פרשן הפרשה, וועכנטליכע געדאנקל אויפן פרשה

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 572

פרשן הפרשה, וועכנטליכע געדאנקל אויפן פרשה

פאוסט דורך העלדיש »

פרשת חיי שרה - אלעס איז גוט...




די וועלט איז נאך געשפאנט מיט די דראמע וועלכע קומט פאר אין די מיטל מזרח ווי כאמאס האלט איבער צוויי הונדערט משכונות פארכאפט ביי זיך אין די קעלערן, די מדינת ישראל טרופן דרייען זיך שוין אין הארץ פון עזה סיטי ווי זיי פירן העפטיגער שלאכטן מיט די בייזוויליגער טעראריסטן און דאס געבט נאר צו צו דער פחד און אנגסט פון די פארכאפטע אויב מען וועט זיי נאך באווייזן צו באפרייען. לאמיר זיך אביסל באקענען מיט די סאמע ערשטע משכון וועלכע איז פארכאפט געווארן דורך די שמוציגע אראבער, זי איז נישט פון קיבוץ בארי, און אויך נישט פון די מוזיקאלישע צוזאמקום וועלכע כאמאס האט אטאקירט, און פאקט איז זי נישט פארכאפט געווארן דורך כאמאס, נאר דורך עגיפטן, זי איז פארכאפט געווארן ביים זיך פראבירן אריבערצושווערצן די מצרישע גרעניץ. נישט אקטאובער 7, אביסל פארדעם. זי הייסט שרה, שרה אימנו…

הווווו משוגע פאני… (יש אומרים שכאן צריך לצחוק)

די וואכעדיגע סדרה הייבט זיך אן מיט די פטירה פון שרה. רש''י זאגט אויף שניי חיי שרה - כולם שווין לטובה; די גאנצע לעבן און שאפן פון שרה איז געווען גלייך אין גוטסקייט. די קשיה איז זעלבסט פארשטענדליך. אויב כאפט מען נאר אן אויבערפלעכליכן בליק אויף שרה אמינו'ס לעבן זעט מען אז זי איז פיל מיט שוועריקייטן און מאטערנישן.

אנגעהויבן פון דעם וואס זי איז געווען קינדערלאז פאר לאנגע יארן, די טייערסטע דאקטורים אינאיינעם מיט די הילף פון בוני עולם האבן איר נישט געקענט העלפן. דערנאך האט זי געהאט צו טון מיט איר דינסט וועלכע האט איר גערודפ'ט און אנגעדרייעט שלום בית 'אישוס', דאן איז זי פארכאפט געווארן אלץ משכון דורך די שווארצע מצרים, דערנאך א צווייטע מאל. שרה איז נעבך געלאפן פון איין פלאץ צום צווייטן און נישט געפינען קיין מנוחה אין ערגעץ.

וועלכע חלק פון איר לעבן איז איר אזוי גוט געווען? איך וואלט ליבערשט געזאגט אז כולם שוה צו דאס פארקערטע פון גוט…ח"ו. ווען זי לעבט ווען היינט צוטאגס וואלט זי מסתם ארויסגעגעבן א גאנצע בוך איבער איר שווערע לעבן, עכ''פ וואלט זי פארפאסט לידער.

איז וואס איז טאקע פשט?

צום הייליגן מגיד פון מעזריטש איז אמאל געקומען א איד און זיך געפערליך אויסגערעדט, רבי, האט דער איד געקרעכצעט בשעת'ן אנלאדענען די רבי'ס טישל מיט זיין שווערע קערפער, מיין לעבן גייט מיר שווער, מיינע קינדער פארפירן אז זיי ווילן נישט גיין שלאפן הונגעריג און איך האב נישט קיין ברויט זיי צו געבן, אפגערעדט פון בשר צו וועלכע איך גליסט גאר שטארק. מיין ווייב איז מיר נישט געזונט, און מיין קוה געבט נישט קיין מילך. אלעס גייט מיר שלעכט. אבער צו דעם אלעם האב איך אסאך א גרעסערע פראבלעם, עפעס וואס לאזט מיר נישט קיין מנוחה פירט דער איד אויס מיט א פארטרערטע געזיכט.

די רבי ר' בער הערט אויס דעם איד מיט הארץ און געפיל און פרעגט אים מיט קענטליכע מיטלייד, וואס איז דאס וואס לאזט דיר ממש נישט קיין מנוחה? דער איד האט זיך נישט געקענט באהערשן און האט אויסגעפלאצט פון פריש אין א יאמערליכע געוויין אזש ער האט נישט געקענט קומען צום ווארט. נאך עטליכע לאנגע מינוטן האט דער איד פארגעזעצט, רבי איך האב 'גילטי פילינגס', איך שפיר מיך זייער שלעכט. פארוואס? פרעגט די ר' בער פון דעם איד, דער איד ענטפערט: רבי, איך האב געלערנט אז אונזער חכמים זאגן אונז ''כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרע', מען ברויך לויבן דעם באשעפער אויף שלעכטס פונקט אזוי ווי מען לויבט אויף גוטס, ווי איז דאס שייך? איך קען דאס נישט באווייזן! איך שפיר מיך ווי א שגץ האט דער צובראכענעם אידל אויסגעפירט בשעת ווען א פרישע כוואליע פון ברויזענדע טרערן פליסן אראפ זיינע באקן.

ר' איד, דארפסט זיך נישט זארגן, פאר אריבער צום דערנעבנדיגע שטעטל און גיי אריין אין די שטאטישע שוהל, וועסט דארטן טרעפן מיינס א תלמיד, ר' זושא הייסט ער, זאלסט אים פארציילן וואס האסט מיר געזאגט.

דער איד איז גראד אריבער געלאפן צום שוהל און האט טאקע געפינען דארטן ר' זושא זיצן. מען האט נישט געברויכט האבן קיין מייקראסקופ צו אנעליזירן די סיטואציע, דער איד האט גלייך באמערקט אז דא זיצט א עני שבעניים אפגעשליסן מיט צוריסענע קליידער, ממש פון די ביכער. דער איד גייט צו צו ר' זושא און פרעגט אים זיין הארבע שאלה וועלכע עגבערט אים שוין פאר א לענגערע וויילע.
ר' זושא קוקט אים אן און ענטפערט אים; ר' איד, איך פארשטיי דיין קשיה, אבער איך קען דיר דאס נישט ענטפערן. פארוואס, פרעגט דער איד אן אנטוישטער? ''ווייל איך האב נאך נישט געהאט קיין שלעכטס אין מיין לעבן''…

ווען איך האב געהערט די מעשה האב איך געטראכט צו מיר, זייער א שיינע מעשה, אבער… וואס איז טאקע די תירוץ? ווי זאגט די וועלט 'טו ראנגס דאונט מעיק וואן רייט'. רוב אידן זענען נישט אויף די מדריגה פון ר' זושא וועלכע האט נישט געשפירט קיין שלעכטס אויף די וועלט טראצדעם וואס ער איז געווען אין א שווערע לאגע עכ''פ פון א גשמיות'דיגע שטאנדפונקט. איז יעצט האבן מיר צוויי קשיות.

איך האב אמאל געהערט פון המגיד המפורסם ר' אברהם מרדכי מלאך ווי ער איז מסביר די חילוק צווישן 'טוב' און 'נעים', ער זאגט אז נעים טייטש געשמאק, אזוי ווי א פעטן 'באגעט' אנגעפילט מיט אלע תאוות, ס'איז זייער געשמאק, אבער ס'איז לאו דוקא טוב- גוט, עס האט נישט די בעסטע תוצאות פאר א מענטש.

פון די צווייטע זייט לאמיר נעמען לדוגמא א אפעראציע, צו א ווארצל קאנאל אויף די ציין, אן אפעראציע און אזוי אויך כמעט יעדער פראצעדור וועלכע מען טוט פאר די געזונט איז זייער נישט געשמאק, אבער דאך איז עס טוב- גוט, ווייל גוט מיינט נישט עפעס וואס איז געשמאק פאר די מענטש, גוט מיינט עפעס וואס ברענגט א מענטש נענעטער צום ציל, און די ציל איז צו דינען דעם רבש''ע.
שרה אימנו'ס לעבן איז לאו דוקא געווען עפעס אויסטערליש געשמאק, זי האט זיך שטארק געמוטשעט, אבער דאך איז איר לעבן געווען זייער גוט, ווייל זי האט אויפגעטון וואס זי האט געדארפט! אלע אירע טעג!

און אין יעדער מצב ווי זי האט זיך נאר געפינען האט זי אלץ געטון גוט. נישט קיין אונטערשייד צו זי איז געווען ביי זיך אין געצעלט אדער ביי פרעה אין פאלאץ, כולם שווין לטובה…
אוועיטער
בעלזא
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:34 pm
x 5

Re: פרשן הפרשה, וועכנטליכע געדאנקל אויפן פרשה.

פאוסט דורך בעלזא »

PDF?
קוקט אויס גאר שיין אבער איך האב נישט קיין כוח צו ליינען אויף די קאמפיוטער
איך בין טאקע א בעלזער אבער איך פארטרעט נישט בעלזא
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1647

Re: פרשן הפרשה, וועכנטליכע געדאנקל אויפן פרשה.

פאוסט דורך ווירקליך »

זייער שיין!

יישר כח!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2391

Re: פרשן הפרשה, וועכנטליכע געדאנקל אויפן פרשה.

פאוסט דורך מירון »

ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 5:22 pm זייער שיין!

יישר כח!
שרייב פאוסט