מיין ווייסע בערעלע
מיין ווייסע בערעלע
בס’’ד
שוש אשיש
פון מיין דריי יאר זענען מיר אינאיינעם
באקומען ביי מיין געבורטסטאג א געשאנק
אן איבעראשונג זאג נישט פאר קיינעם
אין באבי’ס הויף צווישען הוידע און באנק
א רויזע פעקל, דערנאך א שאכטעל
אינעווייניג קליינע בערעלע א פראכטעל
קליינע שווארצע קנעפעלעך
זענען די שטערן אויגעלעך
און דיינע האריגע בעקעלעך -
קיצעלן צערטעליך
א צעקוועטשטע נאזעלע,
אין דיינע אויערלעך א בלאזעלע.
א געלע קליידעלע, א מתנה פאר באבי’ס מיידעלע.
א האניג האלטער, און א קליינע בענדעלע,
פון סבתא’לע און זיידעלע
מיין מומע זאגט אז איך בין שוין גרויס, און דו ביסט נאר פאר קליינע
עה, דו וועסט שטענדיג בלייבן מיינע
דו הערסט מיינע פלאפעריי, דו טרייסט מיין יאמעריי
אין קעלט אין מיין דעקע א געשיצטע
אז עס איז מיר באנג תמיד שטיצטע.
פרי-טונקעל, מאמי טוט נאך שלאפן,
ביים וואנט ווינקעל אנקלאצען
גלייכסט דיין שלייף- איך טו האפען
פיקאבא, באהאלטען און געטראפן.
---
ווילדע גערידער
אנשטאט חג לידער,
שיסעריי קלאנגען
אנשטאט ’אתה בחרתנו’ געזאנגען
במקום קידוש - לויפעריי
קומט דען יום טוב מיט שיסעריי?
חיות פון וואלד
אין מענטשליך געשטאלט
גרויזאמע גא-ט’ס צלם - פארשוועכער
די קולות ווערן העכער
טאטי ליגט- אין קאלוזשע פארשוועמט, איך ציטער
מאמי’ס בליק אין אנגסט געלעמט, די מצב איז ביטער
א קוויטש פון בהלה, צו זייער ווילדע צהלה,
צוגעטוליעט הערצליך, א געשריי שמערצליך
די לעצטע טוליע נאך א האלב בליק
זאלסט מיר געבן שיצע אויף צוריק
---
רויטע פליסיגס א געזעגענונג
ווי אן אונטערשריפט אויף א באגעגענונג
מיט אן ארט וואס איז נישט זוכה
והנה נערה בוכה
מיר זענען געשיידט, אפגעהאקט
מיינע בלוט פלעקן אויף דיין באק,
רויטע טראפן ביי דיין שמאל גענאק
ווייסע בערעלע דו ביסט רויט
דיין קאליר- מיין טויט
פאר זייער פארצוקעניש
מיינע רויטע בלוט פלעקן א געדענקעניש
איינגעזאפט מיט מיין תמצית איז דיין רוקען
אין העכערע היכלות טוט מען מיר שיקן
פאר מיר איז גוט- אין פרידן מיין רו,
קומזשע אויך ארויף מיט מיר
העכער, העכער, העכער
וואס זוכסטו מיט בארבארישע שטעכער
ווי פאסט דיר צו זיין אן עד ראי’ה
פאר געוואלדטאטן אין דעם בריאה
מיין נשמה שוועבט אין תענוג
אט אט זיך באהעפטען צום מנהיג
מיר וועט מען גוט פלאצירן
אבער ווער וועט מיט דיר שפאצירן?
איך שוועב, עס איז געשמאק
נאכאביסעל מיין קערפער אין זאק
אויף צום ווידערזען וועלטעלע, אויף צום ווידערזען מיין ווייסע בערעלע
מיר איז לעכטיג
די גן איז פרעכטיג
איך שוועב, און שוועב, א ליכט.
צייג דעם וועלט דאס רויטע שיכט
דאס קאלוזשע טרוקען, הארט שארב
האלט דו אויף אייביג מיין זעל פארב.
הזדעזעתי כשראיתי דובי מגואל בדם, שילדה קטנה מרוב ההלם חיבקה וירו בה. אלו מראות שאי אפשר לדמיין.
https://www.kore.co.il/viewArticle/142313

SOS
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 410
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 1134
Re: מיין ווייסע בערעלע
קוקו!!!!
פלעין מיך געמאכט וויינען אינמיטן די ארבעט... יאוי.. טשילס.. כבין געהעריג מענטעלי געדרעינט
הרב @שוש אשיש אין אומר ואין דברים ביסט ריזיג.. סזיצט אין דיר עפעס איבערמענטשליך.. חזק חזק!!
פלעין מיך געמאכט וויינען אינמיטן די ארבעט... יאוי.. טשילס.. כבין געהעריג מענטעלי געדרעינט
הרב @שוש אשיש אין אומר ואין דברים ביסט ריזיג.. סזיצט אין דיר עפעס איבערמענטשליך.. חזק חזק!!
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1274
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1906
Re: מיין ווייסע בערעלע
נישט דא קיין ווערטער!
@שוש אשיש די נעמסט מיר ארויס פון די כלים יעדע מאל באזינדער, אזויפיל טאלאנט!
דרך אגב וויפל שעה ביסטו פארטראכט א טאג?
@שוש אשיש די נעמסט מיר ארויס פון די כלים יעדע מאל באזינדער, אזויפיל טאלאנט!
דרך אגב וויפל שעה ביסטו פארטראכט א טאג?
Re: מיין ווייסע בערעלע
יויש! דאס איז עפעס נישט נארמאל!!
@שוש אשיש , א יישר כח פאר'ן אונז געבן צו געניסן פון דיין טאלאנט!
@שוש אשיש , א יישר כח פאר'ן אונז געבן צו געניסן פון דיין טאלאנט!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7830
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 18815
Re: מיין ווייסע בערעלע
דער @שוש אשיש איז נישט פשוט.
טיף, קריעיטיוו און הארציג אויסגעמישט.
טיף, קריעיטיוו און הארציג אויסגעמישט.
Re: מיין ווייסע בערעלע
צונומען ביז גאר! זייער זייער עמאציענעל!
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2787
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8616
Re: מיין ווייסע בערעלע
געליינט אויבנאויף
געכאפט א בליק דערויף
עס געבט די געפילן א צושרויף
עס געבט א ציטער און א וועק אויף
דאנקע שעהן
אן ארבעט ניט פלעין
געכאפט א בליק דערויף
עס געבט די געפילן א צושרויף
עס געבט א ציטער און א וועק אויף
דאנקע שעהן
אן ארבעט ניט פלעין
- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 202
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 294
Re: מיין ווייסע בערעלע
@שוש אשיש איך ברויך נאכאמאל קאמאנטירן?..
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
Re: מיין ווייסע בערעלע
מורא'דיג, מורא'דיג!
אבער פארוואס האט עס איינער געקאפיט און געפעיסט אויף אייוועלט צוויי מינוט נאכדעם וואס עס איז דא געשריבן געווארן, אן עני קרעדיט?!
אבער פארוואס האט עס איינער געקאפיט און געפעיסט אויף אייוועלט צוויי מינוט נאכדעם וואס עס איז דא געשריבן געווארן, אן עני קרעדיט?!
חכם הוא להטב!
וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...
אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.

האסט מיר צושאקעלט, עיני עיני ירדה מים!

צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
- א יוני אין שוויץ
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 131
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:53 am
- x 156
Re: מיין ווייסע בערעלע
וויאזוי ווייסטו ווער די איינער איז? עס קען זיין די זעלבע שרייבער לייגט עס ביידע פלעצער מיט אנדערע נעמען.
Re: מיין ווייסע בערעלע
ריכטיגא יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:50 amוויאזוי ווייסטו ווער די איינער איז? עס קען זיין די זעלבע שרייבער לייגט עס ביידע פלעצער מיט אנדערע נעמען.
חכם הוא להטב!
וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...
אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.
וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...
אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.
Re: מיין ווייסע בערעלע
דארט הייס איך ליאו, און איך האב עס געשריבן דארטחכם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:50 amריכטיגא יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:50 amוויאזוי ווייסטו ווער די איינער איז? עס קען זיין די זעלבע שרייבער לייגט עס ביידע פלעצער מיט אנדערע נעמען.
SOS
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7830
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 18815
Re: מיין ווייסע בערעלע
הו קעירס?
פארוואס דארף מען פארהערן שרייבער איבער וואו נאך זיי שרייבן?
רבותי לאזט געמאכט. לדעתי העני', חיעדער זאל גיין וואו ער וויל און אויף וויפיל פלעצער ער וויל.
פארוואס דארף מען פארהערן שרייבער איבער וואו נאך זיי שרייבן?
רבותי לאזט געמאכט. לדעתי העני', חיעדער זאל גיין וואו ער וויל און אויף וויפיל פלעצער ער וויל.
- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 202
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 294
Re: מיין ווייסע בערעלע
ער האט געפרעגט א פשוטע תמימות׳דיגע קשיא, ביטע נישט נעמען ערנסט!דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 3:58 pm הו קעירס?
פארוואס דארף מען פארהערן שרייבער איבער וואו נאך זיי שרייבן?
רבותי לאזט געמאכט. לדעתי העני', חיעדער זאל גיין וואו ער וויל און אויף וויפיל פלעצער ער וויל.
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
Re: מיין ווייסע בערעלע
הערליך שיין אויף א שווארצע טאפיק.
יה״ר זאלסט נוצן דיין טאלאנט אויף שמחות!!
יה״ר זאלסט נוצן דיין טאלאנט אויף שמחות!!
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
- מאדערן ארט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 199
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
- Location: אין סטאדיאו
- x 432
Re: מיין ווייסע בערעלע
כ'קען בארגן די בערעלע פאר איין נאכט?