רבי משה'לע שינאוואווער ז"ל - י”ב חשון תרע”ט

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

רבי משה'לע שינאוואווער ז"ל - י”ב חשון תרע”ט

פאוסט דורך מירון »

רבי משה'לע שינאוואווער איז געבוירן געווארן ביום ט' אב שנת תר"ב, צו זיין פאטער רבי יחזקאל שרגא אב”ד שינאווא - שינאווער רב זצ"ל. ער איז געווען אן איידעם ביי ר’ מאיר צבי הירש טענענבוים ז"ל. געלערענט האט ער ביי רבי משה אונגאר פון צאנז. ער משמש געווען ברבנות אין סטראפקוב און אין שינאווא.

זיין מאמע ע"ה איז נפטר געווארן ווען רבי משה'לע שינאוואווער איז נאך געווען זייער יונג. אזוי ווי זיין טאטע דער שינאווער רב האט נאכאמאל חתונה געהאט האט זיין פעטער רבי משה'לע אונגער פון צאנז, (זון פון רבי מרדכי דוד פון דאמבראווא, און איידים פון דעם צאנזער רב), אריינגענמען צו זיך אין שטוב רבי משה'לי שינאוואווער. דארט אין צאנז האט ער זיך אסאך געדרייט ביים זיידן - דער הייליגער צאנזער רב און ער האט זיך אסאך קונה געווען פון דארט.

ער איז געווען א קדוש וטהור. ער איז געווען געשעצט ביי אלע גדולי הדור. ער האט מכריע געווען ביי די אלע אסיפות וואס ער האט אנטייל גענומען, בשנת תרנ"ט האט ער ממלא מקום געווען זיין טאטע שינאווא רב זיע"א. אין שנת תרס"ד האט ער זיך געצויגן קיין צאנז.

מעשה: בשעת'ן ערשטן וועלט קריג האט זיך רבי משה'לע שינאוואווער געפונען אין עיר הבירה וויען. דארט אין וויען איז ער נתכבד געווארן מיט סנדקאות. דארט אין דעם ביהמ"ד איז געווען א חזן וואס ארומגעגאנגען כנהוג מאכן מי-שבירך'ס פאר'ן ציבור. איינער דארט האט געמאכט ליצנות פון דעם חזן. דער חזן איז געווארן פארשעמט. רבי משה'לי און ער האט זיך אויפגעהויבן ארויסצוגיין פון בית המדרש, אפילו נאך פאר ער האט געהאט דעם כיבוד פון סנדקאות, ער האט געזאגט אז ער וויל נישט בלייבן דארט, ווייל עס קען נאך אויסזען אז ווי האט עטוואס מסכים געווען מיט דעם מלבין פני חברו ברבים!!

מדבריו הקדושים: רבי משה'לע שינאוואווער האט געפרעגט אויף די וועטער וואס מיר זאגן ר"ה און יו"כ אינעם פיוט 'ונתנה תוקף', "כי לא תחפץ במות המת", לכאורה וואס איז דער דאפלט לשון "במות המת"? האט ער געענפערט, עס שטייט (ברכות יח:), "רשעים בחייהן קרויין מתים". דער רשע וואס ווערט שוין אנגערופן מת אין זיין לעבן, אזעלעכע וויל דער רבוש"ע אז זיי זאלן נישט שטארבן, ער וויל זיין זאל קודם תשובה טוען, ווי עס שטייט ווייטער "כי אם בשובו מדרכו וחיה", ווען ער תשובה טוען וועט ער ווערן צוריק א חי
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי משה'לע שינאוואווער ז"ל - י”ב חשון תרע”ט

פאוסט דורך מירון »

פון גליון מגזי המלך:

רבי משה'לע שינאווער איז געווען א איש קדוש מאוד, אויף זיין מציבה שטייט מורא'דיגע זאכן - ער ליגט דאך אין צאנז (שבשנת תרס"ד עבר משינאווא לגור בצאנז) - מורא'דיגע טיטלען, 'עובד ה' בכל כוחו', מ'האט נישט געשריבן אמאל אזוי אויף יעדן איינעם.

ער איז אוועק אין שנת תרע"ט (י"ב חשון), צום סוף פון די ערשטע קריג, איך האב נאך געקענט אידן וואס האבן אים געקענט, דאהי האט געוואוינט א חסידישער איד ר' ישראל בריעף, ער איז נאך געפארן צו רבי משהל'ע, ער האט געזאגט אז דער רבי משה'לע שינאווער איז געווען הויט און ביין, ער האט נישט געקענט עסן, 8 ער איז בטבע געווען אזוי, אזוי ווי מ'זאגט אויפן קאזשניצער מגיד, בערך אזוי, און ער איז געשטאנען און געדאוונט, מיט א שאגת ארי, מיט קולות, מיט א פייער, נאר אזוי ווי ער האט געענדיגט צו דאווענען איז ער אומגעפאלן, און מ'האט אים געדארפט אנהאלטן ער האט שוין נישט געהאט כח צו שטיין אויף די פיס, אזוי איז ער געלעגן, ער איז געווען א גרויסער חלוש.

שוין פון אלץ קינד איז ער געוען א חלוש ער איז אזוי געבוירן געווארן זייער שוואך, די ערשטע רביצין פונעם שינאווער רב איז געווען דעם ארי' דבי עילאי'ס טאכטער, און די צווייטע רעביצין איז געווען דעם ארי' דבי עילאי'ס א אייניקל, ער האט גענומען דעם שוואגער'ס א טאכטער (בתו של הגאון רבי מרדכי זילבערשטיין אב"ד האלאשיץ), און רבי משה'לע שינאווער איז געווען פון די צווייטע רעביצין, ער האט געהייסן נאכ'ן זיידן דער ישמח משה (חותנו של הארי' דבי עילאי ז"ל).

און ווען די צווייטע רעביצין איז אוועק האט ער נאכאמאל חתונה געהאט, און ער איז דאך געבליבן מיט קינדער, האט מען די קינדער צוטיילט, זיי זענען נתגדל געווארן אין צאנז ביי איינע פון דברי חיים'ס טעכטער, דעם דברי יחזקאל'ס שוועסטער, און רבי משה'לע איז דאך געווען א חלוש האט זי אכטונג געגעבן אויף אים און זיך אפגעגעבן מיט אים אזוי ווי א מאמע, די טאכטער פון דברי חיים, (הרבנית הצדיקת מרים בתו הגדולה של הרה"ק מצאנז) זי איז געווען רבי משה אונגער'ס רעביצין, ער איז געווען רבי מרדכי דוד'ס דאמבראווער'ס א זוהן, ביי אים איז רבי משהל'ע שינאווער נתגדל געווארן.

איינמאל איז ער [ר' משהל'ע ז"ל בילדותו] געווען זייער שוואך און ס'האט אויסגעזעהן ווי כלות הנפש ממש ווי ער גייט אויס ח"ו, איז זי (הרבנית מרים אונגער ע"ה) אריין געלאפן צו איר פאטער [מרן הקדוש מצאנז ז"ל] און זי האט געזאגט אז זי טוט וואס זי קען אבער ס'זעהט אויס ח"ו... האט ער געזאגט אז ער וויל אריין גיין צו אים, ער קומט אריין אין שטוב און ער האט אים געגעבן עפעס צו עסן און ער האט געזאגט 'ער וועט זיין א אלטער איד, מ'וועט ביי אים ברעכן טיהרן', און אזוי איז געווען, דער מצב איז בעסער געווארן אבער ער האט אלע יארן געלעבט חוץ לדרך הטבע, ער האט געגעסן און אויסגעבראכן וואס ער האט געגעסן, אזוי ווי די גמרא (גיטין דף נ"ו) דערציילט אויף רבי צדוק (שישב בתענית מ' שנה שלא יהי' החורבן), ער האט אזוי געלעבט מיט ניסים אלע יארן.

און ס'איז געווען ביי אים אמאל יו"ט שבועות, און ס'איז געקומען א גרויסער עולם אויף יו"ט, און מ'איז געשטאנען ערב יו"ט אדער מוצאי יו"ט, און מ'האט זיך אזוי געשטיפט ביי די טיהר א גרויסער עולם, און די טיהר האט זיך צובראכן, און די גבאים האבן זיך אזוי דערשראקן ס'איז געווען מיט אזא ווילדקייט, אבער אזוי ווי ער האט באמערקט אז מ'האט צובראכן די טיהר, האט ער זיך צושמייכלט, האט ער דעמאלטס דערציילט אז ווען ער איז געווען א קינד און ער נישט געווען געזונט האט אים דער זיידע אנגעוואונטשן אז ער וועט לאנג לעבן און מ'וועט ביי אים ברעכן טיהרן, האט ער געזאגט אז ער האט געטראכט אז איין חלק איז מקויים געווארן, וועט זיכער דער צווייטער חלק אויך מקוים ווערן, ס'איז אים געווען אזוי א שמחה צו זעהן ווי ס'ווערט מקוים די ווערטער.

און ער האט געלעבט זיבן און זיבעציג יאר (נסתלק ביום י"ב חשון תרע"ט), בימים ההם האט עס געהייסן אריכות ימים (ובפרט אצל אדם חלוש).
_
רבי משה'לע ז"ל איז געווען אן איידעם ביי א בעלהבית. ער איז נישט געווען קיין יחסן. (בעה"ב מעיר בריגל ממשפחת טענענבוים).
_
רבי משה'לע שינאווער האט געוואוינט אין צאנז, ס'איז געווען א חידוש אז ער איז געקומען קיין צאנז (בשנת תרס"ד עבר לצאנז), ער האט געזאגט אז זיין טאטע דער שינאווער רב נאכ'ן הסתלקות פונעם דברי חיים, האט ער זיך גלייך באזעצט אין צאנז, ער האט געזאגט אז
דאס צאנזער רבנות באלאנגט פאר אים, ווייל ער איז דער עלטסטער זוהן.

הגם דער קרייזער רב איז דאך שוין דארט געווען בחיים חיותו פונעם צאנזער רב (בשנת תרי"ז נתמנה ע"י אביו לרב בצאנז ועזר לו בניהול העיר), האט דער שינאווער רב געזאגט אז דאס וואס ער האט געהאט פארדעם זאל ווייטער בלייבן ביי אים, אבער די איבעריגע זאכן
בכלל דאס רבנות איז זיינס, און ער האט געוואוינט אין צאנז א צייט פון כמעט א יאר.

און ס'איז געווארן אין שטאט א שטיקל רייבעריי, ווייל דער קרייזער רב האט דאך געהאט זיינע מענטשן וואס ער נאך געהאט פון פריער, און דער שינאווער רב האט זיך דארט געקומען זיך באזעצן אלס רב.

אין איין שיינעם טאג ווען דער שינאווער רב קומט אהיים פון דאווענען, זאגט ער דארט פאר די שטוב מענטשן מ'זאל פאקן די פעקלעך, ווייל איך פאר אוועק פון צאנז, האבן אלע אנגעהויבן צו זאגן וואס הייסט דער רבי לאזט איבער דעם ציבור, זאגט ער איך האב אזוי באשלאסן איך פאר אוועק, זאגן זיי, רבי, אונז פלאגן מיר זיך דא פאר'ן רבי'ן, און ס'זעהט שוין אויס ווי אונז האלטן מיר ביים געווינען, און אזוי אין א
שיינעם טאג לאזט אונז דער רבי איבער, וואספארא פנים וועלן מיר האבן דא אין שטאט אז דער רבי פארט אוועק.

האט דער שינאווער רב געענטפערט אזוי, ווען דער טאטע איז נסתלק געווארן, האב איך געהאלטן אז דאס רבנות קומט מיר אלס בכור, איי דער ברודער וואינט דא, אבער ס'וועט זיין א טובה פאר די שטאט, און א טובה פאר די מדינה, אז איך בלייב דא אין צאנז, אזוי האב איך געהאלטן, איך האב נישט געהאט קיין שום פניה. ס'איז געווען כולו לשם שמים.

אבער איך וואוין שוין דא כמעט א יאר, און ס'האט זיך געמאכט א רייבעריי, און איך האב מיר היינט געמאכט א חשבון הנפש, און איך האב געזעהן אז ס'איז געווארן צדדים, איז שוין דא ביי מיר עפעס א געפיל פון אהבת הנצחון, על כל פנים, ס'איז שוין נישט די זעלבע מדריגה לשם שמים אזוי ווי איך בין אנגעקומען, אויב אזוי אז ס'איז שוין נישט 'כולו לשם שמים' וויל איך שוין נישט די גאנצע זאך, איך לאז איבער די גאנצע זאך, און איך פאר אוועק.

דער שינאווער רב איז דעמאלטס צוריק געפארן קיין שינאווא, און ווען ער איז נסתלק געווארן איז דער זוהן רבי משה'לע געווארן רב במקומו אין שינאווא, און אויף איינמאל (בשנת תרס"ד) האט ער באשלאסן ער פארט קיין צאנז, דאס רבנות באלאנגט פאר'ן טאטן, און דער טאטע האט דאס קיינמאל נישט מוותר געווען, נאר ער איז אוועק געפארן [כנ"ל], ממילא קומט אויס אז דאס רבנות געהערט פאר אים, און ער איז געפארן קיין צאנז, האט ער פאר איינעם געזאגט אזוי, 'נישט נאר אז דער טאטע האט מיר געהייסן איך זאל קומעןקיין צאנז, נאר ער האט מיר אפילו געזאגט אין וועלכן הויז איך זאל וואוינען', אזוי האט רבי משה'לע געזאגט.

ווען איך בין געווען אין צאנז דאס לעצטע מאל, ווייסט מען היינט נאך אנצוצייכענען, וואו ס'איז געשטאנען דאס הויז וואו דער דברי חיים האט געוואוינט, ס'איז היינט א פארק דארט, ס'איז אזוי אין ווינקל פון גאס, און מ'ווייסט אויך וואו ס'איז געווען די מקוה, און צוויי גאסן דערנעבן צייכנט מען אן וואו דער שינאווער רב האט געוואוינט.
_
רבי משה'לע שינאווער איז געווען אין בארדיוב, דער פעטער ז"ל (רביה"ק בעל דברי יואל ז"ל) איז געווען א יונגערמאן און ער איז אויך געווען אין בארדיוב, און ער איז געגאנגען צום טיש פון רבי משה'לע שינאווער, און ער רבי יהושע'לע טאמעשוב'ער איז אויך געזעצן ביים טיש, און דארט ביים טיש האט רבי משה'לע שינאווער מכבד געווען דעם פעטער ז"ל מיט מנוחה ושמחה, האט זיך רבי יהושע'לע טאמעשוב'ער אנגערופן, 'מיט מנוחה ושמחה איז מען אים מכבד?, אים וועלן נאך טויזענטער מענטשן נאכלויפן... מיט בענטשן דארף מען אים מכבד זיין', האט ער אים מכבד געווען מיט בענטשן.

די מעשה איז נאך מער אינטערסאנט ווייל ווען דער ר' יהושע'לע איז אוועק - דאס איז בערך תרס"ו - איז נאך דער רבי געווען זייער יונג, ער האט חתונה געהאט תרס"ד, ער איז נאך זיכער געווען אונטער צוואנציג יאר (מרן רבינו ז"ל נולד ח"י טבת תרמ"ז), און ער האט שוין דאס
געזאגט אויף אים דעמאלטס בשעתו.
_
רבי משהלע שינאווער'ס האט געהאט א זוהן רבי לייבוש מרדכי.

רבי לייבוש מרדכי האט קיינמאל נישט געוואלט נעכטיגן אין צאנז, ווייל זיין טאטע רבי משהל'ע שינאווער ליגט דאך אין צאנז, און ער האט געזאגט אז ווען ער קומט בעט אים דער פאטער ער זאל בלייבן דארט, האט ער נישט געוואלט נעכטיגן אין צאנז, איינמאל איז ער נישט געווען געזונט און ער האט נישט געהאט קיין ברירה און ער איז געבליבן נעכטיגן אין צאנז, איז ער דארט נסתלק געווארן.

די בית החיים אין צאנז איז געווען אזוי, ס'איז געווען דעם דברי חיים'ס מציבה, און שפעטער האט מען צוגעלייגט זיין זוהן דעם קרייזער רב, איין זון רבי מאיר נתן האט מען נאך געלייגט בחייו פון דברי חיים, ליגט ער דארט נאך פאר'ן דברי חיים, נאכדעם איז דער קרייזער רב, נאכדעם איז דא רבי משה'לע שינאווער, און נאכדעם איז דא רבי משה'לע שינאווער'ס א זוהן, אזוי אין די ברייט, און נאכדעם איז געווען רבי לייבוש וואס ער איז געווען דעם קרייזער רב'ס זוהן, בקיצור ס'איז געווען א פלאץ וואס מ'האט געקענט אריבער גיין אונטערן דברי חיים'ס קבר און ארויס קומען, און די קבר פון רבי לייבוש מרדכי ווען מ'האט געוואלט דארט לייגן איז נישט געווען קיין פלאץ גענוג פאר א קבר, איז מען געגאנגען און מ'האט אויפגעבראכן די וואנט פון אוהל כדי מ'זאל אים קענען לייגן און געמאכט א נייער וואנט דארט אביסל ארויסצו, אזוי אז ס'איז געווארן פלאץ פאר דעם קבר, און די וואנט האט מען שוין געמאכט אין תרצ"ב צי תרצ"ג אדער שפעטער איז שוין אנדערש געבויעט ווי אין תרל"ו ווען דער דברי חיים איז נסתלק געווארן.

ס'האט זיך שוין געריקט די וועלט זייט דעמאלטס, און מ'האט דאך צואווארפן דעם גאנצן אוהל מיט אלע מציבות, איז ווען מ'איז צוריק געקומען האט מען געטראפן א שטיקל פון די נייע וואנט ס'איז נאך עפעס געבליבן יסודות פון דעם, האט מען פון דעם אנגעהויבן צו גיין, לויט דעם האט מען געוואוסט דער ליגט דא און דער דא, אזוי האט מען דאס צוריק געשטעלט.
שרייב פאוסט