בלאט 1 פון 1

רבי בעריש הכהן טורנהיים (ר' ישכר דב מוואלברוז זצ"ל) - א' חשון תרל"ח

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 2:54 pm
דורך מירון
דער וואלברוזשער רבי - רבי בעריש איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי משה מוואלברוז ז"ל אין יאר תקס"א וי"א תקס"ג. ער האט חתונה געהאט מיט הרבנת אסתר מלכה ע"ה בת רבי אברהם צבי מוואלברוז ז"ל. זיינע רביס זענען געווען: רבי שלום צבי כ"ץ, רבי חיים מוואלברום, און אין חסידות: רבי ישכר בער מראדשיץ, רבי חיים מאיר יחיאל ממאגלינצא, רבי אלעזר מקוזניץ.

ער איז געווען גאר גרויס אין עבודת התפלה, ער האט זיך אנגעשטרענגט צו דאווענען פארן עמוד כל ימי חייו, אפילו ווען ער איז עלטער געווארן און די דאקטוירים האבן געבעטען ער זאל זיך נישט אנשטרענגען. אזוי אויך פלעגט ער כסדר תהילים זאגן, מיט גרויס השתפכות הנפש. דער הייליגער תפארת שלמה האט אים אמאל געפרעגט וויאזוי ער פועל'ט 'רפואות' אפילו פאר מענטשן וואס ס'זעט נישט אויס ווי זיי האבן נאך האפענונג, האט ער געענטפערט: מיטן הילף פון תהילים קען מען פועל'ן אלעס! דער צאנזער רב האט אים גערופן "דער רבי פון תהלים", אדער "דער תהלים רבי".

ער האט צוגעזאגט פאר זיין פטירה אז ווען א איד איז אין אן עת צרה זאל ער זיך משתטח ביים זיין קבר און ער וועט געהאלפן בדבר ישועה ורחמים. אלע טורנהיים'ס זענען בן אחר בן פון דעם הייליגן צדיק.

ער האט מחבר געווען די פאלגענדע ספרים:
  • עבודת יששכר
  • אהל ישכר
  • אמרי נועם
  • סדר הזמנים ועוד

ער האט געהאט 5 קינדער (צוויי זענען ל"ע אוועק אינגערהייט:
  • רבי יעקב משה וואס האט ממלא מקום געווען אין וואלברוז - גאר א גרויסע בעל צדקה געווען.
  • רבי עקיבא מאיר - לוקווער רבי.
  • רבי שלמה יצחק - געווען א תלמיד פון צאנזער רב און רבי אייזיק'ל פון קאמארנא
זכותו הגדול יגן עלינו

Re: רבי בעריש הכהן טורנהיים - רבי ישכר דב מוואלברוז זצ"ל - א' חשון תרל"ח

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 6:55 pm
דורך מאטאווירט
וואו איז מקום מנוחת קדשו?


אגב, יישר כח @מירון

Re: רבי בעריש הכהן טורנהיים - רבי ישכר דב מוואלברוז זצ"ל - א' חשון תרל"ח

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 10:10 am
דורך מירון
מאטאווירט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 6:55 pm וואו איז מקום מנוחת קדשו?
על פי צוואתו האט מען גונז געווען אין פיעטרקוב נעבן זיינע עלטערן. מ'זאגט אז מ'האט אים געטראגן צו פיעטרקוב'ער בית החיים צופוס - אויפן אקסל א דרך רחוקה מאוד.

Re: רבי בעריש הכהן טורנהיים - רבי ישכר דב מוואלברוז זצ"ל - א' חשון תרל"ח

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 10:18 am
דורך מירון
דער טאג וואס ער איז נפטר געווארן האט ער אנגעהויבן זאגן דעם סדר עבודת הכהן הגדול אין יום הכיפורים. פארנאכנטס האט ער געזאגט אלע פסוקים אין פרשת וזאת הברכה פון ממעונה אלקי קדם ביז לעיני כל ישראל. ווען ער האט געענדיגט האט ער ארויפגעלייגט די הענט אויף די אויגן און געליינט קריאת שמע ויצא נשמתו הטהורה באחד!

Re: רבי בעריש הכהן טורנהיים - רבי ישכר דב מוואלברוז זצ"ל - א' חשון תרל"ח

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 10:43 am
דורך בערל דער פייפער
איז ער נישט געבוירן אויך א' חשון ונפטר ביום לידתו?

Re: רבי בעריש הכהן טורנהיים - רבי ישכר דב מוואלברוז זצ"ל - א' חשון תרל"ח

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 11:28 am
דורך מירון
בערל דער פייפער האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 10:43 am איז ער נישט געבוירן אויך א' חשון ונפטר ביום לידתו?
לא שמעתי ולא ראיתי.