מיין ווייסע בערעלע
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 1:56 pm
בס’’ד
שוש אשיש
פון מיין דריי יאר זענען מיר אינאיינעם
באקומען ביי מיין געבורטסטאג א געשאנק
אן איבעראשונג זאג נישט פאר קיינעם
אין באבי’ס הויף צווישען הוידע און באנק
א רויזע פעקל, דערנאך א שאכטעל
אינעווייניג קליינע בערעלע א פראכטעל
קליינע שווארצע קנעפעלעך
זענען די שטערן אויגעלעך
און דיינע האריגע בעקעלעך -
קיצעלן צערטעליך
א צעקוועטשטע נאזעלע,
אין דיינע אויערלעך א בלאזעלע.
א געלע קליידעלע, א מתנה פאר באבי’ס מיידעלע.
א האניג האלטער, און א קליינע בענדעלע,
פון סבתא’לע און זיידעלע
מיין מומע זאגט אז איך בין שוין גרויס, און דו ביסט נאר פאר קליינע
עה, דו וועסט שטענדיג בלייבן מיינע
דו הערסט מיינע פלאפעריי, דו טרייסט מיין יאמעריי
אין קעלט אין מיין דעקע א געשיצטע
אז עס איז מיר באנג תמיד שטיצטע.
פרי-טונקעל, מאמי טוט נאך שלאפן,
ביים וואנט ווינקעל אנקלאצען
גלייכסט דיין שלייף- איך טו האפען
פיקאבא, באהאלטען און געטראפן.
---
ווילדע גערידער
אנשטאט חג לידער,
שיסעריי קלאנגען
אנשטאט ’אתה בחרתנו’ געזאנגען
במקום קידוש - לויפעריי
קומט דען יום טוב מיט שיסעריי?
חיות פון וואלד
אין מענטשליך געשטאלט
גרויזאמע גא-ט’ס צלם - פארשוועכער
די קולות ווערן העכער
טאטי ליגט- אין קאלוזשע פארשוועמט, איך ציטער
מאמי’ס בליק אין אנגסט געלעמט, די מצב איז ביטער
א קוויטש פון בהלה, צו זייער ווילדע צהלה,
צוגעטוליעט הערצליך, א געשריי שמערצליך
די לעצטע טוליע נאך א האלב בליק
זאלסט מיר געבן שיצע אויף צוריק
---
רויטע פליסיגס א געזעגענונג
ווי אן אונטערשריפט אויף א באגעגענונג
מיט אן ארט וואס איז נישט זוכה
והנה נערה בוכה
מיר זענען געשיידט, אפגעהאקט
מיינע בלוט פלעקן אויף דיין באק,
רויטע טראפן ביי דיין שמאל גענאק
ווייסע בערעלע דו ביסט רויט
דיין קאליר- מיין טויט
פאר זייער פארצוקעניש
מיינע רויטע בלוט פלעקן א געדענקעניש
איינגעזאפט מיט מיין תמצית איז דיין רוקען
אין העכערע היכלות טוט מען מיר שיקן
פאר מיר איז גוט- אין פרידן מיין רו,
קומזשע אויך ארויף מיט מיר
העכער, העכער, העכער
וואס זוכסטו מיט בארבארישע שטעכער
ווי פאסט דיר צו זיין אן עד ראי’ה
פאר געוואלדטאטן אין דעם בריאה
מיין נשמה שוועבט אין תענוג
אט אט זיך באהעפטען צום מנהיג
מיר וועט מען גוט פלאצירן
אבער ווער וועט מיט דיר שפאצירן?
איך שוועב, עס איז געשמאק
נאכאביסעל מיין קערפער אין זאק
אויף צום ווידערזען וועלטעלע, אויף צום ווידערזען מיין ווייסע בערעלע
מיר איז לעכטיג
די גן איז פרעכטיג
איך שוועב, און שוועב, א ליכט.
צייג דעם וועלט דאס רויטע שיכט
דאס קאלוזשע טרוקען, הארט שארב
האלט דו אויף אייביג מיין זעל פארב.
הזדעזעתי כשראיתי דובי מגואל בדם, שילדה קטנה מרוב ההלם חיבקה וירו בה. אלו מראות שאי אפשר לדמיין.
https://www.kore.co.il/viewArticle/142313
שוש אשיש
פון מיין דריי יאר זענען מיר אינאיינעם
באקומען ביי מיין געבורטסטאג א געשאנק
אן איבעראשונג זאג נישט פאר קיינעם
אין באבי’ס הויף צווישען הוידע און באנק
א רויזע פעקל, דערנאך א שאכטעל
אינעווייניג קליינע בערעלע א פראכטעל
קליינע שווארצע קנעפעלעך
זענען די שטערן אויגעלעך
און דיינע האריגע בעקעלעך -
קיצעלן צערטעליך
א צעקוועטשטע נאזעלע,
אין דיינע אויערלעך א בלאזעלע.
א געלע קליידעלע, א מתנה פאר באבי’ס מיידעלע.
א האניג האלטער, און א קליינע בענדעלע,
פון סבתא’לע און זיידעלע
מיין מומע זאגט אז איך בין שוין גרויס, און דו ביסט נאר פאר קליינע
עה, דו וועסט שטענדיג בלייבן מיינע
דו הערסט מיינע פלאפעריי, דו טרייסט מיין יאמעריי
אין קעלט אין מיין דעקע א געשיצטע
אז עס איז מיר באנג תמיד שטיצטע.
פרי-טונקעל, מאמי טוט נאך שלאפן,
ביים וואנט ווינקעל אנקלאצען
גלייכסט דיין שלייף- איך טו האפען
פיקאבא, באהאלטען און געטראפן.
---
ווילדע גערידער
אנשטאט חג לידער,
שיסעריי קלאנגען
אנשטאט ’אתה בחרתנו’ געזאנגען
במקום קידוש - לויפעריי
קומט דען יום טוב מיט שיסעריי?
חיות פון וואלד
אין מענטשליך געשטאלט
גרויזאמע גא-ט’ס צלם - פארשוועכער
די קולות ווערן העכער
טאטי ליגט- אין קאלוזשע פארשוועמט, איך ציטער
מאמי’ס בליק אין אנגסט געלעמט, די מצב איז ביטער
א קוויטש פון בהלה, צו זייער ווילדע צהלה,
צוגעטוליעט הערצליך, א געשריי שמערצליך
די לעצטע טוליע נאך א האלב בליק
זאלסט מיר געבן שיצע אויף צוריק
---
רויטע פליסיגס א געזעגענונג
ווי אן אונטערשריפט אויף א באגעגענונג
מיט אן ארט וואס איז נישט זוכה
והנה נערה בוכה
מיר זענען געשיידט, אפגעהאקט
מיינע בלוט פלעקן אויף דיין באק,
רויטע טראפן ביי דיין שמאל גענאק
ווייסע בערעלע דו ביסט רויט
דיין קאליר- מיין טויט
פאר זייער פארצוקעניש
מיינע רויטע בלוט פלעקן א געדענקעניש
איינגעזאפט מיט מיין תמצית איז דיין רוקען
אין העכערע היכלות טוט מען מיר שיקן
פאר מיר איז גוט- אין פרידן מיין רו,
קומזשע אויך ארויף מיט מיר
העכער, העכער, העכער
וואס זוכסטו מיט בארבארישע שטעכער
ווי פאסט דיר צו זיין אן עד ראי’ה
פאר געוואלדטאטן אין דעם בריאה
מיין נשמה שוועבט אין תענוג
אט אט זיך באהעפטען צום מנהיג
מיר וועט מען גוט פלאצירן
אבער ווער וועט מיט דיר שפאצירן?
איך שוועב, עס איז געשמאק
נאכאביסעל מיין קערפער אין זאק
אויף צום ווידערזען וועלטעלע, אויף צום ווידערזען מיין ווייסע בערעלע
מיר איז לעכטיג
די גן איז פרעכטיג
איך שוועב, און שוועב, א ליכט.
צייג דעם וועלט דאס רויטע שיכט
דאס קאלוזשע טרוקען, הארט שארב
האלט דו אויף אייביג מיין זעל פארב.
הזדעזעתי כשראיתי דובי מגואל בדם, שילדה קטנה מרוב ההלם חיבקה וירו בה. אלו מראות שאי אפשר לדמיין.
https://www.kore.co.il/viewArticle/142313