שטארק!פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 6:43 pm דער הילינג סייקל:
ערשטע שטאפל - שוואך געבויטער נפש:
דו ביסט קאנפידענט מיט אלע דיינע מעשים און דיבורים. דו האלטסט דו האסט ארויס די וועלט ריכטיג און אויפריכטיג.
צווייטע שטאפל - יסודות פאר א געזונטערע נפש:
דו אנערקענסט אז דו האסט אויך געוויסע שוואכקייטן - ווי יעדער בשר ודם - וואס טראגן דיר צו טון און זאגן געוויסע זאכן. ביסט נישט לויטער.
דריטע שטאפל - נפש אונטער קאנסטרוקציע:
דו פרובירסט זיך אפצורייסן פון יענע שוואכקייטן. דו שטרעבסט צו זיין א שלימות.
פערטע שטאפל - געזונטערע נפש:
דו אנערקענסט אז דו דארפסט זיך בכלל נישט אפטיילן דערפון. דו מעגסט האבן פראבלעמען, און עס מיינט נישט אז דו ביסט א פראבלעם.
-
וויאזוי ווייסט מען אז דו האסט געפליפט דעם מטבע און אנגעקומען צוריק צו א’:
ווען דו הייבסט אן ווערן שטאלץ מיט דיינע פראבלעמען...
יעצט ליין נאכאמאל דעם ערשטן שטאפל, און זע ווי דו שטייסט נאכאמאל דארט... ביסט צוריק א מושלם, ביז דו אנערקענסט וכו' וגו', און אזוי דרייט זיך א רעדל.
ודוק.
עניני דיומא... ע"ע נפשי - חולת..