתו געוועהן די ראש פון די מלחמה אדער די מלחמה איז געוועהן די הייליגע חתם סופר נגד די איבריגע חלק כלל ישראל?

ועוד; לי יציור אז די חתם סופר איז געוועהן די איינציגסטע, און די אלע אנדערע גדולים זענען נישט געשטאנען אויף זיין זייט בכלל.
האט מען אכציג יאר נאך די חתם סופר נאכאלטס געהאלטן אז ער איז נישט גערעכט?
שתי תשובות. קודם, סאטמאר רב איז נישט געווען די איינציגסטע וואס האט געהאלטן אזוי. והשנית @נקודות טובות האט געמיינט ארויסצוברענגן א געוויסע נקודה פון ברייטקייט און היקף וואס לפי דבריו האט נאר סאטמאר רב ז״ל געהאט, ער האט נישט געמיינט אריינצוגיין צו די נידון דא איז דומה ממש צו יענע.
לא נכון, ווייל ער פראבירט ארויסצוברענגען א נקודה אז אפילו רובו ככולו האבן נישט מסכים געוועהן מיט הרה"ק מסאטמאר אבער דאך איז ער גערעכט און די אנדערע צד איז גארנישט ווערד...

אזא סטעיטמענט דארף האבן האפט, און מיטן ברענגען א ראיה פונעם הייליגן חתם סופר דארף עס ווייזן אז עס קען זיין אז איין גדול פארשטייט בעסער ווי יעדעם איינעם...

אויף דעם זאג איך איז נישט אמת, און די ראיה פונעם חת"ס איז קיין ראיה
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 125

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך שכל הישר »

נאר קלאר צו מאכן

איך האב נישט קיין שום אינטערעסע איברצוצייגן א תלמוד וחסיד פון סאטמאר אז ער איז נישט גערעכט.
און פאקט האלט איך מיך צוריק אסאך מאל זיך צו טעהנן און אויפווייזן פאר סאטמארע די אנדערע שיטה.
פארוואס, ווייל לדעתי איז דאס א חלק פון זייער אידישקייט און אמונה. און אים אפפרעגן ברענגט נישט קיין גוטס בכלל.

נאר וואס דען, ווילאנג ער איז גרייט איינצוזען אז איך מעג האלטן וואס איך וויל און וואס מיינע רבי'ס האבן מיר געלערנט, און ער זאל האלטן וואס ער וויל און וואס זיינע רבי'ס האבן אים געלערנט.

און חס ושלום צו טוישן מיינונגען פון וואס דיינע עלטערן אדער רבי'ס האבן דיר געלערנט.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2784
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8600

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

איך קען דיר נאר זאגן וואס מען האט פארקויפט בשם הגאון הרב פאווארסקי שאמר פעם בעת זעם "האדמו"ר מסאטמאר צודק"
איינער האט די וואך פארקויפט א מימרא בשם מאיר פרוש אז ווען מען וואלט ווען געוויסט וואו אונז גייען האלטן וואלט כ'געדענק נישט די אויסדרוקן ווייטער

און מיט דעם איז טאקע דער פארגלייך צום חתם סופר מעגליך נישט אזא פארגלייך
ווייל בעת דער חתם סופר האט לוחם געווען קעגן די חפשים און אויפגעקלערטע, איז דא דער קאנפליקט מיט די פרומע און ערליכע, און עיין בהקדמת על הגאולה ועל התמורה זייער קלאר דעם צושטעל, און דער חורבן דא איז אז דא איז דער מלחמה מיט פרומע ציונית! מיט די וועלכע זענען מעגליך בלא יודעים לוחם קעגן ציונית אינאיינעם מיט ציונית!

דא שטעקט דער חילוק!

איך אלס סאטמארער האלט נאך ווייטער אז סאטמארער רב איז געווען גערעכט, אבער איך פארשטיי פארוואס אנדערע זאלן - איידל גערעדט - האלטן אנדערש, און דאס איז דער ווייטאג! צו מבחין זיין צווישן גוט און נישט גוט איז אסאך גרינגער צו אידענטיפיצירן צווישן צוויי וועלכע זעהן אויס אייניג גוט!

ואולי לאזט זיך ממליץ זיין אז דאס איז א מחלוקת לשם שמים! ביידע טענה'ן לשם שמים און ביזדערווייל איז ליידער סופו להתקיים, עס קראכט נישט אזוי שנעל ווייל ביידע מיינען לשם שמים! (עכ"פ רוב רבנים ותלמידי חכמים זיכער) נאר במציאות איז (לשיטת סאטמאר) איינער נעבעך זייער אומריכטיג!.

בקיצור:
כ'האב נישט קיינערוון צו קארנפלעקס מיט מילעך סאו איך וועל אי"ה נאר רעפלייען אויב עס וועט זיין א חידוש.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2797
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6110

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך פשוט און גראד »

איך מיין אז ס׳דארף יעצט צו זיין גיטע דיעלס אויף סעיפטי אייטעמס

ס‘וואלט געווען כדאי אז מ‘האנדעלט זיך איין א משפטים הויזן מיט ריפלעקטערס, אפשר גאגעלס אויכט.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2143
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6509

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך נקודות טובות »

לכבוד יקר ידידי, הנמצא בליבי תמידי.
החביב עלי ביותר, ואהבתו די והותר.
כליל מעלות מיוחד, בלב לעולם נתייחד.
הדרתו וקומתו, מורה על ערך נשמתו.

שכלו יקרה, מלאה בחכמה ומדע.
תבונתו ישרה, חננו ד' בחסדו עליו.
לבבו בנדיבות, לרבים בשערים נודע.
שמו בחביבות, ברהיטת הולך לפניו.

אני בתומי לפניו אכרעה ואשתחווה.
לבבו בכל מושלם בלא שמץ של גאווה.
אמרותיו מלאות שלום אהבה ושלווה.
דבריו שזורים בהכנעה יראה וענווה.

אליך נתקשרתי בשרשרת, ובעבותות כרוך.
להכירך היא לי תפארת, מעת בואך ברוך.
אגמור בדברי כותרת, כי לא זה אתה צריך.
אחדד עטי העופרת, ואענה כשלחן הערוך.

אל מעלת כבוד ידידי @פשוט און גראד איך פארשטיי וואס דיר באדערט......

המשך וועט אי"ה קומען ווען די הנהלה וועט סדר מאכן דא. איך האב שוין נעכטן געבעטן זיי זאלן אפטיילן די פאוסטס דא וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די נושא, און דערווייל לית מאן דאשגח בי.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2797
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6110

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך פשוט און גראד »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 5:18 pm לכבוד יקר ידידי, הנמצא בליבי תמידי.
החביב עלי ביותר, ואהבתו די והותר.
כליל מעלות מיוחד, בלב לעולם נתייחד.
הדרתו וקומתו, מורה על ערך נשמתו.

שכלו יקרה, מלאה בחכמה ומדע.
תבונתו ישרה, חנן ד' בחסדו עליו.
לבבו בנדיבות, לרבים בשערים נודע.
שמו בחביבות, ברהיטת הולך לפניו.

אני בתומי לפניו אכרעה ואשתחווה.
לבבו בכל מושלם בלא שמץ של גאווה.
אמרותיו מלאות שלום אהבה ושלווה.
דבריו שזורים בהכנעה יראה וענווה.

אליך נתקשרתי בשרשרת, ובעבותות כרוך.
להכירך היא לי תפארת, מעת בואך ברוך.
אגמור בדברי כותרת, כי לא זה אתה צריך.
אחדד עטי העופרת, ואענה כשלחן הערוך.

אל מעלת כבוד ידידי @פשוט און גראד איך פארשטיי וואס דיר באדערט......

המשך וועט אי"ה קומען ווען די הנהלה וועט סדר מאכן דא. איך האב שוין נעכטן געבעטן זיי זאלן אפטיילן די פאוסטס דא וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די נושא, און דערווייל לית מאן דאשגח בי.
וויאזוי זאגט פעטער מאיר.. איר זענט קוקו!
שרייב פאוסט