צבי הירש מרימנוב אדער רבי הערש משרת [ווי מ'האט אים גערופן], איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן בשנת תקל"ח רבי יהודה לייב הכהן ז"ל. זיין רבי איז געווען דער גרויסער צדיק רבי מענדעלע רימנובער. ס'איז איבערגעבליבן מדבריו הקדושים אין ספר בארות המים און מבשר טוב.
ווי באקאנט איז רבי הערש געקומען פון א שטוב פון ערליכע עלטערן אבער אנשים פשוטים, אבער רבי הערש האט זיך ארויפגעדראפעט צו זיין פון די צדיקי הדור בימיו. כמעט אלע צדיקי הדור האבן זיך מכניע געווען פאר רבי הערש ז"ל. ער איז געווען א מדוכא ביסורים, ער פאר קיין שום איד נישט געזאגט, פארלוירן בחייו 14 קינדער און דריי ווייבער ל"ע.
מעשה: אמאל איז מען געקומען מזכיר זיין א חולה ל"ע צו רבי הערש מרימנוב, בינו לבינה האט דער חולה אנגעהויבן צו גוסס'ן ר"ל, האט דער צדיק באפוילן מ'זאל אריינלייגן געלט אין די פושקע פון רבי מאיר בעל הנס, און ער האט דערביי ערקלערט זיין טעם, חז"ל זאגן (גיטין כח.) : רוב גוססין למיתה. אזוי רבי מאיר איז חייש למיעוטא (יבמות קיט.), האב איך געהייסן אריינלייגן אין זיין פושקע. (שיחת חולין של ת"ח החדש, פרק י' אות ו').
מדבריו הקדושים: אין זיין הייליג ספר 'בארות המים' אויף סוכות (ד"ה חסידים), ברענגט ער א פשט אין די באקאנטע משנה אין ברכות (ל:), "חסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת ומתפללין כדי שיכוונו לבם לאביהם שבשמים", זיי האבן געדאווענט און געבעטן דעם אדון הכל אז ווען זיי דאווענען זאלן זיי קענען דאוונען מיט די ריכטיגע כוונה, ווי עס באדארף צו זיין.
מנוחתו כבוד בעיר רימנוב. זכותו הגדול יגן עלינו
רבי הערש הכהן מרימנוב ז"ל - ל’ חשון תר”ז
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי הערש הכהן מרימנוב ז"ל - ל’ חשון תר”ז
פון גליון מגנזי המלך
דער רבי ר' הערש איז נסתלק געווארן ל' חשון. נישט יעדעס יאר איז חשון מלא, אין א יאר וואס ס'איז נישטא קיין ל' לחודש, איז א טייל האלטן א טאג שפטער. ס'איז דא וואס מאכן א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, ביי סתם א מענטש איז עס א פורעניות, איז מען נישט מקדים א פורעניות, ביי א צדיק איז עס א הילולא, זאגט מען פארקערט.
אבער ס'איז דא וואס זאגן אז האלטן א יארצייט איז א כפרה, ס'איז נישט קיין פורעניות, ממילא האלט מען פריער ווייל ס'איז א טובה פאר די נשמה, דער חתם סופר זאגט (שו"ת חת"ס סי' קס"ב) ביי א ספק מאך עס פריער, ס'קען נישט שאדן, אזוי נעמט ער אן. דער מגן אברהם (שם ס"ק כ') מאכט א חילוק אז ס'ווענדט זיך ווי אזוי די ערשטע יאר איז אויסגעקומען, אויב די ערשטע יאר איז א חסר בלייבט עס כ"ט, און אויב די ערשטע יאר איז א מלא בלייבט די יארצייט א'.
דער רבי ר' הערש איז געווען א תלמיד פונעם רבי ר' מענדל'ע פון רימאנוב. מ'זאגט נאך אז מ'האט געוואוסט אז ווער ס'איז געגאנגען נאך רבי משה פשעווארסקער אין מקוה האט באקומען מדריגות, ווען דער רבי ר' הערש האט דאס געהערט - ער איז נאך געווען א בחור - און דער גאנצער עולם האט זיך אויסגעטוהן אריינצוגיין נאך איהם אין מקוה, האט דער רבי ר' הערש נישט געווארט, נאר ער איז אריינגעשפרינגען מיט די קליידער... נאכדעם איז ער געווארן א נייער מענטש, און ער איז איהם נאכגעלאפן, האט איהם רבי משה געזאגט אז ער זאל גיין קיין רימאנוב.
אזוי איז ער טאקע אנגעקומען קיין רימאנוב און ער איז געווארן דער משמש בקודש פונעם ר"ר מענדעלע. דער רבי ר' הערש איז געווען א כהן, און מ'האט אים גערופן 'רבי הערש כהן משרת'. גלייך ווען ער איז אנגעקומען צו דעם ר"ר מענדעל'ע און ער האט געזעהן זיין לעכטיגע צורה, האט אים ארום גענומען א גרויסער התלהבות ס'איז אריין אין אים אן התרוממות דקדושה, און ער האט באקומען א געוואלדיגע תשוקה צו משמש זיין דעם רבי ר' מענדעל'ע, איז ער צוגעגאנגען צום דעם משמש און ער האט אים געבעטן אז ער וויל אים העלפן אין די שווערע ארבעט פון שטוב, צו ברענגען די וואסער פאר'ן רבי'ן, אמאל האט מען געדארפט ברענגען וואסער פונעם ברונעם, אזוי האט ער פראבירט מים וואס ער האט געקענט משמש זיין דעם ר"ר מענדעלע.
ס'איז געווען דארט איינער וואס פלעגט הייצן די האלץ, האט אים דער רבי ר' הערש אויך געבעטן ער זאל אים לאזן הייצן דעם אויוון, ער האט אים קודם געגעבן צו הייצן די אויוון פונעם הויז, שפעטער האט אים דער רבי ר' הערש געמוטשעט אז ער וויל אויך אנהייצן דעם רבי ר' מענדעלע'ס שטוב, און ער האט אים טאקע געלאזט.
דער רבי ר' הערש האט עס געטוהן מיט א געוואלדיגע התלהבות, ער הייצט אן דעם אויוון פאר'ן צדיק, אזוי איז געווען אפאר מאל. נאכדעם האט ער געמוטשעט דעם גבאי ער זאל אים לאזן טוהן נאך עפעס, ביז ער האט באקומען א תשוקה אנצוגרייטן דעם רבי'ןס בעט, וואס דאס איז געווען א גרויסע עבודה וואס נאר די בני עליה האהן דאס געמעגט צו טוהן. האט ער געמוטשעט די ממונה אויף דעם אז ער זאל אים לאזן אנגרייטן דעם רבי'ןס בעט, יענער האט אבער נישט געוואלט, עס איז געווען א ספעציעלע סדר און נאר די חשובע מענטשן האבן דאס געקענט טוהן.
ביז איינמאל האט זיך געמאכט אז דער ממונה האט געמוזט אוועק גיין און ער האט נישט געקענט אנגרייטן די בעט, האט ער געזוכט איינער וואס זאל אים איבער נעמען, האט זיך דער רבי ר' הערש צוגעכאפט צו דעם און אים געבעטן אז ער זאל אים לאזן אנגרייטן דעם רבי'ןס בעט, ער האט אים קודם נישט געלאזט ווייל דער רבי ר' הערש האט דאך אנגעשטעלט א פנים פון א פשוט'ע מענטש, און דאס האבן דאך נאר געקענט טוהן די בני עליה, אבער דער רבי ר' הערש האט נישט נאכגעלאזט, ביז יענער האט געזעהן אז ער וויל אזוי שטארק האט ער אים געלאזט אנגרייטן די בעט.
ער האט טאקע אנגעגרייט די בעט מט גרויס התלהבות און שמחה, צומארגנס האט דער רבי ר' מענדעל'ע געלאזט רופן די ממונה און האט געפרעגט אים "ווער האט נעכטן אנגעגרייט די בעט?", יענער האט זיך זייער דערשראקן, ווייל ער האט געמיינט אז די רבי איז נישט געווען צופרידן, האט ער זיך אנגעהויבן צו פארענטפערן אז ער האט געמוזט אוועק גיין אין דער 'הערש' האט אים געמוטשעט, האט זיך דער רבי ר' מענדעלע אנגערופן "איך וויל אז ער זאל יעדן טאג אנגרייטן די בעט, ווייל ער גרייט אן מיט הארץ...", אזוי האט ער ממשיך געווען מיט די עבודת הקודש מער און מער, ביז ער איז געווארן דער עמטליכער גבאי.
דער רבי ר' מענדל'ע האט געזאגט אז אזוי ווי דער אר"י הק' איז געקומען אויף דעם עולם וועגן זיין תלמיד רבי חיים וויטאל, אזוי איז ער אויך געקומען נאר וועגן זיין תלמיד דער רבי ר' הערש. דער רבי ר' מענדל'ע האט געזאגט אז נאך זיין הסתלקות זאל דער רבי ר' הערש ער זאל איבער נעמען, אפילו ער האט געהאט הייליגע קינדער דאך האט ער געזאגט אז דער רבי ר' הערש זאל איבער נעמען. ווען רבי ר' מענדל'ע איז נסתלק געווארן (ביום י"ט אייר תקע"ה) האט ער נישט געוואלט איבער נעמען, און די קינדער האבן אויך נישט געוואלט איבער נעמען ווייל זיי האבן געהערט פונעם טאטן אז רבי ר' הערש זאל איבער נעמען, איז ער געפארן קיין ראפשיץ צום ראפשיצער רב.
צוועלעף יאר איז ער געווען אין ראפשיץ, ביז תקפ"ז (י"א אייר תקפ"ז) האט ער נישט געפירט קיין עדה, נאר ער איז געווען א נחבא אל הכלים אין ראפשיץ, ער איז נישט געווען קיין רבי פאר'ן ציבור, און א גבאי איז ער שוין אויך נישט געווען, איז ער ארום געפארן, און בעיקר איז ער געזיצן אין ראפשיץ. ערשט נאכ'ן ראפשיצער רב'ס הסתלקות איז ער נתגלה געווארן, און איז צוריק געפארן קיין רימאנוב, און האט אנגעהויבן פירן, און א גרויסער עולם איז געקומען צו פארן, אסאך צדיקים זענען געפארן צו אים.
דער דברי חיים איז אויך געפארן צום רבי ר' הערש, נאך די פטירה פונעם ראפשיצער רב איז ער געפארן קיין זידיטשויב, און נאכ'ן עטרת צבי'ס הסתלקות איז ער געפארן קיין רימינוב צום רבי ר' הערש.
איינמאל איז געווען ווען דער דברי חיים איז געפארן צום רבי ר' הערש - דער דברי חיים איז דאך באוואוסט פאר א גרויסער תלמיד חכם און גרויסער גאון, און רבי ר' הערש איז נישט אזוי מפורסם געווען מיט זיין גדלות בתורה - האט אים איינער געטראפן אונטערוועגנ'ס און ער האט אים פרובירט אפצוהאלטן צו פארן צום רבי ר' הערש, ער האט גע'טענה'ט אז עס פאסט נישט אז אזא תלמיד חכם זאל פארן צו א רבי'ן, האט אים דער דברי חיים געענטפערט "עס זענען דא צוויי בערג וואס איז פארהייליגט ביי כלל ישראל, עס איז דא דער 'בארג סיני' וואו דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה פאר כלל ישראל, און עס איז דא דער 'הר המוריה' וואו אברהם אבינו האט געברענגט יצחק צו די עקידה, און דער אויבערשטער האט געבויט דאס בית המקדש אויפ'ן הר המוריה, פארוואס האט ער נישט געהייסן בויען די בית המקדש אויפ'ן בארג סיני, אלא מאי זעהט מען אז דארט וואו א איד שטרעקט זיך אויס זיין האלדז אין איז גרייט זיך צו לאזן שחט'ן פאר'ן אויבערשטענס וועגן, דאס איז אסאך א גרעסערע בחינה ווי די בארג סיני וואו דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה פאר כלל ישראל", האט דער דברי חיים אויסגעפירט אז דער רבי ר' הערש איז גרייט יעדע רגע זיך צו לאזן שחט'ן פאר'ן אויבערשטן'ס וועגן".
דער ייטב לב איז אויך געפארן צום רבי'ן ר' הערש, ער האט געזאגט אויף אים, "א אש להבה דער הייליגער רבי ר' הערש". אין ייטב לב פרשת בלק ברענגט ער אראפ א מימרא משמו. ער ברענגט א טייטשט אויפן פסוק "תערוך לפני שולחן נגד צוררי".
דער שינאווער רב איז אויך געווען א תלמיד פון רבי'ן ר' הערש. ער ברענגט אים אראפ אין דברי יחזקאל (פר' נשא) 'שמעתי פה קדוש מדבר מורי' דער רבי ר' הערש.
_
ווען דער רבי ר' הערש איז נאך געווען אין ראפשיץ איז ער אמאל געזיצן אין די פאדער-צימער ביים ראפשיצער רב, און א איד איז געקומען זיך געזעגענען מיט א קוויטל ביים ראפשיצער רב - דער גבאי איז פונקט נישט געווען - האט ער געבעטן פאר'ן רבי ר' הערש וואס איז געזיצן אינדרויסן זאל אים שרייבן דאס קוויטל, און ער האט אים געשריבן א קוויטל.
האט דער רבי ר' הערש אים געזאגט, אז דו וועסט מיר געבן כך וכך רייניש - א גרויסע סומע - וועט איר האבן א ישועה. ער קוקט אים אזוי אן... ווי אזוי א שטוב מענטש בעט אזא גרויסע סומע געלט. דער איד איז שפעטער אריין צום ראפשיצער רב און זיך געזעגנט, און ער האט זיך געהאלטן פאר א איש נכבד, און א אדם חשוב, זאגט ער, 'איך וויל זאגן פאר'ן רבי'ן אז אין גבאי שטוב זאגט מיר איינער, אז אויב איך וויל האבן א ישועה, זאל איך אים געבן א גרויסע סומע געלט', פרעגט אים דער ראפשיצער רב, ווער איז געווען ווער ס'האט דיר געבעטן?, דער איד האט נישט געוואוסט די גדלות פונעם רבי ר' הערש, האט ער אים אנגערופן ביים נאמען, האט דער ראפשיצער רב אים געזאגט 'אזוי? ער האט דיר אזוי געזאגט? זאלסט וויסן אז דו ווילסט האבן א ישועה, זאלסטו שוין זאפארט גיין און אים געבן, האט דער איד געמוזט ארויס גיין און געבן פאר רבי ר' הערש וויפיל ער האט געבעטן.
_
דער רבי ר' הערש איז געווען א גרויסער בעל צדקה, ער איז געווען דער ערשטער רבי וואס האט זיך אויסגעבעטן געלט און אזוי האט ער צוגעזאגט ישועות. נישט אלע צדיקים בימיו האבן צו דעם מסכים געווען ער האט ממש געריסן גרויס אבער ער האט אלעס באלד געלט. אויסגעטיילט פאר צדקה. מ'האט געזאגט אויפן רבי'ן ר' הערש אז ס'האט נישט גענעכטיגט ביי אים קיין פרוטה, ער האט אלעס אוועק געגעבן פאר צדקה. דער דברי חיים האט געזאגט אז ער איז מקנא דעם רבי ר' הערש, ווייל ווילאנג ער האט געהאט, האט ער אויסגעטיילט, אז נישט נישט, ער איז געווען פטור, 'אבער איך - האט געזאגט דער דברי חיים אויף זיך - אז איך האב שוין נישט וואס צו טיילן, ווען מ'בעט צדקה רייסט עס פון מיר שטיקער'.
_
אין אונגוואר איז געווען רב דער מהר"ם א"ש, ער איז טאקע נישט געווען קיין חסיד, אבער אויך נישט קיין מתנגד, אונגוואר איז נישט ווייט פון אוהעל, ער איז זייער נאנט געווען מיטן זיידן ז"ל דער ישמח משה, אזוי אז ער איז נישט געווען אזא קעגנער צו חסידים.
דער רבי ר' הערש איז געווען אין די באד אין סאבראנץ וואס איז נעבן אונגוואר, איז ער קודם געווען אין אונגאוואר, און ער איז געגאנגען באזוכן דעם מהר"ם א"ש, דער מהר"ם א"ש איז דאך געווען א אשכנז'ישער רב - א תלמיד פון חתם סופר, און האט נישט געקענט קיין רבי'ס תלמידי בעש"ט - האט ער געפרעגט דעם רבי'ן ר' הערש, אויב ער קען לערנען, זאגט ער בענוותנותו 'משניות קען איך', פרעגט ער 'און וואס קענט איר אין משניות?, לאזט מיר הערן עפעס א חידוש אין משניות!', האט דער רבי ר' הערש אים געזאגט די משנה 'אין בין שבת ליום טוב אלא אוכל נפש בלבד', [הכוונה] ס'שטייט אין זוהר הקדוש (יתרו דף פ"ח:) תא חזי וואס איז דער חילוק צווישן שבת און יום טוב, אז יום טוב טאר מען נישט עסן אליינס, מ'מוז האבן אורחים, און אויב עסט מען אליינס ברענגט דער זוהר הק' א פסוק (מלאכי ב, ג) אז דער אויבערשטער זאגט איך האב נישט ליב ענקער גאנצע יום טוב, אבער שבת מעג מען יא עסן אליינס, אן קיין אורחים, אזוי שטייט אין זוהר הקדוש.
האט ער געטייטשט 'אין בין שבת ליום טוב', דער חילוק צווישן שבת, אלא אוכל נפש 'בלבד', אז שבת מעג מען עסן אליינס אן א אורח, און יום טוב נישט, אזוי האט דער רבי ר' הערש געטייטש די משנה, און דער מהר"ם א"ש איז געווארן מלא התפעלות, אזא טייטש אין די משנה.
דער מהר"ם א"ש האט אים דעמאלטס געפרעגט, וואס איז פשט אז ער בעט געלט? האט אים דער רבי ר' הערש געענטפערט, דא קומט א איד ער האט נישט קיין געלט אויף חתונה צו מאכן, ווי אזוי קען איך אים העלפן, און דא קומט א איד אז ער דארף א ישועה, ווי אזוי קען איך אים געבן א ישועה, נאר איך בעט פון אים אסאך געלט און כ'גיב עס פאר יענעם ער זאל קענען חתונה מאכן, און כ'בין מתפלל צו השי"ת, אז אין דעם זכות זאל דער איד געהאלפן ווערן. דער מהר"ם האט געהערט דעם תירוץ, און ס'איז אים זייער געפעלן. און ביים ארויס גיין האט ער זיך אראפ געבויגן און געבעטן א ברכה פונעם רבי'ן ר' הערש וואס איז געווען א כהן, אז ער זאל אים בענטשן בברכת כהנים.
__
אין בערעגסאז איז געווען אזא מעשה, מ'האט דארט געבויט א מקוה - אין אונגארין אין יענע געגנט זענען אלע מקוואות געווען פון מעיינות, און אין סיגוט אויך, ס'איז נישט געווען קיין מי גשמים מקוה, אין אויבערלאנד איז יא געווען, אבער אין אונטערלאנד איז נישט געווען אזוי, נאר מ'האט געגראבן און מ'האט געטראפן וואסער - אין בערגעסאז האבן זיי אויך געגראבן צו טרעפן א קוואל, און ס'איז נישט געווען קיין וואסער, האט די בערעגסאז'ער קהילה געשיקט מזכיר זיין ביין רבי'ן ר' הערש אז ס'זאל זיין וואסער, דער שליח האט מזכיר געווען אז ער איז א שליח פון די בערעגסאזער קהילה, און זיי גראבן און זיי האבן נישט קיין וואסער, האט דער רבי ר' הערש געזאגט, אז קהל וועט געבן דריי הונדערט רייניש וועט זיין וואסער.
דריי הונדערט רייניש איז געווען אסאך געלט, האט איינער געזאגט מ'זאל גיין צום ישמח משה אפשר וועט עס זיין ביליגער... האבן זיי געשיקט א קוויטל צום ישמח משה מיט א פדיון פון צעהן רייניש, און געבעטן זיי זאלן האבן וואסער, האט ער זיי געגעבן א קמיע, זיי האבן אריינגעווארפן די קמיע אין גרוב, און עס איז געקומען וואסער.
דער רבי ר' הערש האט געווארט אז די בערעגסאזער קהל זאל ברענגען די דריי הונדערט רייניש - ער האט געהאט א חשבון וואס ער וועט טוהן מיט די געלט, ער איז דאך געווען א גרויסער בעל צדקה - אבער זיי זענען דאך נישט צוריק געקומען, האט ער זיך נאכגעפרעגט פארוואס זיי קומען נישט, האט עמיצער געזאגט אז זיי זענען אוועק געפארן קיין אוהעל צום ישמח משה, האט ער געפרעגט וואס האט ער געטוהן? האט מען אים געענטפערט 'ער האט געגעבן א קמיע', האט זיך דער רבי ר' הערש אנגערופן, 'מיט א קמיע איז דען א קונץ צו מאכן א מקוה?, אוודאי אז מיט א קמיע קען מען מאכן א מקוה'.
ביז צו די קריג איז געווען אין בערעגסאז א קוואל מקוה. שפעטער, ממש פאר'ן קריג, איז געווען אין בערעגסאז א מחלוקה און די קהילה האט זיך אפגעטיילט, און די ערליכע האבן געמאכט פאר זיך א נייע קהילה, און אז מ'האט געמאכט א עקסטערע קהילה, האט מען געדארפט מאכן א נייע מקוה, און עס איז נישט געווען דארט א קוואל - די אלטע קהילה האט געהאט א קוואל מיטן ישמח משה'ס קמיע - האט די נייע קהילה געמאכט א מי גשמים מקוה מיט חומרות און פאטענטן בימים ההם, און דאס איז געווען די ערשטע מי גשמים מקוה אין אונטערלאנד, וואס דער ראגנער רב - רבי אשר שטיינמעטץ וואס ער איז געווען רב ביי די חסידים אין בערעגסאז - האט געמאכט, ער האט געמאכט אויף דעם א ספר מקוה ישראל (על הל' מקוואות) , ער איז געווען א איידעם ביים נאסאדער רב (הגה"ק רבי אברהם יושע פריינד ז"ל).
ס'איז באקאנט די מעשה אז דער רבי ר' הערש איז געווען ביי די חתונה פונעם זיידן ז"ל דער ייטב לב - דאס איז נאך געווען איידער ער איז נתפרסם געווארן - דער ייטב לב האט חתונה געהאט ביי זיין בר מצוה. ער איז געבוירן געווארן תקס"ח, און האט בר מצוה געהאט תקפ"א, דאס איז פונקט אין די יארן פון ווען דער רבי ר' מענדלע איז נסתלק געווארן און דער ראפשיצער רב האט נאך געלעבט.
פאר די חתונה איז געווען אן ארימע חתונה, דער מחותן דער טאלטשעווע רב איז געווען א גרויסער ארימאן, האט אים דער ישמח משה געגעבן געלט אז ער זאל דאס פארטיילן פאר די ארימעלייט, דער ישמח משה איז געזיצן ביי זיך אין שטוב, דער ישמח משה פלעגט אסאך זיצן ביי זיך אין שטוב. דארט איז געווען איינער וואס דער טאלטשעווער רב האט אים געוואלט געבן האט יענער געזאגט אז ער נעמט נישט נאר אז ער גיבט אזויפיל און אזויפיל, האט אים דער טאלטשעווער רב געזאגט אז ער קען נישט געבן אזויפיל, ער האט אים געזאגט אז ער קען אים געבן דאפעלט פון וואס ער געט פאר אן אנדערן אבער ער קען נישט געבן וויפיל ער בעט, האט ער געזאגט אז ער נעמט נישט.
איז ער אריין צום ישמח משה דערציילן וואס עס גייט פאר. האט אים דער ישמח משה געזאגט אז ער וויל זען יענעם, איז דער ישמח משה געקומען צום טיר, או ן מען האט אים געוויזן אויפן רבי ר' הערש. האט דער ישמח משה געזאגט 'גיב אים וויפיל ער בעט ס'איז דא א פלאם פייער'. דער טאלטשעוווער רב האט אים געגעבן וויפיל ער האט געבעטן, האט דער רבי ר' הערש געזאגט אז פון די זיווג זאל ארויסקומען קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט ביז משיח וועט קומען.
יארן שפעטער ווען דער טאלטשווער רב איז ארויף געפארן וואוינען אין ארץ ישראל, איז ער ארום געפארן צו אסאך צדיקים פון יענעם דור זיך געזעגענען, איידער ער איז ארויף געפארן ווייל בימים ההם האט דאס געמיינט אז מען בלייבט דארט. איז ער אויך געווען ביים רבי ר' הערש, דער רבי ר' הערש איז שוין דאן געווען א גרויסער רבי, האט דער רבי ר' הערש געפרעגט "נו! ס'האט זיך געלוינט צו געבן דאס געלט?!", און ער האט דעמאלטס כופל געווען, און נאכאמאל אנגעוואונטשן די זעלבע ברכה, אז פון דעם זיווג ועט ארויס קומען קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט ביז משיח וועט קומען.
עס זענען אמאל געזיצן די קינדער פונעם ייטב לב, און זיי האבן גערעדט אויף וועם פון די קינדער די ברכה גייט ארויף, און מ'איז געבליבן אז ער האט יעדן געמיינט, דער פעטער ז"ל האט אמאל פארציילט די מעשה, האט מען אויך ארום גערעדט וועמען ער האט געמיינט, האט ער געזאגט ער האט געמיינט א יעדן איינעם.
דער זיידע ז"ל דער ייטב לב איז געפארן צום רבי ר' הערש, נאכ'ן ישמח משה'ס הסתלקות ווען דער ייטב לב איז געווארן רב אין אוהעל, איז געווען דארט שטארקע מתנגדים אין שטאט, און זיי האבן אים אויסגעטיילט אסאך עגמת נפש, מ'האט אים געמאכט שטארקע באגרעניצונגען , ער האט נישט געטארט דאווענען פארן עמוד, און נישט דאווענען עקסטער (במנין של חסידים נוסח ספרד כמנהג זקינו מרן הישמח משה ז"ל), און נאך איז ער דעמאלטס אוועק פארשידענע זאכן, געפארן קיין רימאנוב. אזוי איז אויסגעקומען אז ער איז געווען אפאר יאר די הייליגע טעג ביים רבי'ן ר' הערש.
דער ייטב לב האט אסאך מקבל געווען אין רימאנוב, דער נוסח התפילה און נאך אסאך זאכן האט ער גענומען פון רבי'ן ר' הערש, פארשידענע ניגונים, דער רבי ר' הערש איז דאך געווען א גרויסער בעל תפילה דער ייטב לב האט האט געזאגט אז דער רבי ר' הערש האט געדאוונט שבת פאר'ן עמוד פסוקי דזמרה מיט שחרית - ער פלעגט צו דאווענען [לפני התיבה] פון אדון עולם, און נשמת האט ער אנגעהויבן מיט א הויעך קול פון אנפאנג - און דער ייטב לב האט עס שטארק מפליא געווען, און האט געזאגט אז ער וויל נישט אנהויבן אזוי ווי דער רבי ר' הערש וואס האט אנגעהויבן פון אנהייב נשמת, האט ער געמאכט אזא פשרה, און האט אנגעהויבן 'עד הנה', ער האט געזאגט 'אז עס קומט ביי 'עד הנה' קען ער זיך שוין נישט איינהאלטן...' אבער דער מקור דערפון אין פון רימאנאוו ביים רבי'ן ר' הערש.
אינטערסאנט איז דער רבי ר' מענדעלע האט געדאוונט שחרית און מוסף פאר'ן עמוד יעדע וואך, אבער דער רבי ר' הערש האט נישט געדאווענט מוסף פאר'ן עמוד, ער האט געזאגט אז ביי מוסף האט ער נישט מיטגעדאווענט מיטן רבינ'ס מנין ווייל ער האט געמוזט ארויס גיין צוגרייטן דעם טיש, ער איז דאך געווען דער משמש, איז ווען דער רבי האט געדאוונט הויכע שמונה עשרה איז ער נישט געווען אין ביהמ"ד, האט ער נישט געהערט דעם רבי'ן דאווענען מוסף. אזוי האט זיך דער רבי ר' הערש פארענטפערט, אבער ווען צדיקים האבן געזאגט תירוצים, האבן זיי געהאט אנדערע תירוצים... ומיט יעמוד בסוד קדושים.
ס'איז נאך פארבליבן דא עד היום ניגונים פון רבי ר' הערש, וואס ער האט עס גענומען פון רימנוב, דעם 'בבואו מאדום' ניגון דאס וואס מ'זינגט ביי שלש סעודות. די 'אהבה רבה' ניגון וואס מ'זינגט שבועות. און אויך דער ניגון וואס מ'זינגט אויף 'יעלה' יום הקדוש ביינאכט, דער ניגון פון 'טל' און 'גשם'. אויך דאס וואס מ'זאגט "שמע ישראל" ביי שלש סעודות. אין צאנז האט מען געזאגט נאר "ה' מלך" אן שמע ישראל. דאס האט דער זיידע דער ייטב לב גענומען פונעם רבי ר' הערש.
די גרויסע תלמידים פון רבי'ן ר' מענדעלע זענען געקומען אויף די יארצייט קיין רימנוב, און דער רבי ר' הערש איז געווען במקומו, ער איז דארט געווען. און אלע האבן געהאט גרויס דרך ארץ פאר אים. דער דברי חיים מיטן י יטב לב זענען אויך געווען אמאל אין רימאנוב אויפן יארצייט פונעם רבי ר' מענדעלע (י"ט אייר)... און דארט זענען געווען די תלמידים פון רבי'ן פון לובלין, די גרויסע חבריא, רבי שמעון יערוסלאבער, און דער ראפשיצער רב, און דער דברי חיים מיטן ייטב לב זענען נאך געווען יונגעלייט, זייענדיג דארט האט זיך איינער אנגערופן 'זאלן די צוויי יונגעלייט (הדברי חיים והייטב לב) זאלן שטעלן "מעד", וועט מען זיי אויך ארייננעמען אין די חבריא', האבן זיי געשטעלט 'מעד', און מ'האט זיי אריינגענומען אין די חבריא.
איינס פון די זאכן וואס די חבריא האט געהאט אפגעמאכט צווישן זיך, אז ווען עס קומט א זמן פאר איינעם זאל אוועק גיין פון דעם עולם, דארפן אלע נשמות פונעם עולם האמת אקעגן גיין די נשמה פון דעם וואס געזעגנט זיך יעצט פון דעם עולם, און דער ייטב לב האט געזאגט פאר'ן הסתלקות אז ער האט געמאכט דאס בעסטע געשעפט פון אלע אין די חבריא, ווייל ער איז דער לעצטער געווען פון די חבריא, און צו אים וועלן אלע קומען (כי גם מרן הדברי חיים שהי' מן הצעירים, נסתלק ביום כ"ה ניסן תרל"ו, ומרן הייטב לב נסתלק ביום ו' אלול תרמ"ג).
__
דער רבי ר' הערש האט זיך משדך געווען מיטן ווען מען האט געשלאסן די שידוך ריזשינער. האט דער ריזשינער געזאגט אז עס איז א מנהג ווען מען שליסט א שידוך רעכנט מען אויס די יחוס, האט דער ריזשינער אויסגערעכנט דעם יחוס צום מגיד (בהיותו נכד בן אחר בן להמגיד הק' ממעזריטש זי"ע), זיין עלטער זיידע איז געווען דער רבי ר' בער, זיין זון איז געווען דער מלאך, זיין זון איז געווען רבי שלום וואס איז געווען דער טאטע פונעם ריזשינער. און פון די צווייטע זייט איז ער געווען אן אייניקל פונעם מאור עינים, און רבי מאטלע איז אים געווען א פעטער.
דערנאך האט ער געבעטן דעם רבי ר' הערש זאל אויסרעכענען זיין יחוס, דער רבי ר' הערש איז נישט געווען קיין יחסן האט ער געזאגט אז זיין טאטע איז אוועק ווען ער איז געווען א קינד ער איז געבליבן א יתום האט ער זיך געלערנט צו ווערן א שניידער, ער האט זיך פארדינגען פאר א שניידער און יענער האט אים אויסגעלערנט 'אלטס צו פאררעכטן און ניי נישט צו פארדארבן'. דאס איז א טיף ווארט, האט דער ריזשינער געזאגט 'מחותן, גענוג'.
__
דער רבי ר' הערש האט ל"ע פארלוירן עטליכע קינדער בחייו. דער שינאווער רב האט געזאגט ווען ער האט פארלוירן זיין זוהן רבי נפתלי, אז ער האט נישט געקענט לערנען און דאווענען, ער האט געזאגט אז דער רבי ר' הערש פון רימאנוב האט מיטגעמאכט צער גידול בנים אן א שיעור און ער האט דאס געקענט איבערטראגן, אבער ער קען נישט, ס'האט אים אזוי געשטערט אז ער האט נישט געקענט לערנען און נישט דאווענען. האט ער געזאגט "האב איך געבעטן דעם אייבערשטן אז כ'זאל פארגעסן, ב"ה דער אייבערשטער האט געהאלפן אז כ'האב פארגעסן אז כ'האב געהאט א זוהן".
כ'האב געהערט פון טאטן ז"ל, אז ווען ס'האט פאסירט דער אומגליק ביים פעטער ז"ל, ווען ער איז געזעסן שבעה ל"ע נאך די טאכטער (הרבנית חי' רויזא ע"ה) האט ער זיך זייער שווער געקענט טרייסטן, עס איז דאך געווען די לעצטע טאכטער. ווען דער טאטע ז"ל איז אריבער געגאנגען מנחם אבל זיין, און ער האט געזעהן ווי ער קען זיך נישט טרייסטן, האט ער איהם געזאגט אז דער רבי ר' הערש האט ל"ע פארלוירן זיבעצן קינדער בחייו, און ער האט זיך דאך מחזק געווען. האט זיך דער פעטער ז"ל אנגעכאפט די בארד און געזאגט "מיך מדמה זיין צום רבי'ן ר' הערש?”
__
דער רבי ר' הערש איז געווען א כהן, ווען ער האט געדאוונט פאר'ן עמוד יום הקדוש, פלעג ער צו זאגן 'וכך הייתי אומר'.
דער רבי ר' הערש האט געפלעגט בענטשן נשים אויך האט ער זיך נוהג געווען יום הקדוש ביינאכט נאכ'ן דאווענען אהיים קומענדיג פון ביהמ"ד האט ער אנוואונטשן די נשים אויף די נייע יאר, ער האט געהאט אין דעם א גרויסן ענין.
דער רבי ר' הערש פלעגט אסאך ארום פארן נאך געלט, ער איז דאך נסתלק געווארן ווען ער איז געפארן נאך געלט, ס'איז געווען ווינטער און ער האט זיך פארקילט, און האט באקומען א לונגען אנטצינדונג און ער איז נסתלק געווארן, ס'האט אים געשאדט פאר'ן בריאות.

- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1393
Re: רבי הערש הכהן מרימנוב ז"ל - ל’ חשון תר”ז
היי יאר איז נישט דא קיין ’ל’ חשון.
- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 888
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1525
Re: רבי הערש הכהן מרימנוב ז"ל - ל’ חשון תר”ז
איך האב אמאל געהערט א מעשה אז אמאל ווען ר"ר הערש איז געווועהן זייער נישט געזונט און ער האט געדארפט גיין פון דער וועלט האט די זוהן פונעם הייליגן רבי'ן פון לובלין ר' צבי וואס האט געוואוינט אין רימנוב און ער האט געהאט די זעלבע נאמען פונעם ר"ר הערש, צבי הירש בן שפרינצא געזאגט אז ער איז גרייט צו גיין אנשטאטס דעם ר"ר העוכך הוה ר' צבי איז אוועק און ר"ר הערש איז געזונט געווארן.