רבי נפתלי ליזענסקער - כ"ה חשון תקצ"ט

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

רבי נפתלי ליזענסקער - כ"ה חשון תקצ"ט

פאוסט דורך מירון »

רבי נפתלי ליזענסקער איז געבוירן געווארן אין שנת תקכ"ה צו זיין טאטן רבי אלעזר מליזענסק ז"ל בן רבי רבי אלימלך מליזענסק זי"ע. זיינע רביס זענען געווען דער אהבת שלום מקאסוב און רבי נתפלי צבי מראפשיץ. ער האט מחבר געווען א ספר קדוש מיטן נאמען אליה שלוחה.

כאטש וואס רבי נפתלי ליזענסקער איז געווען א צדיק יסוד עולם האט ער בשום אופן נישט געוואלט אנעמען קיין רבי'סטעווע. חוץ איין טאג אין יאר, פורים. דאן האט ער משנה געווען פון זיין מנהג, ער האט זיך אנגעטוהן רבי'שע מלבושים און געפראוועט אן עולם. חסידים דערציילן אז מען האט דעם הייליגן טאג געזען ביים אים אויסערגעווענליכע זאכן, ווי אויך אפענע מופתים, אז אפילו שווערע בעלי מום ווי שטומע, הינקעדיגע און אנדערע קראנקע ל"ע זענען ביי אים געהאלפן געווארן באופן פלא.

מעשה: רבי יענקלע פון פשעווארסק (יארצייט דעם שב"ק) האט דערציילט: א איד האט אמאל א טובה געטוען פאר רבי נפתלי ליזענסקער. א צייט שפעטער האט זיך דער איד מזכיר געווען פאר אים, דער איז האט זיך אויסגעגעגאסן דאס הארץ אז ער פלעגט יארן לאנג דינגען א גאסט הויז פונעם פריץ, און איצט איז געקומען א צווייטער איד און אים משיג גבול געווען, און אויסגעדינגען די האטעל פונעם פריץ. איצט איז ער געבליבן אן קיין פרנסה. פרעגט אים רבי נפתלי, ווי אזוי הייסט דער משיג גבול. ענפערט ער: "פסח". נו, מאכט אים רבי נפתלי, "פסח איז דאך נאר אכט טאג!" דער בעל אכסניא האט זיך געוואונדערט אויף דעם אינטערסאנטן ענטפער, אבער ער האט געהאט אמונת צדיקים אז ער איז שוין א געהאלפענער.

נישט לאנג דערויף קומט איינער זאגן די בשורה אז דער פריץ האט פארשיקט דעם פסח פון גאסט הויז. ער האט אים נישט געגלויבט, ער האט געמיינט אז זיכער מ'טרייבט שפאס פון אים, אבער דער מבשר ווייזט אים פון פענסטער אן אנגעלאדענטע וואגן מיט פסח'ס הויז געזונד גרייט ארויסצופארן פון שטאט. (המעשה יש לו פרטים וקיצרנו).

בניו הקדושים:

  • רבי יעקב יצחק - רבי איציקל מזידיטשוב ז"ל, האט מען אים גערופן.
  • רבי אלעזר ז"ל
  • רבי זושא מנאדבורנא ז"ל
  • אשת רבי חיים שיף ז"ל
  • אשת רבי צבי יוסף אב"ד רודניק ז"ל
  • רבי יעקב קאפל מווישניצא ז"ל
מ'האט באהאלטן אינעם אוהל פונעם הייליגן זיידן רבי רבי רבי אלימלך מליזענסק.

זכותו יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי נפתלי ליזענסקער - כ"ה חשון תקצ"ט

פאוסט דורך מירון »

אין ליזענסק, ליידער איז די ארגינעלע מצבה נישט דא.
פיילס
נפתלי מליזענסק.JPG
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: רבי נפתלי ליזענסקער - כ"ה חשון תקצ"ט

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

פארן קריג איז אין די אוהל געוועהן צוויי שטיבער אינעם אוהל אין די גרויסע- פאדערשטע איז געליגן די הייליגע ר"ר אלימלך און אין די אנדערע זענען געליגן זיינע קינדער צוליב וואס ס'איז געוועהן אזא חרם תנאי וכדו' אז מ'גייט קיינעם נישט לייגן מיטן ר"ר אלימלך,

ווען ר' נפתלי ליזענסקער איז אוועק האט מען איהם געוואלט באגראבן אין די צווייטע שטוב אבער אריינקומענדיג האט מען געזעהן אז ס'איז נישט דא קיין פלאץ נאר א קליינטשיג פלאץ נעבן די וואנט ווי א מענטש האט נישט אריין געפיט,

האט זיך ר' אלימלך רידנוקער א נעפיו פון ר' נפתלי זיך אנגערופן צו זיינע עלטער פעטער'ס און זיידע (ר' אלעזר) אדער מאכט'ס עטס פלאץ אז מ'זאל קענען באגראבן ר' נפתלי און אז נישט וועלן אונז דארפן עובר זיין אויף די תנאי - חרם וכדו' און איהם באגראבן אין די פאדערשטע אוהל,

זיי זענען ארויס פונעם אוהל און דארט געלאזט די מיטה, און מ'האט ארויס געהערט פונעם אוהל א שטארקע רעש, און אריינקומענדיג צוריק אין אוהל איין מאל די רעש האט זיך בארואיגט האבן זיי געזעהן אז אדער די וואנט אדער די מציבות (איך געדענק נישט וועלעכע פון די צוויי) האבן זיך אויפגעריקט און מ'האט דארט באגראבן ר' נפתלי זי"ע
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: רבי נפתלי ליזענסקער - כ"ה חשון תקצ"ט

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

זיין ר' אלעזר וואס האט געהייסן נאך זיין פאטער האט איבער גענומען אין ליזענסק און מ'האט איהם גערופן ר' אלעזר "סגי נהור"
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי נפתלי ליזענסקער - כ"ה חשון תקצ"ט

פאוסט דורך מירון »

לחיים, לחיים! היינט מיטוואך (שנעל, כי פנה יום) געפאלט דער יארצייט פון רבי נפתלי ליזענסקער ז"ל. השפעות טובות און כל מיני ישועות זאלן אראפנידרן מן שמיא בזכות הצדיק.
שרייב פאוסט