א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 1:08 pm
א וועלט וואס יעדער טראכט די זעלבע, יא אזוי ווי איר הערט!
דער שטאט וויסקאנסען איז א שטאט ווי עס וואוינען דארט אן ערך פון 12 טויזענט היימישע אידישע משפחות, אלע פון זיי שומרי תורה ומצוות, חסידישע אידן. אלזוי לאמיר אביסעל אריינגיין אין זייער לעבנס שטייגער.
עס איז זעקס אזייגער אינדערפרי, די שטאטישע וועקר זייגער קלינגט. פארוואס איז דא א שטאטישע זייגער? ווייל יעדער מאכט זיך דעם זעלבען חשבון. איך וועל אויפשטיין זעקסע, איך מאך מיך גרייט. איך גיי אין מקוה ארום האלב זיבן, דערנאך פון א קוואדער צו זיבן ביז א קוואדער צו אכט לערן איך מיין שיעור קבוע. און א קוואדער צו אכט וועל איך מיך אנגרייטען צום דאווענען אין הכנות שטיבעל, און אכט אזייגער שטעלט זיך מיין מנין קבוע.
ר' חיים פארהאנד איינער פון די וויסקאנסענער אידן הערט די שטאטישע וועקער זייגער, שטייט אויף בזריזות און לויפט אריבער אין מקוה. אנקומענדיג אין מקוה אנפלעקט זיך פאר אים א שווארצער בילד. טויזענטער אידן שטייען און ווארטן צו קענען האבן כאטש איין הוק אויפצוהענגען די רעקל, יעדער שטייט דאך אויף פונקט די זעלבע צייט, קען מען זיך בלויז פארשטעלן ווי אזוי די שטאטישע מקוה זעהט אויס...
נישט האבענדיג קיין ברירה ווארט ער צו א קארגע 25 מינוט, און ענדליך איז געקומען זיין שאנס צו כאפן א טבילה און ארויס. ער יאגט זיך כדי צו כאפן זיין שיעור קבוע וואס ער האט שוין פארשפעטיגט מיט 25 מינוט.
אנקומענדיג אין היכל התורה זעהט ער אז קיין פלאץ וועט ער שוין נישט טרעפן היינט, וואו איז דען דא א היכל התורה וואס קען פארנעמען 12 טויזענט בעלי בתים בהעלם אחד? האט ער בלית ברירה געמאכט די וועג ארויף אויבן אין ביהמ''ד, כאטש א פלאץ ביים דאווענען זאל ער האבן.
אין הכנות שטיבעל איז אים בכלל נישט בייגעפאלן צו גיין, שטייען דארט הונדערטער אידן וואס זעצן אויף אלע ווענט, אבער אן ערפאלג.
אנקומענדיג אין ביהמ''ד, זעהט ער טאקע ווי דער ביהמ''ד איז נאך היבש ליידיג, נעמט זיך א פלאץ און לייגט דארט אראפ זיין טלית ותפילין. גייט אריין אין קאווע שטיבעל, נעמט א רויטע טעיסטערס טשויס קאווע, קאצקע צוקער, מיט בלויע מילך. (נישט דא קיין אויסוואל, יעדער טראכט אייניג) ווען פלוצלינג גייט אים זיין חבר יענק'ל אריבער.
חיים. א גוט מארגען יענק'ל!
יענק'ל. אה וואס מאכסטו חיים?
חיים. דו פרעגסט וואס איך מאך? דו זעהסט נישט וואס גיי איך דא אריבער?
יענק'ל. גם אני בחלומי, איך האב געהאט אקוראט די זעבער דורך גאנג, און איך בין אויך ארויף געקומען כאטש צו קענען האבן א פלאץ ביים מנין הגדול אכט אזייגער.
חיים. פארוואס קען מען נישט צושטעלן נאך א בית המדרש אין שטאט?
יענק'ל. דו ביסט גרייט זך אריינצולייגען אין דעם?
חיים. יא!
יענק'ל. געדענק אבער איין זאך, קיין מנין וועסטו נישט טרעפען!
חיים. פארוואס?
יענק'ל. וואס הייסט פארוואס? יעדער פארשטייט דאך אז מען ברויך דאווענען אינעם גרויסן בית מדרש, דוקה מיטן מנין הגדול! דו גייסט נישט קענען טרעפן צען אידן וואס זענען גרייט אריבער צו גיין!
שוין חיים האט נישט קיין ברירה, ער ווארט צו ביז דער וויסקאנסענער רב קומט אריין בהדרת קדשו, און דער גאנצער ציבור אויף איינמאל שטעלט זיך דאווענען.
א געשמאקע דאווענען, קיינער פארפירט נישט אז דער בעל תפילה גייט צו שנעל/שטייט, יעדער האט דאך איין מהלך המחשבה! די בית המדרש איז פאר קיינעם נישט צו קאלט/הייס, יעדער וויל דוקה די זעלבע טעמראטור!
עה... הלואי וואלט אזוי געווען! אבער אזוי ווי עס איז נאר דא איין בית המדרש אין שטאט, איז נישט דא קיין קאמפעטישען. איז שוין איבריג צו זאגן אז דער בית המדרש שטעלט גארנישט צו מער ווי דער הכרח. דער בית המדרש קוקט אויס ווי א קאנסטראקשען זאון, לייטס הענגען פון די דאך, שימעל באדעקען די ווענט. וכו' וכו' וכו'.
רבי חיים ענדיגט דאווענען, ער גייט אין גראסערי. דערמאנט ער זיך אז זיין ווייב האט אים געבעטען נעכטען צו קויפן דוקא אוועקאדאו אנשטאט קרים טשיס, ווייל די קרים טשיס איז נישט געווען פריש נעכטען, און די פרישע שיפמענט קומט הערשט זונטאג.
ער גייט צום שעלף, נישטא קיין אוועקאדאו! וואו ליגט די אוועקאדאו פרעגט ער דעם מענעדזשער? די מענעדזשער עפענט אויף אים אפאר אויגען, אוועקאדאו??? פאר צען יאר צוריק האב איך געטרייעט צו אריינברענגען אוועקאדאו, אבער דא אין שטאט עסט דאך יעדער נאר קרים טשיס, האב איך מיך געזעהן סוף וואך אז איך האב קיין איין אוועקאדאו נישט פארקויפט נו אויב אזוי ברענג איך דאס מער נישט אריין!
ר' חיים האט נישט קיין ברירה, וועט מען נישט האבן קיין ספרעד היינט אויף די ברויט!
ר' חיים גייט צו די שעלף וואו די ברויט ליגט, ער געבט א קוועטש, אך די ברויט איז נישט פריש! פארוואס קען מען נישט ברענגען קיין פרישע ברויט יעדען אינדערפרי? ר' נחום דער טראק דרייווער שטייט נעבן אים און גיבט אים א זאג. חיים, דו וואלסט געוואלט אויפשטיין יעדן טאג צוויי אזייגער צו דעליווערען ברויט? ניין! ווייל די האלסט אז די נארמאלע צייט פון אויפשטיין איז זעקסע. אין די שטאט טראכט יעדער אייניג, ממילא שטיי איך אויך אויף זעקסע, און דו וועסט מארגען האבן די ברויט וואס איך גיי דעליווערן היינט צוויי אזייגער נאכמיטאג!
ר' חיים גייט אריין אין די ארבעט. ר' חיים פאר א האבי גלייכט ער מיטצוהאלען וואס טוט זיך אפ אויף די מארקעט. ער עפענט אויף די קאמפיוטער, און א קאלטע שווייס באדעקט אים פון קאפ ביז פיס! די סטאק מארקעט האט געקראכט ביז אונטען, אלע אלע אלע סטאק עקסטשעינדזשעס, אלע סטאקס שעירס זענען ווערט 0 !!! וואס גייט פאר??? ער עפענט שנעל אויף דעם אויפציעילער נייעס קוואל זיינער, און ער זעהט ווי זיי מעלדן אז די גאנצע מארקעט איז געגאנגען שלאפען, ווייל אזוי ווי יעדער טראכט די זעלבע, האבן היינט אלע אפגעמאכט אז יעצט איז די צייט צו פארקויפן זייערע שעירס, און קיינער האט נישט געקלערט פונקט אז דייקא יעצט איז די צייט צו קויפן, ממילא איז אלעס אטאמיאטיש געווארן ווערטלאז...
ר' חיים גייט טוהן זיין ארבעט, סוף טאג קומט ער אהיים אויסגעמיטשעט 10 אזייגער באנאכט איז דער זמן ווען מען גייט שלאפען אין וויסקאנסען, און ער פאלט אויך אריין אין בעט, און שלאפט זיך א טיפער שלאף.
2 אזייגער וועקט אים דאס ווייב אויף, מען דארף גיין אין שפיטאל אריין, עס ווארט א שמחה...
ר' חיים כאפט צוזאמען אפאר קלייניקייטען, קיין אובער וועט ער נישט טרעפן יעצט ווייל יעדער גייט דאך שלאפען 10 אזייגער, וועל איך אליינס דרייווען.
גייט אריין אין קאר, נאכן פארן אפאר גאסן זעהט ער פלוצלינג אז זיין פאון איז לוי בעטערי! אוי וויי, איך דארף דאך דעם פאון אן דעם ווייס איך נישט די וועג צום שפיטאל...
ער זוכט שנעל ארום די נענסטע געס סטעישען, איך וועל קויפן די ריכטיגע ווייער פאר מיין פאון. אבער ער מעג זוכן, קיינער איז נישט אפען, יעדער אין שטאט איז שוין פארזונקען אין א טיפן שלאף שוין זייט צען אזייגער, און קיינעם אינטערעסירט אפי' נישט אז ר' חיים זוכט א ווייער פאר זיין פאון!
נאכן בלאנדזשענען 2 שעה, דערזעהט זיך ר' חיים ביים פראנט דעסק אין שפיטאל, די לייט איז אויסגעלאשען און קליינער צעטיל ליגט דארט און שטייט אויף דעם געשריבען ווי פאלגענד.
אזוי ווי מיר אייננגעשטעלטע זענען אויך איינוואונערס פון דעם שטאט וויסקאנסען, פארלאזען מיר דעם שפיטאל 930 ביינאכט, ווייל צענע דארף מען שוין שלאפען. אויב האט איר סיי וועלכע עמערדזשענסי קענט איר קלאפן קאפ אין וואנט!
דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף ר' חיים, און דער שמחה האט צוגעווארט ביז 9 אזייגער אינדערפרי ווען דער דאקטער האט זיך תיכף גענומען צו די עבודה...
10 אזייגער לויפט ר' חיים ארויס פון שפיטאל, ער וויל כאפן א מנין שחרית. ער גייט אריבער אין בית המדרש, די לייט איז פארלאשען, נישטא קיין מנין מער. יעדער דאווענט דוקא אין מנין הגדול אכט אזייגער, עס זענען נישטא קיין פעניאקעס אין דעם שטאט!
מיר מיינען אסאך מאל אז דער מאמר העולם כשם שפרצופיהם שונים כך דעותיהם שונות איז עפעס א שלעכטע זאך. דער אויבערשטער האט דיר דאס געגעבן נאר אלץ א נסיון צו ארבעטען אויף די מידות.
אין פאקט איז פונקט פארקערט, דאס אז יעדער האט זיך זיין זעלבסט שטענדיגער מיינוג איז גאר דער יסוד אויף וואס דער וועלט שטייט!
זענען דא קהילות סאטמאר, באבוב, פאפא, בעלזא, וויזניץ, סקווירא, וכו' וכו'. אויב איז דאס נאכנישט גענוג איז אין רוב קהילות דא צוויי פראקציעס, אין יעדע פראקציע איז דא חילוקי דעות, ווי דער מאמר העולם צוויי אידן דריי דעות.
דאס אלעס ברענגט מיט זיך די גרעסטע טובה פאר אונז אלגעמיינע מענטשען. זאל ווען נישט זיין קיין צוויי פארטייען אין וואשינגטאן, וואלט קיינער גארנישט פארדינט. קאמפעטישן איז די בעסטע זאך פאר די וועלט, אבער דאס קען נאר אנגיין דורך דעם וואס מענטשען זענען מחולק אין דעות.
יעדער קהלה שטלעט צו זיינע סערוועסיס, נאר וויבאלד עס זענען דא חילוקע דעות. דאס האבן אן אויסוואל אין גראסערי, איז צוליב חילוקי דעות. מיליאנען מענטשען האלטן ביי זיך קלאר אז די רואיגסטע צייט צו ארבעטען איז דוקא ביינאכט ווען רוב וועלט שלאפט, ווייל אויב דארפסטו אמאל גיין אין שפיטאל ביינאכט צוליב א שמחה, אדער חלילה אן אנדערע סיבה זאלסטו האבן א נורס גרייט פאר דיר! איינער האלט אז יעצט איז די צייט צו קויפן, ווען א צווייטער האלט דוקא פארקערט יעצט איז די צייט צו פארקויפן, און אזוי האלט זיך אן אקאנאנמיע!
דאס איז דער גרעסטער טובה וואס דער אויבערשטער האט מיט אונז געטוהן.
כשם שפרצופיהם שונים כך דעותיהם שונות!