ער איז געווען גאר גרויס אין עבודת התפלה, ער האט זיך אנגעשטרענגט צו דאווענען פארן עמוד כל ימי חייו, אפילו ווען ער איז עלטער געווארן און די דאקטוירים האבן געבעטען ער זאל זיך נישט אנשטרענגען. אזוי אויך פלעגט ער כסדר תהילים זאגן, מיט גרויס השתפכות הנפש. דער הייליגער תפארת שלמה האט אים אמאל געפרעגט וויאזוי ער פועל'ט 'רפואות' אפילו פאר מענטשן וואס ס'זעט נישט אויס ווי זיי האבן נאך האפענונג, האט ער געענטפערט: מיטן הילף פון תהילים קען מען פועל'ן אלעס! דער צאנזער רב האט אים גערופן "דער רבי פון תהלים", אדער "דער תהלים רבי".
ער האט צוגעזאגט פאר זיין פטירה אז ווען א איד איז אין אן עת צרה זאל ער זיך משתטח ביים זיין קבר און ער וועט געהאלפן בדבר ישועה ורחמים. אלע טורנהיים'ס זענען בן אחר בן פון דעם הייליגן צדיק.
ער האט מחבר געווען די פאלגענדע ספרים:
- עבודת יששכר
- אהל ישכר
- אמרי נועם
- סדר הזמנים ועוד
ער האט געהאט 5 קינדער (צוויי זענען ל"ע אוועק אינגערהייט:
- רבי יעקב משה וואס האט ממלא מקום געווען אין וואלברוז - גאר א גרויסע בעל צדקה געווען.
- רבי עקיבא מאיר - לוקווער רבי.
- רבי שלמה יצחק - געווען א תלמיד פון צאנזער רב און רבי אייזיק'ל פון קאמארנא