אין דיינע שווערע צייטן,
דיר געטון באגלייטן,
איבער'ן וועלט.
דארט געווען,
דאס אלעס צוגעזען,
מיט דיר זיך געשטעלט.
צו די באשטימטע צייט,
איך שטיי דא גרייט,
אוועקגעשטעלט.
דיר צו שיצן,
וועל איך שוויצן,
אפן אזוי איך מעלד.
פונקטליך אויפ'ן האר,
נאך אזויפיל יאר,
פיין געקוועלט.
דור הולך ובא,
שוין נאכאמאל דא,
שוין געווארן באפעלט.
כ'בין אלט אבער פריש,
די שטויבעלעך וויש,
ווי דיר געפעלט.
נעמען ארום,
דיר האלטן ווארים,
פאר די וועלטס געלט.
מיר נאכאמאל געטרויען,
אין די טונקל גרויען,
בלאסע קעלט.
מיט פרייליכע געזאגנגען, טו מיר ענטפאנגען, צום ווינטער דעם לאנגען, דיין געטרייע קוטשמע - דיין בעסטע חבר אויף דער וועלט!
א געזונטן ווינטער!
ווארימע רייד פון אן אפגעקילטן חברותא
ווארימע רייד פון אן אפגעקילטן חברותא
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
א פרייליכן תמיד!
אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: ווארימע רייד פון אן אפגעקילטן חברותא
פלצתי! גיימער שוין קוטשמענען!

- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8763
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21874
Re: ווארימע רייד פון אן אפגעקילטן חברותא
אוי ווי נעמט מען די גוטע יארן. דיע זאכן זענען שוין כמעט היסטאריע.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1366
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 2189
Re: ווארימע רייד פון אן אפגעקילטן חברותא
ווי גייט נאר די ניגון.. מען דארף באהאלטן...
Re: ווארימע רייד פון אן אפגעקילטן חברותא
דער פאפקארן קוטשמע דעם א...בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:27 pm![]()
![]()
ווי גייט נאר די ניגון.. מען דארף באהאלטן...