קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא

קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

וואלן האבן זיך פארמאכט דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:30 pm

יא
26
62%
ניין
16
38%
 
Total votes: 42

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3728

קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואס איז אייער מיינונג.

@מסתמא האט שוין געגעבן א דעדליין אויף דעם פארלאפענעם שבת, אז אויב ביז נאך דעם וויקענד הויבט זיך נישט אן קיין אינוואזיע, דאן געבט ער זייער שוואכע שאנסען אז ס'זאל נאך פארקומען איינס.

לעניית דעתי. די מדינת ישראל מיליטער גרייט אן מאסיווע כוחות נעבן גרעניץ, הונדערטער טויזנטער סאלדאטען אריינגערעכענט אין דעם פולע רעזערוויסטן. שווערע כוחות פון טאנקען טרעקלעך און מאשין געווער. ס'איז נישט מסתבר צו זאגן אז אלעס גייט לריק.

סיי אין שכל לאזט זיך עס נישט זאגן. אבער אפי' אין פאליטישען חלק פון לאנד איז נישטא קיין איין פארטיי וואס זאל זיך קענען ערלויבען נישט צו אינוואדירן. די רעכטע זיכער נישט, וואס אויב ענדיגט זיך די מצב מיט א פייער אפשטעל, גייט די גאנצע רעכטע באזע זיין גאר בייז. און אודאי די לינקע, וואס שטייען דארט אויף שוואכע הינער פיס, קענען זיך דאס זיכער נישט ערלויבען.

איי וואס נעמט אזוי לאנג, און פארוואס שטיפט זיך עס כסדר אפ?
הויבט זיך נישט אן, ס'נעמט נישט אזוי לאנג! פארוואס איז דריי וואכען קאנסידרט לאנג, ווען עס האנדעלט זיך איבער אן ערד אינוואזיע וואס וועט לויט אלע ווארשיינדליכקייטן קאסטען שווערע פארלוסן פאר די איזרעילישע מיליטער? מיר היימישע אידן מיינען באמת אז יעדער וואס האט געקענט שאפן א פערמיט אריין אויף מדינת ישראל בתקופת הקאראנע, ווייסט אויך צו זאגן ווען די מיליטער גייט אינוואדירן! הויבט זיך נישט אן, די ענדגילטיגע דעסישען פון ווען, וואו, און ווי אזוי, צו אינוואדירן ווערט געמאכט דורך אן ענגע צאל מיטגלידער פון די העכטסע קאבינעט אין לאנד. און דאס וואס מאנכע זענען כסדר פארנומען געבן דאטומ'ס מיט פלענער האט א פנים אזוי ווי הרב איצקאוויטש פון די חברה שומרים זאל ווען זאגן אז ער האט געזעהן די פלענער פון די אייזענהויער שיף וואס אמעריקע האט געשיקט, פונקטלעך ווען מ'גייט זיך נעמען אויף איראן...

אויב מיין זכרון נער'ט מיר נישט, האט אויך גענומען א היבש שטיקעל צייט פאר די אמעריקאנער מיליטער אריין צו גיין צו פיס נאך סעפטעמבער עלעווען. אודאי באמבערדירונגען איז שוין געווען צוויי וואכען שפעטער, אבער נישט קיין ערד אינוואזיע. (איך האב נישט איבערגעקוקט די דאטומס יעצט, ממילא קען זיין איך בין מיך טועה)

די מדינת ישראל מיליטער גרייט זיך שוין יארן אויף אזא אינוואזיע, און עס איז קיינעם נישט קיין ספק אז דאס גייט פאסירן איין טאג. ס'לייגט זיך בכלל נישט אויפן שכל אז זיי זאלן ארויסלאזן אזא געלעגענהייט פון די הענט.

איי, אויב גרייטען זיי זיך שוין יארן, זייער אינטעלעדזשענט טיעם האט שוין פונקטליכע מאפעס וואס נעמט אזוי לאנג?

א שיינער פראגע, אבער זינלאז!
קודם כל, ווען זיי זיצען ווען יעצט מיט פארלייגטע הענט, וואלט די קשיא טאקע שווער געווען, אבער ווען די באמבעס פליען אן-אויפהערליך, וואס איז דער באדייט פון די פראגע וואס נעמט אזוי לאנג? דאס מיינט גענומען לאנג? זיי האבן דאך שוין אנגעהויבען!

ועוד, יעדע רבי'שע מאורע, נעמט אריין אין זיך שעות על גבי שעות פלאנירונגען פון די ראשי וגבאי ושמשי הקהל. מען גייט דורך וואכען פארדעם די גאנצע פלאן פון די פארענטשעס, סעודה, וכדו', יעדע דיטעיל ווערט אויסגעשמועסט בכובד ראש. א וואך פאר די מאורע רופט מען אריין די הויפט גוי, און מען ווייזט אים די מאפעס, מען הערט אלעס וואס ער האלט עס וועט זיך אויספעלן, וויפיל טיי רעפס, הענטשעך, טישטעכער,באטלעך מיסטער קלין צו וואשען די פלאר נאכדעם. און אזוי גרייט מען זיך צום מעמוד. און שפעטער הערשט ביום המעמוד עצמו גייט דער הויפט גוי איבער מיט אלע עמיגאוס בלשונם די פלאן פון די נאכט.

מיינסטו אבער אז די נעקסטע מאורע נעמט מען ארויס די פלענער ביום המאורע און מען גייט למעשה? אודאי נישט! די טובי הקהל קומען זיך נאכמאל צאם, און עודך מען גייט נאכאמאל איבער יעדע פרט ופרט. און נאר אזוי קען מען מצליח זיין.

מען רעדט נישטא פון קיין רבי'שע חתונה, דא רעדט מען פון לעבן און טויט פון יעדע איינציגע סאלדאט!
זיך יאגען איז א פשוטע תאווה פון נקמה און ציונות. און דער תאווה ליגט באהאלטען ביי יעדען איינעם, אנגעהויבען פון די סעטללערס אין יהודה ושומרון, ביז דער גרעסטער דזשיהאדיסט אין בני יואל.
וועמען זיין מוח יאגט אויף אן אינוואזיע איז געטריבען ביי נקמה, און נישט ביי לאגיק!

עכ''פ, מיין מיינונג איז בלי ספק אז דא קומט אן ערד אינוואזיע הונדערט טויזענט פראצענט!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1131

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך ווירקליך »

@מסתמא כהאף ביסט נישט ברוגז, אבער איך האלט נאכאלץ אז יא
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך מסתמא »

ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:34 pm @מסתמא כהאף ביסט נישט ברוגז, אבער איך האלט נאכאלץ אז יא
ברוגז??? :lol: :lol:
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

געשטימט אויף יא.

פשוט ווייל איך קען נישט זען ביבי זיין אזא לוזער, נאכ'ן אזוי האסטיג פראקלאמירן אז מ'גייט אריינגיין, און די זעלבע מיט גלנט.
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 208

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך א טויב »

געשטימט א גראבע ניין.
איך זעה נישט אויף קיין פאל וואס די כופרים וועלן פארדינען מיטן אריינגיין, לאמיר זיין קלאר זיי ברויכן נישט עזה, זיי האבן נישט וואס צו טוען דערמיט, און וואס קענען זיי מער אויפטוען פונעם ערד ווי פונעם הימל און אזא פאל?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3728

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

א טויב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:52 pm געשטימט א גראבע ניין.

וואס זיי קענען אויפטוהן? פון באמבערדירן קומט מען נישט אן אין ערגעץ. שוין אסאך מאל וואס וועלט מאכטן האבן זיך איינגערעדט, אז דער עיקר איז די לופט כוחות. אבער יעדעס מאל איבערצייגט מען זיך נאכאמאל און נאכאמאל, אז אן קיין באוטס אן די גרוינד, איז א מיליטער ווערד לאז!

איבערצונעמען א שטח מוז זיין אן ערד אינוואזיע! איי וואס גייט מען טוהן מיט עזה נאכדעם? איך ווייס נישט, און איך מיין אז די מדינה ווייסט נאך אויך נישט. אבער קודם זאל חאמאס זיין אראפ!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך העלדיש »

גא''מ, לכאורה קומט אן אינוואזיע, אויף די שאלה פארוואס עס נעמט אזוי לאנג, האב איך א גאנצע ליסטע פון מעגליכע ענטפערס, יעדער קען זיך אויסוועלן וועלכע ס'שמעקט אים.

1- ס'איז פאר יעדן באקאנט די צושטאנד ביי די צפון גרעניץ, ווי א טאג גייט אריבער ווערט עס הייסער און הייסער, די חיזבאלא טעראריסטן צופירן זיך די הענט. מדינות ישראל קען נישט אריינגיין אין עזה אן צו האבן אנגעגרייט א פונקליכע פלאן וויזאוי צו באשיצן די צפון גרעניצן און דאס נעמט אריין די מעגליכקייט צו פירן קריג מיט לבנון אין די זעלבע צייט.
נאכמער איז דא די מעגליכקייט אז חיזבאלא לאקערט שוין און ווארט אויף די מינוט וואס די ערד אינוואזיע אין דרום גייט זיך אנהייבן און דעמאלטס וועלן זיי שטורעמען די צפון גרעניצן ה''י, און פארדעם איז וויכטיג צו האבן א גרייטע ארמיי דארטן (און דאס קען אויך זיין די סיבה פארוואס מדינות ישראל האט אריינגעריפן דריי הונדערט טויזענט רעזעוויסטן און די ארמיי, א נומער וואס איז שוין באלד מער סאלדאטן וואס רוסלאנד האט אין אוקריינע- א לאנד וואס איז צענדליגע מאל גרעסער ווי ארץ ישראל, לבנון, און עזה צוזאמען, ווייל זיי ווילן זיין גרייט פאר א פולשטענדיגע קאנפליקט מיט חיזבאלא)

2- מדינות ישראל האט מורא פון די אראבערס אינערהאלב די מדינה און אין די מערב ברעג וועלכע קענען זיך צופירן די הענט אין פאל ווען די מדינה נעמט אונטער קריג, ס'איז נישט קיין סוד אז די מערב ברעג איז איבערגעפילט מיט חאמאס סימפאטיקער און טעראריסן און מען מוז זיי אויך האלטן אין קאנטראל אז זיי זאלן נישט טון מה שליבם חפץ, ווייל זיי הארץ באגערט זיי נישט צו לערנען א בלאט גמרא מיט תוספות. מען זעט טאקע אז די ארמיי פירט דורך הונדערטער ארעסטן יעדן טאג און דאס קוקט אויס ווי זיי ווילן זיך טאקע גרייטן פאר דעם מעגליכקייט אויך.

3-די מדינה ווייסט זייער גוט אז איינמאל די ארמיי גייט אריינמארשירן אין עזה גייען זיי צוביסלעך פארלירן די שטיצע פון די וועלט פירער, די אראבער זענען גוט אין פראפאגאנדע און זיי גייען פארשפרייטן בילדער נייע אלטע אדער פאבריצירט פון פריש, פון 'אומשילדיגע' פאליסטינע קינדער וועלכע ווערן געמארדעט פאר גארנישט עפ''ל, און דאן גייען זיי שוין נישט באקומען די מיליטערישע הילף פון די וועלט, עכ''פ זיכער נישט אויף די זעלבע טעמפא, צילא זוכן זיי צו אריינכאפן ווי מער און אוועקלייגן פאר ווען זיי וועלן דאס ברויכן.

4- די טעראריסטן ווארטן באהאלטן אין זייער טונעלן אין לעכער און זיי ווארטן אויף די ציוניסטישע קרעפטן אז זיי זאלן אריינקומען, זיי ציטערן ארויסצושטעקן זייער נעזער אויפן גאס צוליג די נאכאנאנדע באמבידירונגען און דראון'ס וועלכע פלאטערן אין די לופטן. די מדינות ישראל ארמיי ווארט, ביי די טויערן פון עזה, אייןם וואך גייט אריבער, נאך א וואך גייט אריבער, די מענטשן אין טאנעלן ווערן אפגעמיטשעט, די עסן איז זייער באגרעניצט און לעקטער איז קוים דא, זיי לעבן נישט אונטער מענטשליכע באדינוגען. דאס ווילן די איזראעלי'ס, די אראבער זאלן מיד ווערן און פארלירן געדולד אזוי אז ביי די צייט פון די מלחמה וועלן זיי נישט זיין אזוי ערנעגיש און אויסגערוט וואס דאס וועט שטארק העלפן די צה''ל.

5- זיי ווארטן אויף באשטעיטיגונג פון פעטער שמאול- די אמעריקאנער רעגירונג. אמעריקא ווערט פארנער'ט פון די טעראריסטן וועלכע לאזן ארויס דא דארט א משכון און ביידען כאפט זיך אן דערין ווי א זינקינדע מענטש וועלכע כאפט זיך אן אין א שטיקל שטרוי, און זיי בעטן לייען: הייסן די איזראעלי'ס צו זיצן פארלייגט.

6- זיי גרייטן אן עפעס א סטראטעגיע וועלכע וועט זיי ממש ראטעווען לעבנס, (למשל, דאס איז עפעס וואס איך קלער, זיי גייען מחבר זיין דורך א קאנאל די וואסער צו די עפענונג פון איינע פון די טונעלן און אזוי ארום אלץ פארפלייצן, דאס איז סתם א דמיון, אבער איך רעד פון עפעס אזוי,) צו זאל עס זיין א קאמאנדא אקציע צו באפרייען די משכונות, אדער צו פארכאפן די חאמאס פירער, אדער עפעס אין צווישן, און הערשט נאכדעם וועלן זיי אריינגיין מיט די גאנצע קראפט...

בקיצור ווי @נקודות טובות האט שוין ארויסגעברענט, די לידערשיפ האט נישט עכט די ברירה פון נישט גיין אין קריג.

אזוי צו אזוי זאל די אייבערשטער אונז אלע אפהיטן פון אלע סכנות...
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך העלדיש »

א טויב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:52 pm געשטימט א גראבע ניין.
איך זעה נישט אויף קיין פאל וואס די כופרים וועלן פארדינען מיטן אריינגיין, לאמיר זיין קלאר זיי ברויכן נישט עזה, זיי האבן נישט וואס צו טוען דערמיט, און וואס קענען זיי מער אויפטוען פונעם ערד ווי פונעם הימל און אזא פאל?
האסט נישט גוט פארשטאנען די פראגע,
מען האט נישט געפרעגט דיין חוות דעת אויב די האלסט מען זאל אריינגיין, די שאלה איז געווען אויב זיי גייען אריינגיין אדער נישט.
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 208

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך א טויב »

העלדיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:05 pm

ענפער איך אז איך האלט אז זיי מאכן די חשבון ווי אויבן דערמאנט.
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 208

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך א טויב »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:57 pm
א טויב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:52 pm געשטימט א גראבע ניין.
איך זעה נישט אויף קיין פאל וואס די כופרים וועלן פארדינען מיטן אריינגיין, לאמיר זיין קלאר זיי ברויכן נישט עזה, זיי האבן נישט וואס צו טוען דערמיט, און וואס קענען זיי מער אויפטוען פונעם ערד ווי פונעם הימל און אזא פאל?
וואס זיי קענען אויפטוהן? פון באמבערדירן קומט מען נישט אן אין ערגעץ. שוין אסאך מאל וואס וועלט מאכטן האבן זיך איינגערעדט, אז דער עיקר איז די לופט כוחות. אבער יעדעס מאל איבערצייגט מען זיך נאכאמאל און נאכאמאל, אז אן קיין באוטס אן די גרוינד, איז א מיליטער ווערד לאז!

איבערצונעמען א שטח מוז זיין אן ערד אינוואזיע! איי וואס גייט מען טוהן מיט עזה נאכדעם? איך ווייס נישט, און איך מיין אז די מדינה ווייסט נאך אויך נישט. אבער קודם זאל חאמאס זיין אראפ!
איך זעה זיי נישט קענען ארויסקומען, עס איז זייער קלאר אז זיי נויטיגן זיך נישט און פרישע איבער 2 מיליאן אראבער און ווער רעדט נאך פון זיי לייגן אויף שטאטישע פראגראמען, וואס גייט זיין זייער מישען סטעטמענט וואס זיי גייען מיט דעם קענען ארויסגיין נאך א וואך צוויי אן זיין א דוירעכפאל, ווי אמירעקע און רוסלאנד ביי אפגאניסטאן?
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך העלדיש »

א טויב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:09 pm
העלדיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:05 pm
א טויב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:52 pm געשטימט א גראבע ניין.
איך זעה נישט אויף קיין פאל וואס די כופרים וועלן פארדינען מיטן אריינגיין, לאמיר זיין קלאר זיי ברויכן נישט עזה, זיי האבן נישט וואס צו טוען דערמיט, און וואס קענען זיי מער אויפטוען פונעם ערד ווי פונעם הימל און אזא פאל?
האסט נישט גוט פארשטאנען די פראגע,
מען האט נישט געפרעגט דיין חוות דעת אויב די האלסט מען זאל אריינגיין, די שאלה איז געווען אויב זיי גייען אריינגיין אדער נישט.
ענפער איך אז איך האלט אז זיי מאכן די חשבון ווי אויבן דערמאנט.
אההה, אוקעי
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך וואוילער »

כ'קום אריין ווי אן עם הארץ:
וואס איז טאקע די אויפטו פון אן ערד אינוואזיע?
פארוואס לוינט זיך צו איינשטעלן די לעבנס פון די מיליטער, אויב אנשטאט דעם קען מען פלאך מאכן די לאנד פון אויבן אראפ?

די ענטפער איז לכאורה פשוט פאר דער וואס ווייסט, אבער איך ווייס נישט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3728

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 5:47 pm כ'קום אריין ווי אן עם הארץ:
וואס איז טאקע די אויפטו פון אן ערד אינוואזיע?
פארוואס לוינט זיך צו איינשטעלן די לעבנס פון די מיליטער, אויב אנשטאט דעם קען מען פלאך מאכן די לאנד פון אויבן אראפ?

די ענטפער איז לכאורה פשוט פאר דער וואס ווייסט, אבער איך ווייס נישט.
הלואי ווען מען קען ווען פלאך מאכען שטעט, וואלט געווען אן עולם השלום...
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 371

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך משה רבינו »

די צד פון יא אריינגיין איז ווייל פאר די פאליטיק יעצט אויפן מינוט שפילט קלאר יא אריינצוגיין, הן ווײַל די אפיקורסים די ציוניסטן קוקן ארויס אויף נקמה, און הן ווייל ביבי קען נישט הייסן קיין שוואכלינג און גארנישט ענטפערן ער מוז ווייזן כוחי ועוצם ידי איך בין שטארק און מען גייט זיי לערנען טאנצן

די סברה פאר וואס ביבי זאל נישט ווילן אריין גיין איז
ווייל עס קען נאר שאטן נישט אויפטוהן.
סיי ווייל עס גייט נאר נאך מער אויפלאקערן די אראבערס ארום ווי כיזבאלע איראן וכדו' סא אפילו לי יהא זיי קענען ווען געווינען חאמאס ( וואס לכאורה קען מען נאר צוקלאפן אבער זיי קומען צוריק בית ר שאת ווי די עבר האט געוויזן) מאכט עס נאר אריינגיין טיפער אין די פלאנטער

והשנית איינמאל מען גיט אריין קען מען נאר דערלייגן פאליטיש
איינמאל עס הייבט אן קומען בילדער פוו טויטע סאלדאטן וואס גייט לכאורה זיין הונדערטער פארלירט מען די סימפאטיע אינערליך, און איינמאל עס הייבט אן קומען די בילדער פון די טויטע אראבער פארלירט מען די רחמניות סימפאטיע אויסערליך איבער די וועלט ע''כ לוינט נישט פאליטיש אריינצוגיין

סא וואס יא שטיפן קודםדי צייט כדי די געפילן זאלן ווערן קעלטער די ערווארטאנגען וועלן ווערן שואכער, נאכדעם וועט מען זיך שוין נישט אזוי שטארק אפבריען ווען די בילדער הייבן אן אריין קומעו
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3728

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:43 pm געשטימט אויף יא.

פשוט ווייל איך קען נישט זען ביבי זיין אזא לוזער, נאכ'ן אזוי האסטיג פראקלאמירן אז מ'גייט אריינגיין, און די זעלבע מיט גלנט.
איך האב געזיגט... :P
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4928

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך Spa 42 »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 3:44 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:43 pm געשטימט אויף יא.

פשוט ווייל איך קען נישט זען ביבי זיין אזא לוזער, נאכ'ן אזוי האסטיג פראקלאמירן אז מ'גייט אריינגיין, און די זעלבע מיט גלנט.
איך האב געזיגט... :P
בוסט ריזיג...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

:lol:
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3728

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

די וואלן זענען נאך אפען, ווער עס האט נאכנישט געוועלט קען נאך אריין כאפן און זיין גערעכט....
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1131

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך ווירקליך »

כקען טוישן מיין וואוט?

געוואוט יא, אבער יעצט אז סקוקט עכט אויס אז יא וואלטעך געוואוט ניין... ס’סאך אינטערסאנטער
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3728

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:13 pm כקען טוישן מיין וואוט?

געוואוט יא, אבער יעצט אז סקוקט עכט אויס אז יא וואלטעך געוואוט ניין... ס’סאך אינטערסאנטער
איך האב געמיינט אז די מנהלים ווייסען, אז דער פותח האשכול קען זעהן וואס יעדער האט געווואוט. און איך זעה אז דו האסט געוועלט ''ניין''...
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1131

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך ווירקליך »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:16 pm
ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:13 pm כקען טוישן מיין וואוט?

געוואוט יא, אבער יעצט אז סקוקט עכט אויס אז יא וואלטעך געוואוט ניין... ס’סאך אינטערסאנטער
איך האב געמיינט אז די מנהלים ווייסען, אז דער פותח האשכול קען זעהן וואס יעדער האט געווואוט. און איך זעה אז דו האסט געוועלט ''ניין''...
זעסט מיין אנדערע ניק :roll:

איך האב קלאר ארויסגעשריבן מיין מיינונג אויבן.

---

איין מינוט!! דו קענסט געהעריג פעלשן די וואלן?!?!?
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3728

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:18 pm
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:16 pm
ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:13 pm כקען טוישן מיין וואוט?

געוואוט יא, אבער יעצט אז סקוקט עכט אויס אז יא וואלטעך געוואוט ניין... ס’סאך אינטערסאנטער
איך האב געמיינט אז די מנהלים ווייסען, אז דער פותח האשכול קען זעהן וואס יעדער האט געווואוט. און איך זעה אז דו האסט געוועלט ''ניין''...
זעסט מיין אנדערע ניק :roll:

איך האב קלאר ארויסגעשריבן מיין מיינונג אויבן.

---

איין מינוט!! דו קענסט געהעריג פעלשן די וואלן?!?!?
געוואוט האסטו אבער ניין, הגם דו האסט געשריבען יא. דאס איז נאר ווייל דו האסט געוואלט זיין אויף די סעיף סייד...
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 309

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך כרוספדין »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:16 pm
ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:13 pm כקען טוישן מיין וואוט?

געוואוט יא, אבער יעצט אז סקוקט עכט אויס אז יא וואלטעך געוואוט ניין... ס’סאך אינטערסאנטער
איך האב געמיינט אז די מנהלים ווייסען, אז דער פותח האשכול קען זעהן וואס יעדער האט געווואוט. און איך זעה אז דו האסט געוועלט ''ניין''...
פותח האשכול קען טאקע?
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3728

Re: קומט אן ערד אינוואזיע אין עזה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

כרוספדין האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:26 pm
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:16 pm
ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:13 pm כקען טוישן מיין וואוט?

געוואוט יא, אבער יעצט אז סקוקט עכט אויס אז יא וואלטעך געוואוט ניין... ס’סאך אינטערסאנטער
איך האב געמיינט אז די מנהלים ווייסען, אז דער פותח האשכול קען זעהן וואס יעדער האט געווואוט. און איך זעה אז דו האסט געוועלט ''ניין''...
פותח האשכול קען טאקע?
נישט וואס איך ווייס...
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
שרייב פאוסט