על דא ועל הא

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13758

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 6:43 pm דער הילינג סייקל:

ערשטע שטאפל - שוואך געבויטער נפש:
דו ביסט קאנפידענט מיט אלע דיינע מעשים און דיבורים. דו האלטסט דו האסט ארויס די וועלט ריכטיג און אויפריכטיג.

צווייטע שטאפל - יסודות פאר א געזונטערע נפש:
דו אנערקענסט אז דו האסט אויך געוויסע שוואכקייטן - ווי יעדער בשר ודם - וואס טראגן דיר צו טון און זאגן געוויסע זאכן. ביסט נישט לויטער.

דריטע שטאפל - נפש אונטער קאנסטרוקציע:
דו פרובירסט זיך אפצורייסן פון יענע שוואכקייטן. דו שטרעבסט צו זיין א שלימות.

פערטע שטאפל - געזונטערע נפש:
דו אנערקענסט אז דו דארפסט זיך בכלל נישט אפטיילן דערפון. דו מעגסט האבן פראבלעמען, און עס מיינט נישט אז דו ביסט א פראבלעם.

-

וויאזוי ווייסט מען אז דו האסט געפליפט דעם מטבע און אנגעקומען צוריק צו א’:
ווען דו הייבסט אן ווערן שטאלץ מיט דיינע פראבלעמען...

יעצט ליין נאכאמאל דעם ערשטן שטאפל, און זע ווי דו שטייסט נאכאמאל דארט... ביסט צוריק א מושלם, ביז דו אנערקענסט וכו' וגו', און אזוי דרייט זיך א רעדל.

ודוק.
שטארק!

עניני דיומא... ע"ע נפשי - חולת..
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2635
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7246

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 6:59 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 6:43 pm דער הילינג סייקל:

ערשטע שטאפל - שוואך געבויטער נפש:
דו ביסט קאנפידענט מיט אלע דיינע מעשים און דיבורים. דו האלטסט דו האסט ארויס די וועלט ריכטיג און אויפריכטיג.

צווייטע שטאפל - יסודות פאר א געזונטערע נפש:
דו אנערקענסט אז דו האסט אויך געוויסע שוואכקייטן - ווי יעדער בשר ודם - וואס טראגן דיר צו טון און זאגן געוויסע זאכן. ביסט נישט לויטער.

דריטע שטאפל - נפש אונטער קאנסטרוקציע:
דו פרובירסט זיך אפצורייסן פון יענע שוואכקייטן. דו שטרעבסט צו זיין א שלימות.

פערטע שטאפל - געזונטערע נפש:
דו אנערקענסט אז דו דארפסט זיך בכלל נישט אפטיילן דערפון. דו מעגסט האבן פראבלעמען, און עס מיינט נישט אז דו ביסט א פראבלעם.

-

וויאזוי ווייסט מען אז דו האסט געפליפט דעם מטבע און אנגעקומען צוריק צו א’:
ווען דו הייבסט אן ווערן שטאלץ מיט דיינע פראבלעמען...

יעצט ליין נאכאמאל דעם ערשטן שטאפל, און זע ווי דו שטייסט נאכאמאל דארט... ביסט צוריק א מושלם, ביז דו אנערקענסט וכו' וגו', און אזוי דרייט זיך א רעדל.

ודוק.
שטארק!

עניני דיומא... ע"ע נפשי - חולת..
נפשי - חולת... גוט... דו ביסט אלעמאל געווען א גוטזאגער...

-

בענין זה האביך געקלערט.

יעדע מענטש ווערט בארעדט אונטער זיין רוקן.

א געזונטע מענטש וויל וויסן וואס מען רעדט אויף אים, כדי עס צו קענען פאררעכטן.

א נאך געזונטערע מענטש פרובירט צו זיין גוט, און געבט נישט קיין פליענדן דעקל אויף וואס מ'זאגט אויף אים.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4982

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

די מערערע ראבא קאלס פון "רעדן ברבים" גייען מיר אויף די נערוון. אויב איינער ווייסט ווער דאס איז, ביטע אים איבערגעבן אז ער טאר דאס נישט טוהן און עס וועט אים זיכער נישט ברענגען ביזנעס.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1438
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2203

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך טיפע טאשן »

וויליאמסבורג - די קינדער פון האדמורי"ם מסאטמאר הגה"צ ר’ מענדל טייטלבוים אב”ד סאטמאר וויליאמסבורג און הגה"צ ר’ יעקב בער טייטלבוים אב”ד סיגוט בארא פארק ביים זיך באגריסן ביי דער בר מצוה פון א זוהן פון הרבני הנגיד ר’ יחזקאל בערקאוויטש, פארלאפענע דאנערשטאג.
פיילס
IMG_20250303_115925_523.jpg
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1438
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2203

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך טיפע טאשן »

וויפל קאסט צו ווערן אנגענומען אין די כולל?
פיילס
WhatsApp Image 2025-03-02 at 19.02.11.jpeg
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
בן נביאים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 127
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 12:07 pm
x 242

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך בן נביאים »

טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 12:14 pm וויפל קאסט צו ווערן אנגענומען אין די כולל?
ווער איז ר' יואל ט"ב?
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1244
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 5199

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שינאווער »

א גרופע פון דריי אידן וואס האבן שפאצירט שבת נאכמיטאג אין בארא פארק האבן זוכה געווען צו אפענע ניסים ווען א ריזן טויטע בוים איז געפאלן צו די ערד בלויז א סעקונדע נאך זיי זענען עס פארבייגעגאנגען, אויף א רעקארדירונג פון דעם אינצידענט זעהט מען ווי די דריי שפאצירן געמיטלעך און קורצליך נאך וואס זיי שפרייזן אריבער דעם אלטן בוים פאלט עס אנידער צו די ערד.

די דריי אידן וואס האבן אראפ שפאצירט די 59׳טע סטריט פון בארא פארק אויפן וועג קיין פלעטבוש האבן זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ דארט אויפן גאס גלייך נאך וואס די בוים איז אומפאלן, ווען דערביי האט א שכן וואס האט מיטגעהאלטן די אינצידענט זיי אריינגערופן אויף א לחיים צו דאנקן דעם אויבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס האט נארוואס פאסירט.
UfbYgD.jpeg
UfbYgD.jpeg (51.56 KiB) געזען געווארן 698 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1244
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 5199

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שינאווער »

מאנסי - ווידעראמאל האבן געטרייע וואלונטירן פון חברים ד'ראקלענד קאונטי ארויסגעהאלפן אין די לעצטע מינוט א לאקאלע פרוי פון פאלן צו סקעמערס אינדערצייט וואס זי איז כמעט געווארן באשווינדלט מיט צוואנציג טויזנט דאלאר, ווען פארן איבערגעבן די טשעק פאר די שווינדלער איז חברים אנגעקומען אין באנק און איר אינפארמירט אז איר שרעק איז אומזיסט און עס איז בלויז א שווינדל.

עס האט זיך אנגעהויבן ווען חברים האט געקריגן א רוף פון א יונגערמאן אז זיין פרוי איז אין באנק צו ארויסנעמען צוואנציג טויזנט דאלאר צו אפגעבן פאר די קאסטומס אגענטור נאכן כאפן אז עפעס שטימט נישט מיט די געשיכטע וואס זי האט אים דערציילט, אז זי האט ערהאלטן א רוף פון א פארשוין וואס האט זיך אנגעגעבן אלס אן אגענט פון די אמעריקאנער קאסטומס אגענטור און איר געזאגט אז זי האט געשיקט א פעקל דראגס אויף עמאזאן און אויב וועט זי נישט גלייך איבערגעבן צוואנציג טויזנט דאלאר וועט מען איר ארעסטירן, וואס איז ווי פארשטענדליך געווען בלויז א סקעם, און אין די לעצטע מינוט האט חברים אפגעהאלטן אז דאס געלט זאל דערגרייכן צו די הענט פון די שווינדלער.

(Photo Credit: YWN)
252.jpeg
252.jpeg (131.38 KiB) געזען געווארן 526 מאל
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 983
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2118

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דעת קדשי »

פיילס
43136.jpeg
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1244
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 5199

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שינאווער »

גרופע עסקנים פון מאנטריאל באעהרט מיט מעדאלן געשיקט דורך בריטישע קעניג טשארלס

מאנטריאל - דעם זונטאג נאכט איז פארגעקומען א באעהרונגס צערעמאניע מיט די באטייליגונג פון פילע אידישע איינוואוינער און עסקנים ווי די אידישע פארלאמענט מיטגליד פרוי בן-דיין וואס פארטרעט די היימישע אוטרעמאנט געגנט האט אויסגעקליבן צו באעהרן פיר היימישע עסקנים מיט קעניגליכע בריטישע מעדאלן.

די מעדאלן זענען א טייל פון דרייסיג טויזנט מעדאלן וואס די קעניגליכע פאלאץ אין ענגלאנד האט ספעציעל ערצייגט צו אפצייכענען די ערשטע יארטאג פון דעם קעניג׳ס איינשווערונג און וויבאלד קאנאדע איז היסטאריש א טייל פון די בריטישע אימפעריע האבן זיי באקומען טייל פון די מעדאלן.

די פיר עסקנים זענען ר׳ משה שמואל יוחנן הערצאג פון ק"ק בעלזא, ר׳ מנחם מאיר פייג אנפירער פון די לאקאלע חברה הצלה, ר׳ שרגא שמואל מיללער פון די אידישע חסידי'שע קאמיוניטי קאונסיל אוו קוויבעק, און ר׳ אברהם מאיר ווערצבערגער פון ק"ק סאטמאר, ווען דערביי האט הרבני הנגיד ר׳ יחיאל מיכל ראזענבערג שליט"א אנגעקליידעט די קעניגליכע מעדאלן אויף די רעקלעך פון די היימישע עסקנים.

זעמל, אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ
unnamed (70).jpg
unnamed (70).jpg (50.4 KiB) געזען געווארן 396 מאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4982

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איינער קען מיך מסביר'ן וואס דאס דארף צו מיינען? איך ווארט אויף א שיפמענט פון עליעקספרעסס שוין ווייסעך ווי לאנג, יעצט קריג איך א אימעיל אז.... איך קען עס שוין אויפפיקן. מזל טוב. אויפפיקן פון וואו? אה קליק אויפן לינק. דארט זעה איך א עסטימעט "דעליווערי דעיט" פון לעצטע וואך ותו לא.
פיילס
Screenshot 2025-03-10 113516.png
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3523
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5544

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואוילער »

מעגליך אז ס'איז אנגעקומען צו א דעליווערי צענטער, אויב זיי האבן געהאט א פראבלעם צו דעליווערן די פעקל (פאריגע וואך) צו אייער הויז.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
הדסים
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 127

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך הדסים »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 12:32 pm מעגליך אז ס'איז אנגעקומען צו א דעליווערי צענטער, אויב זיי האבן געהאט א פראבלעם צו דעליווערן די פעקל (פאריגע וואך) צו אייער הויז.
אזוי טוען זיי אויב זיי ערווארטן אן אונטערשריפט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4982

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

אפדעיט: דער פעקל איז נעכטן ב"ה אנגעקומען. פארוואס איז געשטאנען אז איך ברויך עס אויפפיקן? לכינע פתרונים.
חכם עתיק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 794
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 813

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך חכם עתיק »

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1784
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4726

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 7:53 am אפדעיט: דער פעקל איז נעכטן ב"ה אנגעקומען. פארוואס איז געשטאנען אז איך ברויך עס אויפפיקן? לכינע פתרונים.
עס מאכט זיך כסדר ביי עליעקספרעס. זייער טרעקינג צריך תיקון גדול מאוד. אבער דאכט זיך אז דו קויפסט דארט ווייל ס'איז ביליג, ווייל עמעזאן האט שנעלערע שיפינג. נו נו, בעגערס קענט בי טשוסי...
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3523
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5544

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואוילער »

אקעי חברה, ס'איז נייע צייטן!
וואו איז מלכות?

איעדע פרוי אין ווייבער שול זאל האבן א אייגענע כשר'ע מגילה.

וז"ל הקיצור שולחן ערוך, סימן קמ"א סעיף יג
הקורא את המגילה צריך לכוין להוציא את כל השומעים, וגם השומע צריך לכוין לצאת ולשמוע כל תיבה ותיבה, שאפילו אם רק תיבה אחת לא שמע – אינו יוצא. ולכן צריך הקורא להשגיח מאד, שבשעה שמרעישין ומבלבלין בהכאת המן, ישתוק עד יעבור הרעש לגמרי.

ומכל מקום ראוי ונכון שיהיה לכל אחד מגילה כשרה, כדי שיאמר בעצמו מלה במלה בלחש, פן לא ישמע תיבה אחת מן הקורא. וכן כל אשה חכמת לב שעומדת בעזרת נשים, אם אפשר, מה טוב להיות לה מגילה כשרה לקרות מתוכה, כי שם קשה לשמוע, והנשים חייבות כמו האנשים.
נאך וויכטיגער ווי פאר די מענער.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4982

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פששש...!!! טאקע א וואונדער אז די מגילות צענטערן האבן דאס נאכנישט אפירגעטראפן ביז יעצט. אקעי נעקסטע יאר, געדענקט נאר אלע אז עס גייט אי"ה שטיין קרעדיט פאר אידטיש....
שרייב פאוסט