בלאט 1 פון 1
יָעִיר בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר יָעִיר לִי אֹזֶן לִשְׁמֹעַ כַּלִּמּוּדִֽים
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:50 pm
דורך טייפינג...
שיין טלית'ל, ציכטיג און זויבער,
עס פּאַסט,
די אוצר טייער,
זי טוט באהאלטן,
ריין צדיק'ל, ליכטיג און לויטער,
א לאסט,
גרינג זייער,
טו איך האלטן.
--
אפגעשוירן,
ווי ניי געבוירן,
איידל און שיין,
יונג און צארט,
ארויסשטארט,
דעם אידיש חן.
--
אלף בית גימל,
עס זינגט,
און קלינגט,
די זיסע קלאנגען,
טאטע און הימל,
פארשרייב,
שטענדיג בלייב,
די שיינע געזאנגען.
--
ערוואך,
זיינע אויערן,
צו הערן,
אויפמאך,
זיינע טויערן,
צו באגערן.
--
האניג זיסע,
יעדן בעגינען,
מיט'ן צונג לעקן,
בלעותא,
אין דערינען,
זיין נשמה וועקן.
Re: יָעִיר בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר יָעִיר לִי אֹזֶן לִשְׁמֹעַ כַּלִּמּוּדִֽים
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:33 pm
דורך ווירקליך
שיין שיין, קלאר, הערליך!
Re: יָעִיר בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר יָעִיר לִי אֹזֶן לִשְׁמֹעַ כַּלִּמּוּדִֽים
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 2:02 am
דורך להגדיל הטראסק
ר' טייפינג
איז אזוי מחדש
זיין ניק
מיט דערהייבונג
איז ער מקדש
ריין ווי א תינוק
Re: יָעִיר בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר יָעִיר לִי אֹזֶן לִשְׁמֹעַ כַּלִּמּוּדִֽים
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 12:10 pm
דורך דער תהלים איד
אזוי זאפטיג ארינגעדייווט אהער
מיט א 'טייפינג' צו יעדנס באגער
מזל טוב צו דיין אינגלס אפשערן
איך גלייב אז דאס ווילסטו אויך הערן
Re: יָעִיר בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר יָעִיר לִי אֹזֶן לִשְׁמֹעַ כַּלִּמּוּדִֽים
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:57 pm
דורך טייפינג...
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 23, 2023 12:10 pm
אזוי זאפטיג ארינגעדייווט אהער
מיט א 'טייפינג' צו יעדנס באגער
מזל טוב צו דיין אינגלס אפשערן
איך גלייב אז דאס ווילסטו אויך הערן
ברוך תהי', אי"ה ביי אייך אויף שמחות!
Re: יָעִיר בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר יָעִיר לִי אֹזֶן לִשְׁמֹעַ כַּלִּמּוּדִֽים
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:58 pm
דורך טייפינג...
ייש"כ פאר די שיינע אויפנאמע!
Re: יָעִיר בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר יָעִיר לִי אֹזֶן לִשְׁמֹעַ כַּלִּמּוּדִֽים
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:18 am
דורך טיפע טאשן
הערליך
Re: יָעִיר בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר יָעִיר לִי אֹזֶן לִשְׁמֹעַ כַּלִּמּוּדִֽים
געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 8:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
הערליך שיין
מזל טוב!!
Re: יָעִיר בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר יָעִיר לִי אֹזֶן לִשְׁמֹעַ כַּלִּמּוּדִֽים
געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 10:15 pm
דורך פליט
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 8:58 pm
הערליך שיין
מזל טוב!!
שכח פארן ארויפברענגען, קיינמאל געליינט.