ווארימע רייד פון אן אפגעקילטן חברותא
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:39 pm
אין דיינע שווערע צייטן,
דיר געטון באגלייטן,
איבער'ן וועלט.
דארט געווען,
דאס אלעס צוגעזען,
מיט דיר זיך געשטעלט.
צו די באשטימטע צייט,
איך שטיי דא גרייט,
אוועקגעשטעלט.
דיר צו שיצן,
וועל איך שוויצן,
אפן אזוי איך מעלד.
פונקטליך אויפ'ן האר,
נאך אזויפיל יאר,
פיין געקוועלט.
דור הולך ובא,
שוין נאכאמאל דא,
שוין געווארן באפעלט.
כ'בין אלט אבער פריש,
די שטויבעלעך וויש,
ווי דיר געפעלט.
נעמען ארום,
דיר האלטן ווארים,
פאר די וועלטס געלט.
מיר נאכאמאל געטרויען,
אין די טונקל גרויען,
בלאסע קעלט.
מיט פרייליכע געזאגנגען, טו מיר ענטפאנגען, צום ווינטער דעם לאנגען, דיין געטרייע קוטשמע - דיין בעסטע חבר אויף דער וועלט!
א געזונטן ווינטער!
דיר געטון באגלייטן,
איבער'ן וועלט.
דארט געווען,
דאס אלעס צוגעזען,
מיט דיר זיך געשטעלט.
צו די באשטימטע צייט,
איך שטיי דא גרייט,
אוועקגעשטעלט.
דיר צו שיצן,
וועל איך שוויצן,
אפן אזוי איך מעלד.
פונקטליך אויפ'ן האר,
נאך אזויפיל יאר,
פיין געקוועלט.
דור הולך ובא,
שוין נאכאמאל דא,
שוין געווארן באפעלט.
כ'בין אלט אבער פריש,
די שטויבעלעך וויש,
ווי דיר געפעלט.
נעמען ארום,
דיר האלטן ווארים,
פאר די וועלטס געלט.
מיר נאכאמאל געטרויען,
אין די טונקל גרויען,
בלאסע קעלט.
מיט פרייליכע געזאגנגען, טו מיר ענטפאנגען, צום ווינטער דעם לאנגען, דיין געטרייע קוטשמע - דיין בעסטע חבר אויף דער וועלט!
א געזונטן ווינטער!