רבי אברהם ישעי' קרליץ, החזון איש ז"ל - ט"ו חשון תשי"ד

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

רבי אברהם ישעי' קרליץ, החזון איש ז"ל - ט"ו חשון תשי"ד

פאוסט דורך מירון »

דער הייליגער חזון איש איז געבוירן געווארן אין שטאט קאסווא אין די ליטא, ביום י"א חשון שנת תרל"ט לפ"ק צו זיין טאטע הגאון רבי שמרי' יוסף אב"ד קאסווא און צו זיין מאמע רשא לאה ע"ה, וואס איז געווען א טאכטער פון רבי שאול קצענלבויגן אב"ד קאברין.

אין זיינע יוגענט יארן האט ער געלערנט ביי א חשוב'ן מלמד רבי משה טובי' ז"ל, דער חזון איש דערמאנט אים עטליכע מאל אין זיינע ספרים. נאכדעם וואס רבי משה טובי' האט געענדיגט לערנען מיט אים מסכת חולין און מסכת בבא בתרא האט ער געזאגט פאר דעם קליינעם - זה הקטן גדול יהיה, אז ער דארף מער נישט קיין מלמד, ער קען שוין לערנען אליינס!

כשהיגע לפרק האיש מקדש האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת מרת בתי' בת רבי מרדכי ביי ז"ל פון שטעטל שטעטל חוויידאן וואס געפונט נעבן דעם באקאנטן שטאט קאוונא. זיין אשת חיל האט זיך מקבל געווען אויף זיך צו מפרנס זיין איר מאן ער זאל קענען לערנען תורה אומגעשטערט.

אין תרע"א האט ער ארויסגעגעבן זיין ערשטע באנד ספר חזון אי"ש וואס אנהאלטן חידושים און פסקים אויף שו"ע אורח חיים, קדשים און הל' נדה. ער האט ספעציעל באהאלטן זיין נאמען צוליב עניוות. סוף זומער תרע"ד איז ער אנטלאפן פון זיין שטאט צו א שטעטל מיטן נאמען 'סטויפיטס' צוליב די וועלט מלחמה. דארט אין סטויפיטס האט ער ארויסגעגעבן א נאך א באנד אויף כלים וואס דער גאנצער געגענט איז זייער נתפעל געווארן דערפון. דער רב פון סטויפיטס וואס האט געמוזט אנטלויפן פון דארט צוליב די רדיפות פון די רוסישע רעגירונג האט געבעטן אז דער חזון אי"ש זאל איבערנעמען דאס רבנות פאר צייטווייליג.

נאך די ערשטע וועלט קריג האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין עיר ואם בישראל ווילנא. דארט אין ווילנא האט זיך רבי חיים עוזר דערוויסט פונעם חזון אי"ש און ער האט אים שטארק מקרב געווען און מעודד געווען ער זאל אנהויבן צו זיין א מנהיג אין כלל ישראל, אבער דער חזון אי"ש זייענדיג א נחבא אל הכלים האט ווייט נישט געהאט קיין חשק דערצו ביז דער הייליגער חפץ חיים האט אים באפוילן אנצונעמען הנהגה.

איך האף נאך ווייטער ממשיך צו זיין רייכע היסטאריע.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי אברהם ישעי' קרליץ, החזון איש ז"ל - ט"ו חשון

פאוסט דורך מירון »

דער הייליגער חזון שפאצירענדיג, כ'מיין אז ס'איז אין בני ברק אין די בראשית יארן
פיילס
חזון.jpg
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי אברהם ישעי' קרליץ, החזון איש ז"ל - ט"ו חשון

פאוסט דורך מירון »

קברו של אותו צדיק אין פתח תקוה
פיילס
883.jpg
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 312

Re: רבי אברהם ישעי' קרליץ, החזון איש ז"ל - ט"ו חשון

פאוסט דורך כרוספדין »

מירון האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 2:07 pm קברו של אותו צדיק אין פתח תקוה
אין בני ברק

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p1320907
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי אברהם ישעי' קרליץ, החזון איש ז"ל - ט"ו חשון

פאוסט דורך מירון »

כרוספדין האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 2:09 pm
מירון האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 2:07 pm קברו של אותו צדיק אין פתח תקוה
אין בני ברק
אזוי? טעיתי. איך בין שוין דארט געווען כ'האב געמיינט אז ס'איז פתח תקוה.
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 312

Re: רבי אברהם ישעי' קרליץ, החזון איש ז"ל - ט"ו חשון

פאוסט דורך כרוספדין »

מירון האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 2:13 pm
כרוספדין האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 2:09 pm
מירון האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 2:07 pm קברו של אותו צדיק אין פתח תקוה
אין בני ברק
אזוי? טעיתי. איך בין שוין דארט געווען כ'האב געמיינט אז ס'איז פתח תקוה.
סאיז ביים גרעניץ צווישן בני ברק אין רמת גן

שרייב פאוסט