א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5242

א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך נקודות טובות »

א וועלט וואס יעדער טראכט די זעלבע, יא אזוי ווי איר הערט!

דער שטאט וויסקאנסען איז א שטאט ווי עס וואוינען דארט אן ערך פון 12 טויזענט היימישע אידישע משפחות, אלע פון זיי שומרי תורה ומצוות, חסידישע אידן. אלזוי לאמיר אביסעל אריינגיין אין זייער לעבנס שטייגער.

עס איז זעקס אזייגער אינדערפרי, די שטאטישע וועקר זייגער קלינגט. פארוואס איז דא א שטאטישע זייגער? ווייל יעדער מאכט זיך דעם זעלבען חשבון. איך וועל אויפשטיין זעקסע, איך מאך מיך גרייט. איך גיי אין מקוה ארום האלב זיבן, דערנאך פון א קוואדער צו זיבן ביז א קוואדער צו אכט לערן איך מיין שיעור קבוע. און א קוואדער צו אכט וועל איך מיך אנגרייטען צום דאווענען אין הכנות שטיבעל, און אכט אזייגער שטעלט זיך מיין מנין קבוע.

ר' חיים פארהאנד איינער פון די וויסקאנסענער אידן הערט די שטאטישע וועקער זייגער, שטייט אויף בזריזות און לויפט אריבער אין מקוה. אנקומענדיג אין מקוה אנפלעקט זיך פאר אים א שווארצער בילד. טויזענטער אידן שטייען און ווארטן צו קענען האבן כאטש איין הוק אויפצוהענגען די רעקל, יעדער שטייט דאך אויף פונקט די זעלבע צייט, קען מען זיך בלויז פארשטעלן ווי אזוי די שטאטישע מקוה זעהט אויס...

נישט האבענדיג קיין ברירה ווארט ער צו א קארגע 25 מינוט, און ענדליך איז געקומען זיין שאנס צו כאפן א טבילה און ארויס. ער יאגט זיך כדי צו כאפן זיין שיעור קבוע וואס ער האט שוין פארשפעטיגט מיט 25 מינוט.

אנקומענדיג אין היכל התורה זעהט ער אז קיין פלאץ וועט ער שוין נישט טרעפן היינט, וואו איז דען דא א היכל התורה וואס קען פארנעמען 12 טויזענט בעלי בתים בהעלם אחד? האט ער בלית ברירה געמאכט די וועג ארויף אויבן אין ביהמ''ד, כאטש א פלאץ ביים דאווענען זאל ער האבן.

אין הכנות שטיבעל איז אים בכלל נישט בייגעפאלן צו גיין, שטייען דארט הונדערטער אידן וואס זעצן אויף אלע ווענט, אבער אן ערפאלג.

אנקומענדיג אין ביהמ''ד, זעהט ער טאקע ווי דער ביהמ''ד איז נאך היבש ליידיג, נעמט זיך א פלאץ און לייגט דארט אראפ זיין טלית ותפילין. גייט אריין אין קאווע שטיבעל, נעמט א רויטע טעיסטערס טשויס קאווע, קאצקע צוקער, מיט בלויע מילך. (נישט דא קיין אויסוואל, יעדער טראכט אייניג) ווען פלוצלינג גייט אים זיין חבר יענק'ל אריבער.

חיים. א גוט מארגען יענק'ל!
יענק'ל. אה וואס מאכסטו חיים?
חיים. דו פרעגסט וואס איך מאך? דו זעהסט נישט וואס גיי איך דא אריבער?
יענק'ל. גם אני בחלומי, איך האב געהאט אקוראט די זעבער דורך גאנג, און איך בין אויך ארויף געקומען כאטש צו קענען האבן א פלאץ ביים מנין הגדול אכט אזייגער.
חיים. פארוואס קען מען נישט צושטעלן נאך א בית המדרש אין שטאט?
יענק'ל. דו ביסט גרייט זך אריינצולייגען אין דעם?
חיים. יא!
יענק'ל. געדענק אבער איין זאך, קיין מנין וועסטו נישט טרעפען!
חיים. פארוואס?
יענק'ל. וואס הייסט פארוואס? יעדער פארשטייט דאך אז מען ברויך דאווענען אינעם גרויסן בית מדרש, דוקה מיטן מנין הגדול! דו גייסט נישט קענען טרעפן צען אידן וואס זענען גרייט אריבער צו גיין!

שוין חיים האט נישט קיין ברירה, ער ווארט צו ביז דער וויסקאנסענער רב קומט אריין בהדרת קדשו, און דער גאנצער ציבור אויף איינמאל שטעלט זיך דאווענען.
א געשמאקע דאווענען, קיינער פארפירט נישט אז דער בעל תפילה גייט צו שנעל/שטייט, יעדער האט דאך איין מהלך המחשבה! די בית המדרש איז פאר קיינעם נישט צו קאלט/הייס, יעדער וויל דוקה די זעלבע טעמראטור!

עה... הלואי וואלט אזוי געווען! אבער אזוי ווי עס איז נאר דא איין בית המדרש אין שטאט, איז נישט דא קיין קאמפעטישען. איז שוין איבריג צו זאגן אז דער בית המדרש שטעלט גארנישט צו מער ווי דער הכרח. דער בית המדרש קוקט אויס ווי א קאנסטראקשען זאון, לייטס הענגען פון די דאך, שימעל באדעקען די ווענט. וכו' וכו' וכו'.

רבי חיים ענדיגט דאווענען, ער גייט אין גראסערי. דערמאנט ער זיך אז זיין ווייב האט אים געבעטען נעכטען צו קויפן דוקא אוועקאדאו אנשטאט קרים טשיס, ווייל די קרים טשיס איז נישט געווען פריש נעכטען, און די פרישע שיפמענט קומט הערשט זונטאג.

ער גייט צום שעלף, נישטא קיין אוועקאדאו! וואו ליגט די אוועקאדאו פרעגט ער דעם מענעדזשער? די מענעדזשער עפענט אויף אים אפאר אויגען, אוועקאדאו??? פאר צען יאר צוריק האב איך געטרייעט צו אריינברענגען אוועקאדאו, אבער דא אין שטאט עסט דאך יעדער נאר קרים טשיס, האב איך מיך געזעהן סוף וואך אז איך האב קיין איין אוועקאדאו נישט פארקויפט נו אויב אזוי ברענג איך דאס מער נישט אריין!

ר' חיים האט נישט קיין ברירה, וועט מען נישט האבן קיין ספרעד היינט אויף די ברויט!
ר' חיים גייט צו די שעלף וואו די ברויט ליגט, ער געבט א קוועטש, אך די ברויט איז נישט פריש! פארוואס קען מען נישט ברענגען קיין פרישע ברויט יעדען אינדערפרי? ר' נחום דער טראק דרייווער שטייט נעבן אים און גיבט אים א זאג. חיים, דו וואלסט געוואלט אויפשטיין יעדן טאג צוויי אזייגער צו דעליווערען ברויט? ניין! ווייל די האלסט אז די נארמאלע צייט פון אויפשטיין איז זעקסע. אין די שטאט טראכט יעדער אייניג, ממילא שטיי איך אויך אויף זעקסע, און דו וועסט מארגען האבן די ברויט וואס איך גיי דעליווערן היינט צוויי אזייגער נאכמיטאג!

ר' חיים גייט אריין אין די ארבעט. ר' חיים פאר א האבי גלייכט ער מיטצוהאלען וואס טוט זיך אפ אויף די מארקעט. ער עפענט אויף די קאמפיוטער, און א קאלטע שווייס באדעקט אים פון קאפ ביז פיס! די סטאק מארקעט האט געקראכט ביז אונטען, אלע אלע אלע סטאק עקסטשעינדזשעס, אלע סטאקס שעירס זענען ווערט 0 !!! וואס גייט פאר??? ער עפענט שנעל אויף דעם אויפציעילער נייעס קוואל זיינער, און ער זעהט ווי זיי מעלדן אז די גאנצע מארקעט איז געגאנגען שלאפען, ווייל אזוי ווי יעדער טראכט די זעלבע, האבן היינט אלע אפגעמאכט אז יעצט איז די צייט צו פארקויפן זייערע שעירס, און קיינער האט נישט געקלערט פונקט אז דייקא יעצט איז די צייט צו קויפן, ממילא איז אלעס אטאמיאטיש געווארן ווערטלאז...

ר' חיים גייט טוהן זיין ארבעט, סוף טאג קומט ער אהיים אויסגעמיטשעט 10 אזייגער באנאכט איז דער זמן ווען מען גייט שלאפען אין וויסקאנסען, און ער פאלט אויך אריין אין בעט, און שלאפט זיך א טיפער שלאף.

2 אזייגער וועקט אים דאס ווייב אויף, מען דארף גיין אין שפיטאל אריין, עס ווארט א שמחה...

ר' חיים כאפט צוזאמען אפאר קלייניקייטען, קיין אובער וועט ער נישט טרעפן יעצט ווייל יעדער גייט דאך שלאפען 10 אזייגער, וועל איך אליינס דרייווען.

גייט אריין אין קאר, נאכן פארן אפאר גאסן זעהט ער פלוצלינג אז זיין פאון איז לוי בעטערי! אוי וויי, איך דארף דאך דעם פאון אן דעם ווייס איך נישט די וועג צום שפיטאל...
ער זוכט שנעל ארום די נענסטע געס סטעישען, איך וועל קויפן די ריכטיגע ווייער פאר מיין פאון. אבער ער מעג זוכן, קיינער איז נישט אפען, יעדער אין שטאט איז שוין פארזונקען אין א טיפן שלאף שוין זייט צען אזייגער, און קיינעם אינטערעסירט אפי' נישט אז ר' חיים זוכט א ווייער פאר זיין פאון!

נאכן בלאנדזשענען 2 שעה, דערזעהט זיך ר' חיים ביים פראנט דעסק אין שפיטאל, די לייט איז אויסגעלאשען און קליינער צעטיל ליגט דארט און שטייט אויף דעם געשריבען ווי פאלגענד.
אזוי ווי מיר אייננגעשטעלטע זענען אויך איינוואונערס פון דעם שטאט וויסקאנסען, פארלאזען מיר דעם שפיטאל 930 ביינאכט, ווייל צענע דארף מען שוין שלאפען. אויב האט איר סיי וועלכע עמערדזשענסי קענט איר קלאפן קאפ אין וואנט!

דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף ר' חיים, און דער שמחה האט צוגעווארט ביז 9 אזייגער אינדערפרי ווען דער דאקטער האט זיך תיכף גענומען צו די עבודה...
10 אזייגער לויפט ר' חיים ארויס פון שפיטאל, ער וויל כאפן א מנין שחרית. ער גייט אריבער אין בית המדרש, די לייט איז פארלאשען, נישטא קיין מנין מער. יעדער דאווענט דוקא אין מנין הגדול אכט אזייגער, עס זענען נישטא קיין פעניאקעס אין דעם שטאט!

מיר מיינען אסאך מאל אז דער מאמר העולם כשם שפרצופיהם שונים כך דעותיהם שונות איז עפעס א שלעכטע זאך. דער אויבערשטער האט דיר דאס געגעבן נאר אלץ א נסיון צו ארבעטען אויף די מידות.
אין פאקט איז פונקט פארקערט, דאס אז יעדער האט זיך זיין זעלבסט שטענדיגער מיינוג איז גאר דער יסוד אויף וואס דער וועלט שטייט!
זענען דא קהילות סאטמאר, באבוב, פאפא, בעלזא, וויזניץ, סקווירא, וכו' וכו'. אויב איז דאס נאכנישט גענוג איז אין רוב קהילות דא צוויי פראקציעס, אין יעדע פראקציע איז דא חילוקי דעות, ווי דער מאמר העולם צוויי אידן דריי דעות.
דאס אלעס ברענגט מיט זיך די גרעסטע טובה פאר אונז אלגעמיינע מענטשען. זאל ווען נישט זיין קיין צוויי פארטייען אין וואשינגטאן, וואלט קיינער גארנישט פארדינט. קאמפעטישן איז די בעסטע זאך פאר די וועלט, אבער דאס קען נאר אנגיין דורך דעם וואס מענטשען זענען מחולק אין דעות.
יעדער קהלה שטלעט צו זיינע סערוועסיס, נאר וויבאלד עס זענען דא חילוקע דעות. דאס האבן אן אויסוואל אין גראסערי, איז צוליב חילוקי דעות. מיליאנען מענטשען האלטן ביי זיך קלאר אז די רואיגסטע צייט צו ארבעטען איז דוקא ביינאכט ווען רוב וועלט שלאפט, ווייל אויב דארפסטו אמאל גיין אין שפיטאל ביינאכט צוליב א שמחה, אדער חלילה אן אנדערע סיבה זאלסטו האבן א נורס גרייט פאר דיר! איינער האלט אז יעצט איז די צייט צו קויפן, ווען א צווייטער האלט דוקא פארקערט יעצט איז די צייט צו פארקויפן, און אזוי האלט זיך אן אקאנאנמיע!

דאס איז דער גרעסטער טובה וואס דער אויבערשטער האט מיט אונז געטוהן.
כשם שפרצופיהם שונים כך דעותיהם שונות!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
אלכסנדר נחמן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:52 pm
x 126

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך אלכסנדר נחמן »

זייער שטארק,
און טאקע נאר אזוי גייט אן די וועלט
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1940
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2319

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך שבת קודש »

די אלע משלים פון אויפשטיין פרי אדער שפעט וכדו' האט נישט מיט 'דעות', עס איז נישט דא קיין חילוקי דעות צווישן די וואס שטייען אויף פרי מיט די וואס שטייען אויף שפעט וכדו',

עס איז א בחינה פון 'טעם וריח אין להתוכח' יעדע מענטש האט ליב אנדערע זאכן, פאר יעדעם איז באקוועמער א צווייטע סדר היום.

דאס איז טאקע זייער א גוטע זאך וואס די באשעפער האט געמאכט לטובתינו.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 997
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1393

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

יישר כח פארן ארטיקל,

זייער קלאר ארויסגעברענגט די געדאנק,
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 884

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך מאטאווירט »

זייער שיין! זייער קלאר ארויסגעברענגט!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 884

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך מאטאווירט »

אויף דיין פערזענליכע בקשה וועל איך זיין שטייף מחולק מיט דיין ארטיקל!

או נאו! מאכסט א מצב! טרייבסט איבער! דמיונות שטעלן נישט פאר מציאות!

וואס נאך קען איך דא שרייען? עפעס זאגט ער אז ס'נישט גוט ווען יעדער איז אויף איין בלאט... איינער קעמיר העלפן טרעפן וואס צו דיסאגריען?
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5242

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך נקודות טובות »

מאטאווירט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:36 pm אויף דיין פערזענליכע בקשה וועל איך זיין שטייף מחולק מיט דיין ארטיקל!

או נאו! מאכסט א מצב! טרייבסט איבער! דמיונות שטעלן נישט פאר מציאות!

וואס נאך קען איך דא שרייען? עפעס זאגט ער אז ס'נישט גוט ווען יעדער איז אויף איין בלאט... איינער קעמיר העלפן טרעפן וואס צו דיסאגריען?
אט אזוי האב איך געקלערט ווען איך האב געזעהן דעם תגובה..
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3661
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5933

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך וואוילער »

אה, גיי מיר אנקוקן אנדערש די וועלט!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5242

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך נקודות טובות »

היינט אינדערפרי איז מיר אויסגעקומען מיט מיין סדר תהילים צו זאגן קאפיטעל ק''ד (ברכי נפשי) אנקומענדיג צום פסוק מה רבו מעשיך ד' האב איך מיך דערמאנט די מעשה מיט'ן רבי ר' בער.
דער רבי ר' בער ווען ער איז געווען א מלמד האט ער געפרעגט די קינדער ווי אזוי קומט דא אריין מה רבו מעשך ד'? נאר דוד המלך איז אזוי נתרגש געווארן אז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטען און אויסגעפלאצט מיט א געשריי מה רבו מעשיך ד'!
האב איך געקלערט צו מיר, וואס האט דוד המלך געפלאצט פונקט נאכן פסוק יצא אדם לפעלו ולעבדתו עדי ערב? נאר וואס דען, אלע פלאי הבריאה וואס ער רעכנעט אויס ביז אהער האט נאך דוד המלך געקענט אראפשלינגען ער האט זיך נאך געקענט איינהאלטען. אבער ווען עס איז געקומען צום פסוק יצא אדם לפעלו, א מענטש גייט ארויס צום ארבעט און ער טרעפט זיך מיט אלע מיני מענטשען שרייט זיך אויס פון זיך אליינס, מה רבו מעשיך ד'!!! such a wonderful and bountiful world out there!!! א קאלירפולע וועלט, א רייכע וועלט, א וועלט ווי יעדער האט זיך זיין אייגענארטיגע מהלך המחשבה מה רבו מעשיך ד'!!!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 303

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך המברך יתברך »

פאקטיש טראכט יעדער דאס זעלבע, און דאס איז ווי פאלגענד:

Off Topic
אלעס וואס איך טראכט איז ריכטיג, און וואס יענער טראכט איז נישט...
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3661
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5933

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך וואוילער »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 11:52 am פאקטיש טראכט יעדער דאס זעלבע, און דאס איז ווי פאלגענד:

Off Topic
אלעס וואס איך טראכט איז ריכטיג, און וואס יענער טראכט איז נישט...
יעדער???
נאופס, קלוגע מענטשן פארשטייען אז ביידע טראכטן ריכטיג, נאר קוקן פון אן צווייטע Point of view
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 303

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך המברך יתברך »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 11:31 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 11:52 am פאקטיש טראכט יעדער דאס זעלבע, און דאס איז ווי פאלגענד:

Off Topic
אלעס וואס איך טראכט איז ריכטיג, און וואס יענער טראכט איז נישט...
יעדער???
נאופס, קלוגע מענטשן פארשטייען אז ביידע טראכטן ריכטיג, נאר קוקן פון אן צווייטע Point of view
און זיי האלטן (איך בתוכם), אז די וועג פון באטראכטן זאכן אזויווי יעדער קוקט פון אן אנדערן פערספעקטיוו, איז די איינציגסטע וואס איז ריכטיג. און אז די מענטשן וואס מיינען אז דאס וואס זיי זעען איז די איינציגסטע וואס איז ריכטיג, איז פאלש און פארפירעריש...
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2757
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3118

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך אנדערער »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 2:27 pm

קענסט מיך ארויסנעמען פון דעם יעדער
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 303

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך המברך יתברך »

פיין. און וואס האלטסו?
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2757
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3118

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך אנדערער »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 3:03 pm פיין. און וואס האלטסו?
איך האב מיין מיינונג און יענער האט זיינס. איך מעג האלטן וואס איך וויל און יענער מעג האלטן אנדערש פונקט ער מעג מעג ליב האבן זאכן וואס איך האב נישט ליב. אזוי לאנג ווי לויט די הלכה מעג מען אזוי האלטן מעג יענער האלטן וואס ער וויל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2757
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3118

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך אנדערער »

ברענג א משל
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 303

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך המברך יתברך »

אנדערער האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 7:55 pm

און וויאזוי באטראכסטו די מענטשן וואס האלטן אז יעדער מוז האלטן פונקט ווי זיי?

המברך יתברך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 8:38 pm
אנדערער האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 7:55 pm
המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 3:03 pm פיין. און וואס האלטסו?
איך האב מיין מיינונג און יענער האט זיינס. איך מעג האלטן וואס איך וויל און יענער מעג האלטן אנדערש פונקט ער מעג מעג ליב האבן זאכן וואס איך האב נישט ליב. אזוי לאנג ווי לויט די הלכה מעג מען אזוי האלטן מעג יענער האלטן וואס ער וויל
און וויאזוי באטראכסטו די מענטשן וואס האלטן אז יעדער מוז האלטן פונקט ווי זיי?
ווענד זיך אין וועלכע נושא
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 303

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך המברך יתברך »

פארוואס ווענדט זיך עס אין וועלכער נושא?
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2757
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3118

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך אנדערער »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 12:05 am פארוואס ווענדט זיך עס אין וועלכער נושא?
איינער מעג האלטן אז די מלמדים זענען צו שטרענג און א צווייטער פארקערט. אבער קיינער קען נישט האלטן אז יעצט איז חודש ניסן
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 303

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך המברך יתברך »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 12:29 am

און ס'איז דא איינער וואס האלט יא אז יעצט איז חודש ניסן?

(אויב קיינער קען טאקע נישט האלטן אנדערש, דעמאלט האלט מען דאך נישט אנדערש. אלא מאי, קענען זיי יא האלטן. און אויב אזוי, וויאזוי באטראכסטו די מענטשן וואס האלטן אנדערש ביי זאכן וואס דו ביסט זייער שטארק מיט דיין מיינונג?).

אגב ביסטו אוועקגעפארן פונעם פונקט ביי וואו דער שמועס האט פריער געהאלטן, דהיינו וויאזוי דו באטראכסט די מענטשן וואס האלטן אז א צווייטער טאר נישט האלטן אנדערש.

אבער עניוועי, ס'גוט.

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 2:54 am

די שמועס איז געווען איבער דעם
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 11:52 am פאקטיש טראכט יעדער דאס זעלבע, און דאס איז ווי פאלגענד:

Off Topic
אלעס וואס איך טראכט איז ריכטיג, און וואס יענער טראכט איז נישט...
און דאס איז נישט אזוי ביי יעדן
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2757
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3118

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך אנדערער »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 2:54 am און ס'איז דא איינער וואס האלט יא אז יעצט איז חודש ניסן?
איך האב נאר גענוצט א משל וואס יעדער וועט פארשטיין

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 2:54 am אויב קיינער קען טאקע נישט האלטן אנדערש, דעמאלט האלט מען דאך נישט אנדערש. אלא מאי, קענען זיי יא האלטן.
א מענטש קען נישט פליען אן פליגלעך אבער ער קען טעכניש האלטן אז יעצט איז ניסן חוץ אויב דו ווילסט דן זיין אויב ער האלט באמת אזוי אדער ער זאגט נאר. ער קען אויך האלטן אז א מענטש קען פליען אן פליגלעך און ער קען אויך שפרינגען פון בריק

האלטן מיינט גארנישט
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 303

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך המברך יתברך »

איך פארשטיי נישט.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2757
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3118

Re: א וועלט וואו יעדער טראכט די זעלבע

פאוסט דורך אנדערער »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 12:27 pm איך פארשטיי נישט.
וואס פארשטייסטו נישט?
שרייב פאוסט