ער איז געווען אן איידעם בזוויג ראשון ביי טשערנאבילער רבי'ן - רבי זושא טווערסקי זצ"ל בן רבי אהרן מטשערנאבל זצ"ל בן רבי מאטעלע - דער טשערנאבילער מגיד בן הבעל מאור עינים זצ"ל. ליידער איז זיין אשת נעורים נפטר געווארן זייער אינג. ער האט געהאט מיט איר צוויי קינדער ה"ה:
- ממלא מקומו - דער פריעדיגער בעלזער רב - רבי אהרן רוקח זצ"ל
- הרבנית הצדיקת מרת רחל ע"ה אשת רבי פינעלע מאוסטילע ז"ל (געווען די שווער פון סקווירא רבין ז"ל)
- רבי יהושע רוקח מיעראסלאוו ז"ל.
- בילגוריי רב - רבי מרדכי רוקח ז"ל.
- רבי שלום רוקח פון אפטא.
- אשת רבי יצחק מנחם נחום מראווע-רוסקע ז"ל
- אשת אדמו"ר מסערעט־וויזשניצער רבי ברוך האגער ז"ל
- אשת רבי יוחנן טוועררסקי אב בית דין הריבעשאוו ז"ל בן רבי משה מרדכי מלובלין
- אשת רבי יוחנן טווערסקי, זון פון בן רבי נחום משה מקאוול ז"ל.
דער הייליגער בעלזער רב רבי ישכר דוב איז געווען גאר א שארפער רבי, א לוחם מלחמת ה' ברמה, קעגן יעדע פירצה וואס איז נאר אונטער געקומען, עקסטער איז ער ארויס גאר שטארק קעגן די ציונים, מזרחיסטן למיניהם, ער האט אמאל געזאגט צו די מזרחי'סטן בשעתו , "דמית היות אהיה כמוך" אויב ווילסטו מאכן א בלבול המוחות אז עס זאל אויסזען ווי איך האלט מיט דיר און איך שטיי מיט דיינע שיטות, "אוכיחך ואערכה לעיניך" וועל איך פירן מערכות קעגן דיר אז דו זאלסט נישט קענען פארקויפן ווי כאילו איך האב סיי וועלכע שייכות אדער מיטשטיצע צו דיינע טריפה'נע השקפות.
שארפע מעשה: דער בעלזער רב איז אמאל יו"ט אריבער א שמאלן דורכגעגאנג נעבן ביהמ"ד פאר יזכור - זייער נאנט צום רבי'ן זענען דורכגעגאנגן עטליכע פרויען וואס האבן זיך געאיילט אנצוקומען באצייטנ'ס אין ביהמ"ד צו יזכור. דער רבי גיבט זיך א שטעל אפ. ער מאכט צו זיינע אויגן, הייבט אויף זיינע הייליגע הענט מיט ווייטאג און זאגט: "אוי וויי! דורכזיכטיגע זאקן ביי אידישע טעכטער, ס'איז דאך אן ערוה!" ער ווענדעט זיך צו זיין גבאי און זאגט: גיי רוף אויס צו די ווייבער וואס געפינען זיך אין ווייבער שוהל - איר מיינט אז איר זענט געקומען מזכיר זיין די נשמות פון אייערע עלטערן אין גן עדן? אויב איר וואלט געהאט אויגן צו זעהן און אויערן צו הערן, וואלט איר יעצט געזעהן ווי מען נעמט ארויס די נשמות פון אייערע עלטערן פון גן עדן און מען ווארפט זיי אריין אין גהנום, צוליב די דורכזיכטיגע זאקן מיט וואס איר זענט יעצט ארויס אין גאס, אייערע אומגליקליכע עלטערן שרייען: מיר בעטן אייך אונזערע טעכטער, זיצט אין שטוב, מיר דארפן נישט אייער יזכור!" "וואויל איז דעם וואס איז מקיים "ברא מזכה אבא" - א קינד ברענגט זכותים פאר זיין טאטן, און וויי איז דעם וואס צוליב אים געשעהט דאס פארקערטע" - האט דער הייליגער בעלזער רב געענדיגט.
מדבריו הקדושים: אין ספר שו"ת 'משפטיך ליעקב' או"ח סי' י, ברענגט ער אראפ בשם דעם בעלזער רב ז"ל אויפן פסוק "ושבת עד ה' אלוקיך" וכו' שרייבט דער 'מגן אברהם' (תרו ח) וועגן זיך טובל'ן ערב יום כיפור: עס זענען דא וואס זאגן אז די טעם פון די טבילה איז צוליב די תשובה, זאגט ער: פון דעם מגן אברהם קענען מיר ארויס לערנען א סמך אויף דער מנהג פון זיך טובל'ן יעדן טאג, ווייל עס שטייט אין משנה (אבות ב י) "ושוב יום אחד לפני מיתתך", ווייל א מענטש ווייסט נישט ווען איז זיין צייט, דארף ער יעדן טאג תשובה טוהן, און ממילא דארף ער זיך אויך טובל'ן יעדן טאג - בעפאר ער טוהט תשובה.