הרה"ג רבי נחום וויידענפעלד ז"ל, אב"ד דאמברובא - ב’ כסליו ת”ש

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

הרה"ג רבי נחום וויידענפעלד ז"ל, אב"ד דאמברובא - ב’ כסליו ת”ש

פאוסט דורך מירון »

א תשובה וואס רבי נחום האט געשיקט אין שווערע הלכה'דיגע שאלות בענין שמיטה צו רבי ישעי' הלוי הוראוויץ פון די צפת'ער רבנים.
פיילס
69.jpg
69.jpg (38.89 KiB) געזען געווארן 321 מאל
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

הגה"ק ר' נחום וויינפעלד אבד"ק דאמבראווא זי"ע הי"ד, בעמח"ס חזון נחום - ב' כסלו ת"ש

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

הגאון הקדוש ר' נחום וויידענפעלד זצ"ל איז געווען א זון פונעם גאון וקדוש ר' יעקילע הורימלובער זצ"ל דער כוכב מיעקב און עלטערער ברודער פונעם גאון וקדוש דער טשעבינער רב זצ"ל דער דובב מישרים.
ער איז אומגעקומען אין קריג און ליגט אינעם אוהל פון הייליגן שינאווער רב זצ"ל. איבער זיין פטירה ווערט דערציילט אן אינטרעסאנטע מעשה וועגן א פסק זיינעם אויף קדושת תפילין, אז איינער האט אים אנגעפרעגט צו א חולה רח"ל וואס מ'דארף פארברענען אלע חפיצים וואס ער האט געניצט צוליב דעם אז זיין מחלה זאל זיך חלילה נישט פארשרייטן, צו ער מעג לייגן תפילין, ווייל ער איז דערמיט גורם אז מ'זאל דאס דארפן שפעטער פארברענען ח"ו. אנדערע רבנים האבן געהאלטן אז ער זאל יא לייגן תפילין, און וואס עס וועט זיין שפעטער איז בהדי כבשא דרחמנא למה לך, אבער דער דאמבראווער רב זצ"ל האט געהאלטן אז ער זאל נישט לייגן קיין תפילין, ווייל עס זאל חלילה נישט צוקומען צו קיין בזיון הקודש. פארציילט מען אז בשעת די נאציס ימש"ו האבן אים געטראפן האט ער אנגעהאט תפילין, אדער בלויז געהאלטן תפילין אין זיינע הענט, האבן זיי אים דאס צוגענומען און אראפגעשליידערט אויפן ערד, האט ער דאס אויפגעהויבן, האבן זיי דאס ווידער צוגענומען און אראפגעווארן, און ער ווייטער האט זיך אראפגעבויגן און עס אויפגעהויבן, אזוי עטליכע מאל, האבן זיי זיך גענומען שיסן אויף אים, און ער האט געהויבן פיס און זיך גענומען לויפן אזוי געשאסענעהייט רח"ל, ביז קיין שינאווא. דארט איז ער נעבעך נסתלק געווארן צוליב זיין מסירות נפש פאר קדושת תפילין וואס האט אים אזוי געברענט.
אין שינאווא האבן ישראל קדושים זיך געפארעט מיט זיין טהרה און אים מקבר געווען סמוך צום ציון פון הייליגן שינאווער רב זצ"ל. נאכן קריג וען מ'האט איבערגעבויעט די אוהל אין שינאווא האט מען שוין אריינגענומען זיין מקום קבורה אינעם אוהל, און געלייגט א טאוועל אז דארט ליגט אויך דער דאמבראווער רב זצ"ל.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

Re: הגה"ק ר' נחום וויינפעלד אבד"ק דאמבראווא זי"ע הי"ד - בעמח"ס חזון נחום - ב' כסלו ת"ש

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

הגה"ק בעל חזון נחום מיט אחיו הגה"ק בעל כוכב מיעקב
פיילס
חזון נחום.jpg
חזון נחום.jpg (26.86 KiB) געזען געווארן 303 מאל
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

Re: הגה"ק ר' נחום וויינפעלד אבד"ק דאמבראווא זי"ע הי"ד - בעמח"ס חזון נחום - ב' כסלו ת"ש

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

די טאוול אינעם אוהל פונעם הייליגן שינאווער רב זי"ע.
פיילס
אוהל שינאווא.JPG
אוהל שינאווא.JPG (25.61 KiB) געזען געווארן 303 מאל
מציבת חזון נחום.JPG
מציבת חזון נחום.JPG (20.78 KiB) געזען געווארן 303 מאל
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 512

Re: הגה"ק ר' נחום וויינפעלד אבד"ק דאמבראווא זי"ע הי"ד, בעמח"ס חזון נחום - ב' כסלו ת"ש

פאוסט דורך צייטווייליג »

ייש”כ גדול הרב @מירון און הרב @אלטערנעסייד פארקינג. ווי איר זעהט האבעך צוזאמענגעשטעלט אייערע ביידע טעמעס ובא זה ולמד על זה, מרעד מיר דאך דא פונעם זעלבן גאון וצדיק זי”ע.

אייער איבערמידליכע ארבעט איז עפרישיעיטעט, איר בארייכערט אונזערע ידועות. ייש”כ גדול!
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

Re: הגה"ק ר' נחום וויינפעלד אבד"ק דאמבראווא זי"ע הי"ד, בעמח"ס חזון נחום - ב' כסלו ת"ש

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

צייטווייליג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 5:44 am ייש”כ גדול הרב @מירון און הרב @אלטערנעסייד פארקינג. ווי איר זעהט האבעך צוזאמענגעשטעלט אייערע ביידע טעמעס ובא זה ולמד על זה, מרעד מיר דאך דא פונעם זעלבן גאון וצדיק זי”ע.

אייער איבערמידליכע ארבעט איז עפרישיעיטעט, איר בארייכערט אונזערע ידועות. ייש”כ גדול!
@מירון ביטע טויש די קעפל צו ווי אזוי איך האב עס געשריבן ש'כח!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

Re: הגה"ק ר' נחום וויינפעלד אבד"ק דאמבראווא זי"ע הי"ד, בעמח"ס חזון נחום - ב' כסלו ת"ש

פאוסט דורך מירון »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:25 pm
צייטווייליג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 5:44 am ייש”כ גדול הרב @מירון און הרב @אלטערנעסייד פארקינג. ווי איר זעהט האבעך צוזאמענגעשטעלט אייערע ביידע טעמעס ובא זה ולמד על זה, מרעד מיר דאך דא פונעם זעלבן גאון וצדיק זי”ע.

אייער איבערמידליכע ארבעט איז עפרישיעיטעט, איר בארייכערט אונזערע ידועות. ייש”כ גדול!
@מירון ביטע טויש די קעפל צו ווי אזוי איך האב עס געשריבן ש'כח!
אויב טויש איך צו אייער קעפל ווי איר האט דאס געשריבן, מוז מיין הערכה אויך אראפקומען, ס'קען נישט גיין צוזאמען.

סיבה 1) מיר שרייבן קעפלעך דאס מערסטע בקיצור - א קעפל שרייבט מען נישט א גאנצע דרשה

סיבה 2) מיר שרייבן ארויס קלאר דאס ווארט "רבי" און נישט בקיצור ר' - דאס איז שלא לפי כבודם פון די צדיקים, לענ"ד. איר האט רעכט צו קריגן דערויף.

סיבה 3) והוא העיקר איך בין זייער מקפיד וואס איך שרייב מפני כבוד הצדיקים נ"ע שא"א לפורטם וכבוד אלקים הסתר דבר. אז איר ווילט מאכן אן אשכול דאן קענט איר שרייבן וואס איר ווילט, אבער אונטער מיין נאמען (ניק) זענען ווערטער זייער מדויק.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2663

Re: הגה"ק ר' נחום וויינפעלד אבד"ק דאמבראווא זי"ע הי"ד, בעמח"ס חזון נחום - ב' כסלו ת"ש

פאוסט דורך נקודות טובות »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 1:20 am הגאון הקדוש ר' נחום וויידענפעלד זצ"ל איז געווען א זון פונעם גאון וקדוש ר' יעקילע הורימלובער זצ"ל דער כוכב מיעקב און עלטערער ברודער פונעם גאון וקדוש דער טשעבינער רב זצ"ל דער דובב מישרים.
ער איז אומגעקומען אין קריג און ליגט אינעם אוהל פון הייליגן שינאווער רב זצ"ל. איבער זיין פטירה ווערט דערציילט אן אינטרעסאנטע מעשה וועגן א פסק זיינעם אויף קדושת תפילין, אז איינער האט אים אנגעפרעגט צו א חולה רח"ל וואס מ'דארף פארברענען אלע חפיצים וואס ער האט געניצט צוליב דעם אז זיין מחלה זאל זיך חלילה נישט פארשרייטן, צו ער מעג לייגן תפילין, ווייל ער איז דערמיט גורם אז מ'זאל דאס דארפן שפעטער פארברענען ח"ו. אנדערע רבנים האבן געהאלטן אז ער זאל יא לייגן תפילין, און וואס עס וועט זיין שפעטער איז בהדי כבשא דרחמנא למה לך, אבער דער דאמבראווער רב זצ"ל האט געהאלטן אז ער זאל נישט לייגן קיין תפילין, ווייל עס זאל חלילה נישט צוקומען צו קיין בזיון הקודש. פארציילט מען אז בשעת די נאציס ימש"ו האבן אים געטראפן האט ער אנגעהאט תפילין, אדער בלויז געהאלטן תפילין אין זיינע הענט, האבן זיי אים דאס צוגענומען און אראפגעשליידערט אויפן ערד, האט ער דאס אויפגעהויבן, האבן זיי דאס ווידער צוגענומען און אראפגעווארן, און ער ווייטער האט זיך אראפגעבויגן און עס אויפגעהויבן, אזוי עטליכע מאל, האבן זיי זיך גענומען שיסן אויף אים, און ער האט געהויבן פיס און זיך גענומען לויפן אזוי געשאסענעהייט רח"ל, ביז קיין שינאווא. דארט איז ער נעבעך נסתלק געווארן צוליב זיין מסירות נפש פאר קדושת תפילין וואס האט אים אזוי געברענט.
אין שינאווא האבן ישראל קדושים זיך געפארעט מיט זיין טהרה און אים מקבר געווען סמוך צום ציון פון הייליגן שינאווער רב זצ"ל. נאכן קריג וען מ'האט איבערגעבויעט די אוהל אין שינאווא האט מען שוין אריינגענומען זיין מקום קבורה אינעם אוהל, און געלייגט א טאוועל אז דארט ליגט אויך דער דאמבראווער רב זצ"ל.
אין שר התורה ברענגען זיי אז דער טשעבינער רב האט פארציילט פאר ר' משולם ראטה (גאב''ד טשערנאוויץ, און איז געווען איינער פון די חולקים אויף ר' נחום בנוגע די שאלה איבער תפילין) אז זיין ברודער ר' נחום איז אוועק פון עגמת נפש ווען ער האט געזעהן ווי מען ווארפט אראפ די תפילין אויף דער ערד. שטייט נישט דארט אז ער איז געשאסען געווארן. נאר אז זיי האבן אים געשלאגען, און אראפגעווארפען די תפילין און פון עגמת נפש איז ער אוועק.

האט טשעבינער רב אויסגעפירט פאר ר' משולם, אז ווען די פוסקים המתירים וואלטען ווען געזעהן ווי אזוי מיין ברודער איז דערציטערט געווארן ווען מען האט מבזה געווען די תפילין, וואלט זיי אויף אים נישט חולק געווען!
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
שרייב פאוסט