במחילת כבודך איר זענט פשוט נישט גערעכט.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 20, 2025 8:14 amאיך ווייס נישט וואס מען האט געהאלטן אין די צייטן פון חתם סופר, אבער היינט האלטן סאטמארער רב'ס קעגנער אויך אז ער איז גערעכט, אבער נאר ווען די שטריק ליגט שוין ממש אויפן האלז און די מדינה צייגט ארויס זייער שנאה צו חרדים, דאן זענען אלע מודה אז האדמו"ר מסאטמאר צודק, משא"כ ווען זאכן קוקן אויס אז מען קען עס האנדלען דאן איז מען ווידער אין אפאזיציע פון סאטמארער רב... און אזוי דרייעט זיך דאס רעדעלע שוין יארן לאנג...► Show Spoiler
קיינער פון די אנדערע צד האלט נישט אז סאטמארע רב איז גערעכט...
האבן טענות אויף די מדינה און פראבירן צו מלחמה האלטן זאגט נישט אויף קיין שום פאל אז די סאטמאר רב שיטה איז גערעכט.
פונקט ווי די פארשטייסט אז אויב די אמערעקאנער פייניגן יעצט מיט גזירת החינוך וכו' מיינט נישט אז מען האט נישט געמעגט וואוטן די לעצטע אכציג יאר און אז מען טאר נישט האבן א חלק...
אויב עפעס אדרבה, דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מען וואוט, צו קענען אויפטון ווען מען ברויך.
קען זיין אז איר האט נישט ארויס די שיטה פון די אנדערע גדולי ישראל, אבער איך גיי עס נישט מסביר זיין, ווילאנג איך בין נישט זיכער אז מען גייט מיר נישט מעקן...