רבי אברהם אלימלך פערלאוו מקארלין ז"ל הי"ד - י"ד חשון תש"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

רבי אברהם אלימלך פערלאוו מקארלין ז"ל הי"ד - י"ד חשון תש"ג

פאוסט דורך מירון »

רבי אברהם אלימלך איז נולד געווארן ביום ד' אלול שנת תרנ"א צו זיין הייליגן פאטער רבי ישראל וואס איז געווען באקאנט אין אלץ דער ינוקא. דער ינוקא איז געווען א זוהן פון רבי אשר (השני) מקארלין-סטאלין בן בעל מחבר בית אהרן בן רבי אשר (הראשון) מסטאלין בן רבי אהרן הגדול פון קארלין.

זיין מאמע ברכה שיינדל ע"ה איז געווען א טאכטער פון רבי דוד טווערסקי פון זלאטפולי בן רבי יוחנטשע מראחמסריווקא בן המגיד מטשערנאביל בן המאור עינים זי"ע. ער איז געווארן אן איידעם ביי זיין פעטער רבי יוסף מזלאטפולי בן רבי דוד מזלאטפולי.

רוח הקודש הופיע ב..: בשנת תרצ"ט אין חודש אייר איז רבי אברהם אלימלך געפארן קיין ארץ ישראל, דאס איז אויסגעקומען בערך 3 חדשים פאר די צווייטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן. נאך איידער מען האט אים אויספיעט שלום צו געבן האט ער אויסגערופן פארן עולם: "אונז זענען מיר נישט געקומען פאר א באזוך, אונז זענען געקומען מעורר רחמים זיין אויף אחינו בני ישראל תושבי פולין און גאנץ אייראפע וואס נייטיגן זיך אין א ישועה גדולה, שווארצע וואלקענעס הויערן אויף אייראפע. ס'איז יעצט נישט קיין צייט צו זינגען אדער טאנצן. ס'ליגט א חוב קדוש אויף אונז צו פוקד זיין די ציוני קודש איבער ארץ ישראל און דארט מרבה זיין בתפלה און שרייען א ביטער געשריי צו ברענגען א ישועה".

דער עולם איז דארט געשטאנען ווי פארגליווערט און געקוקט איינעם אויפן צווייטן מיט ווינדער און נישט פארשטאנען די פחדיגע ווערטער פון זייער רבין. ליידער האט ער דורכאויס זיין גאנצע נסיעה פאראויסגעזאגט דעם חורבן אייראפע והדברים ארוכים. איבריג צו זאגן אז אלעס איז נעבעך מקויים געווארן.

י"ד אלול תרצ"ט איז ער צוריק געפארן מיטן שיף קיין אייראפע, נאך אינמיטן וועג צוריק - י"ז אלול האט שוין אויסגעבראכן די צווייטע וועלט קריג. ליידער האבן די נאציס אומגעברעגט דעם צדיק מיט זיין גאנצע משפחה און י"ד תש"ג הי"ד.

זכותו הגדול יגן עלינו.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי אברהם אלימלך פערלאוו מקארלין ז"ל הי"ד - י"ד חשון תש"ג

פאוסט דורך מירון »

בתב ידו הקדושה - א בריוו פון רבי אברהם אלימלך זצ"ל
פיילס
478.jpg
שרייב פאוסט