Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 07, 2025 1:09 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 07, 2025 12:34 pm
Glass האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 07, 2025 12:29 pm
אנריפן א געגנט שכינת זרע קודש שטערט די וואקס פון די געגנט?
פארוואס ווען זשמיגראדער רבי ריפט אן די קלאוו וואוד געגנט שכינת דברי חיים שטערט עס נישט דעם וואוקס?
מ' האט געגעבן א נאמען פאר שכינת ויאל משה כדי צושטערן דעם וואוקס?
בלומינג גראוו איז די איינציגסטע פלאץ וואו מען האט
צוטיילט די געגנט אויף 3 נעמען, אנדערע גרעסערע געגנטער אין ק"י האבן איין נאמען אבער דא איז געווען וויכטיג עס צו צוטיילן אויף 3 צו ווייזן אז עטס האטס נישט קיין שום עקסטערע איידענטיטי, האבן זיי ווען שכל גיבן זיי איין נאמען פאר גאנץ בלומיג גראוו צו ווייזן אז זיי רעכענען זיך מיט די מענטשן, למעשה איז אבער די בלינדע שנאה צו גרויס האבן זיי עס געמאכט אויף א וועג וואס רעגט אויף די אייגענע חסידים,
ביי קלאוו וואוד זענען די דעוועלאפער אליין געקומען פרעגן וועגן א נאמען (מיין פריערדיגע פאוסט)
עס איז זייער אינטערסאנט וואו דא קומט אריין "צושטערן דעם וואוקס". עס קען זיין אז זיי האבן געמיינט דערמיט צו צושטערן דעם לכאורה-מאדערענער "אין עוד מלבדו מאוומענט". אבער וויאזוי דאס קען שטערן וואוקס איז שטארק אינטערסאנט.
פאר 3 יאר צוריק (בערך די צייט ווען עס האט אנגעהויבן קלאר ווערן אז וויזשניץ איז ערנסט מיט זייער בלומינג גראוו שכונה) האט מען אנגעהויבן מיט דעם קאמפיין אז בלומינג גראוו איז קרית יואל, מען האט אבער געהאט א פראבלעם אז בלומינג גראוו האט שוין פאר 5 יאר געהאט געבויט זייער אייגענע אידענטיטעט (און ניין, עס איז נישט אמת אז די UJC האט דאס געטון, עס איז שוין געווען היפש פריער), בעיקר ווייל מען האט געסטראגלט און געשוויצט צוזאמען אן קיין שום הילף פון דרויסן (חוץ געציילטע אינדיווידואלע עסקנים, רוב פון אנדערע יודישע געגנטער) זענען די חכמי כעלם אויפגעקומען מיטן געניאלן פלאן אז נישט נאר ווערט בלומינג גראוו אנעקסירט קיין קרית יואל נאר עס עקזיסטירט בכלל נישט און מען צושפליטערט עס אויף 3! איי עס גייט נישט ארבייטן? אנדערש ווי די קרית יואלע שכונות זענען די 3 געגנטער פארבינדן איינס מיטן אנדערן אויף יעדן פרט? וועמען גייט אן וואס די איינוואוינער ווילן ווילאנג מען קען ווייזן אז מען איז בעה"ב.
פרעגסט וויאזוי דאס שטערט די וואוקס? קודם ב"ה די נעמען זענען בכלל נישט מצליח, גאר ווייניג באנוצן זיך דערמיט (איך וואלט געזאגט אז עס ווערט 10x מער גענוצט ביי די קרית יואלע יודן ווי די בלומינג גראוו יודן) אבער דער ציל איז געווען זייער קלאר, בלומינג גראוו איז א וואקסנדע שטאט מיט צענדליגער דירות פראיעקטן און איבער 500 איינוואוינער, ביז עטליכע יאר (אפילו אן וויזשניץ) גייט אין בלומינג גראוו אי"ה וואוינען 1,500-2,000 משפחות, אויב קען מען ספינען אז עס איז עטליכע קלענערע געגנטער (די נייע געגנטער וועלן לכאורה באקומען עקסטערע נעמען) וועלן זיך מענטשן נישט אזוי צוכאפן דערצו.
מיר אלע געדענקען ווען בערך תשע"ח איז פאר א שטיק צייט געווען דער סטייל צו אפחוזקן פון אלע ארומיגע געגנטער, מען האט כסדר אונטערגעשאצט וויפיל יודן וואוינען אין יעדן געגנט און מען האט אפילו פובליצירט פריוואטע אדרעסן פון יודן וואס וואוינען אינדרויסן און פונקטליך וויפיל זיי צאלן אין טעקס ווס. קרית יואל, נאך אפאר יאר פון זען אז דער מהלך פון אפחוזקן ארבייט נישט און בערך 15-20% פון די מוסדות באשטייען פון "דרויסענדיגע" קינדער האט מען פלוצלינג געטוישט דעם ניגון, אלעס איז יעצט קרית יואל.
אגב, פאר די וואס האבן מיטגעהאלטן פון די נאנט (ואני הקטן בתוכם) זענען געווען 2 מענטשן וואס האבן פון די ערשטע מינוט געהאלטן אז מען ברויך מחזק זיין בלומינג גראוו און די אנדערע געגנטער אנשטאט זיי אונטערשטעלן פיסלעך און דאס איז אדמו"ר מהר"א און דוד עקשטיין, פרעגט אייך נאך וויפיל מאל מהר"א האט געהייסן פאר די קהילה/מוסדות/ווילידזש זיי זאלן העלפן בלומינג גראוו און מען האט עס איגנארירט (עס זענען געווען עטליכע מיטינגס מיט בלומינג גראוו תושבים ביי מהר"א אינדערהיים נאך בעפאר די וואלן וואו ער האט צוגעזאגט אז מען גייט העלפן אויף די אישוס וואס מען האט אויפגעברענגט אבער נאכדעם איז געווען מיטינגס ביי מהר"א מיט די ראשי קהילה והמוסדות און אלעס איז צופאלן...).