רבי שלמה'לע איז געבוירן געווארן ביום י"ד אייר שנת תרט"ו, צו זיין טאטן הצדיק רבי אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם זצ"ל. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי ליפמאן מראדאמסק, חתן התפארת שלמה. רבותיו: זקינו החי' הרי"ם ואחיו השפת אמת.
ר' שלמה'לע - דער אומבאקאנטער צדיק יסוד עולם איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין זיידן דעם בעל חי' הרי"ם, נאכדעם וואס זיין טאטע רבי אברהם מרדכי איז נפטר געווארן אינגערהייט. ביי די 12 יאר איז זיין זיידע דער חי' הרי"ם נפטר געווארן און ער איז אריבער וואוינען צו זיין ברודער דער בעל שפת אמת, וואס האט זיך אפגעגעבן מיט אים ווי אן אייגן קינד. די אלטע חסידים פון גור האבן געזאגט אויף אים אז ער איז געווען א זעלטנהייט פון א מתמיד, בעל מכניס אורח און א שפל ברך. ער איז נפטר געווארן בלויז עטליכע יאר פאר'ן צווייטן וועלט קריג.
מדבריו הקדושים: ר' שלמה'לע זאגט א טייער ווארט אויף די ממירא פון חז"ל (מגילה טז:), אמר ר' בנימין בר יפת אמר רבי אלעזר שלח לו יין [ישן] שדעת זקנים נוחה הימנו. וויין ווערט נאר בעסער ווען עס ווערט אלט, נאר אויב עס איז לכחילה געווען גוט, אבער טאמער האט עס נישט געטויגט לכתחילה ווערט עס מער און מער עסיג. דאס זעלבע, א איד וואס האט אנגעפירט אן ערליך לעבן, נאר דער האט א טעם זקנים!
מנוחתו כבוד בעיר הבירה ווארשא
זכותו יגן עלינו
רבי שלמה'לע אלטער ז"ל, אחי השפת אמת - י”ג חשון תרצ”ה
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2369
Re: רבי שלמה'לע אלטער ז"ל - אחי השפת אמת - י”ג חשון תרצ”ה
בילד פון די עלטערע יארן
- פיילס
-
- רבי שלמהלה אלתר.jpg (21.45 KiB) געזען געווארן 186 מאל
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2369
Re: רבי שלמה'לע אלטער ז"ל - אחי השפת אמת - י”ג חשון תרצ”ה
תמונת המצבה
- פיילס
-
- שלמה אלטר.jpg (33.57 KiB) געזען געווארן 185 מאל