עמוד התפלה - פיוט יגדל אלוקים חי

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2662

עמוד התפלה - פיוט יגדל אלוקים חי

פאוסט דורך נקודות טובות »

יגדל איז א פיוט וואס געשטעלט אויף די י''ג עיקרים פונעם רמב''ם ז''ל, און גייט על הסדר.

די טעם פארוואס מען האט דאס אריינגעשטעלט אין סידור פארן דאווענען איז טאקע (לכאורה) צוליב דעם אז פאר מען שטעלט זיך דאווענען זאל מען קודם ארויסזאגען אין מחזק זיין די אמונה אין די י''ג עיקרים, און הערשט נאכדעם דאווענען. וויבאלד ווער עס גלייבט נישט אין די י''ג עיקרים, איז אין לו חלק בתורת משה.


בנוגע דער מחבר הפיוט איז דא עטליכע דעות אין דעם. אבער דאס רוב פון די דעות זענען נישט געבויט אויף קיין קראנטע יסודות.
  • 1) אין ספר בן שמואל פונעם מהרשד''ם, און אזוי ר' יעקב עמדין אין פתיחה לשיר היחוד, און ווי אויך דער שבט מוסר אין זיין ספר אגדת אליהו שרייבען אז דער מחבר איז נישט קיין צווייטער ווי דער רמב''ם זעלבסט.

    2) שד''ל ברענגט אין זיין הקדמה צו מחזור בני רומא, אז דער מחבר פון דעם איז געווען ר' דניאל בן ר' יהודה הדיין. וויבאלד ער האט געטראפען א סידור וואס איז געדריקט געווארן אין רומא אין יאר 1383 (דורך ר' משה בן רבי יקותיאל חפץ ממשפחת הצפרוני) און צום סוף פונעם סידור ברענגט ער פארשידענע פיוטים, און ביים פיוט פון יגדל שרייבט ער בזה הלשון אלו הם י"ג עקרים שסידרם כמה"ר דניאל זקני זלה"ה בכמ"ר יהודה דיין.
    מצד אחר שרייבט אליזר ליזר אין ספר עמודי העבודה, אז אין כתב יד פונעם מחזור בני רומא האט ער געזעהן קלאר ווי עס שטייט בזה הלשון. שיר זה סידר רבינו משה בן מימון. (הגם אויף למעשה קריגט ער מיטן כותב המחזור איבער דעם)

    3) אין ספר נובלות חכמה שרייבט ר' יוסף שלמה דלמדיגו אז דער מחבר הפיוט איז ר' שלמה גבירול. און אזוי אויך שרייבט ר' יחיא צלאח אין זיין סידור. (דאס איז באמת א גרויסער פלא. וויבאלד ר' שלמה גבירול איז נסתלק (נהרג) געווארן שוין מיט ארום הונדערט יאר פאר דער רמב''ם איז געבוירען געווארן, טא ווי אזוי קען ער אוועקשטעלן א פיוט אויף די י''ג עיקרים)

    4) ר' דניאל בן ר' יעקב אזוי שטייט אין סידור בית יעקב.

    5) ר' יחיאל בן ר' ברוך שטייט אויך אזוי אין בית יעקב סידור בשם יש אומרים. און אז ער האט אריינגעשטעלט זיין נאמען אינעם פיוט. מתים ''יחי''ה ''א-ל'' ''בר''וב חסדו ''ברוך'' עדי עד.

    6) ר' דניאל בן ר' דוד.

    7) עמנואל הרומי וואס דער בית יוסף ברענגט אראפ בסימן ש''ז וז''ל, מליצות ומשלים של שיחת חולין ודברי חשק כגון ספר עמנואל וכן ספרי מלחמות אסור לקרות בהם בשבת ואף בחול אסור... (דער עמנואל האט געלעבט אינעם זעלבען צייט ווי ר' דניאל הדיין, און אויך געוואוינט בשכינתו)

ווי באקאנט שטייט אריינגעדריקט אין רוב סידורים אז דער אר''י הק' האט נישט געזאגט דעם פיוט ''יגדל'' וויבאלד דער מחבר דערפון איז נישט געווען בקי בתורת הקבלה. מצד אחר איז דער של''ה הק' וועלכער איז אויך געווען גאר גרויס בתורת הנסתר, שטארק משבח דעם שיר און האט אפילו געמאכט א פירוש אויף דעם.

וואס איז אבער אינטערעסאנט איז, אז מיר פירן זיך סיי ווי נישט כשיטת האר''י ז''ל מיט דעם, וויבאלד דער אר''י ז''ל האט נישט געזאגט אסאך אנדערע פיוטים וואס מיר זאגן יא. נו אויב אזוי מה נשתנה יגדל?
וז''ל לשון ר' חיים ויטאל, דע לך כי מורי ז"ל לא היה אומר שום פזמון ושום פיוט ובקשה מאלו שסדרו האחרונים כגון ר' שלמה בן גבירל וכיוצא לפי שאלו האחרונים לא ידעו דרכי הקבלה ואינם יודעים מה שאומרים וטועים בס' דבורם בלי ידיעה כלל. ובפרט פזמון "יגדל אלקים חי כו'" וכן וידוי אשמנו באומר ובפועל כו' וכן ביום הכפורים לא היה אומר וידוי של רבינו נסים ור' שם טוב ן' אדרוטל ור' יצחק בן ישראל שתקנו כל אחד וידוי בערבית ושחרית ובמוסף ובמנחה ובנעילה -- לא היה אומר אותם כלל. אבל היה אומר התפלות והבקשות ופזמונים שתקנו הראשונים כמו תפלת ר"ע ע"ה ותפלת ר' אלעזר בן ערך ותפלת רבי נחוניא בן הקנה ע"ה. וכן היה אומר כל הפיוטים ופזמונים שתיקן ר' אליעזר הקליר, הלא המה במחזור האשכנזים -- לפי שכל אלו הראשונים תקנו דבריהם עפ"י חכמת האמת והיו יודעים מה שתקנו. ואף גם אם הם באמצע ברכות יוצר היה אומרם לפי שהם היו תנאים והיו יודעים מה היו מתקנים, וכל דבריהם היו מיוסדים על פי האמת.

עס זענען געעוען אנדערע וואס האבן דאס נישט געוואלט זאגן, צוליב זייער קעגנערשאפט צו אוועקשטעלן די אמונת התורה אויף עיקרים, ווי כאילו נישט יעדע ווארט אין די תורה איז אן עיקר.

אין לקוטי מהרי''ח ברענגט ער בשם ר' פנחס מקאריץ צו זאגן דעם פיוט יגדל נאר שבת.
אין ספר סדר היום שרייבט ער, אז זאגן יגדל שבת נאך מוסף מיט א שמחה, איז מכלל עונג שבת.
אין סידור תכלאל ווערט געברענגט דער מנהג תימן דאס צו זאגן פרייטאג צונאכט נאכן דאווענען.
און אזוי זענען דא כמה וכמה מנהגים איבער ווען צו זאגען דעם פיוט.


פאלגענד איז דער פיוט אינאיינעם מיט די אני מאמין'ס.
א) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים:
יגדל אלקים חי וישתבח, נמצא ואין עת אל מציאותו.

ב) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא יָחִיד וְאֵין יְחִידוּת כָּמוֹהוּ בְּשׁוּם פָּנִים. וְהוּא לְבַדּוֹ אֱלֹהֵינוּ. הָיָה הֹוֶה וְיִהְיֶה:
אחד ואין יחיד כיחודו, נעלם וגם אין סוף לאחדותו.

ג) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אֵינוֹ גוּף. וְלֹא יַשִּׂיגוּהוּ מַשִּׂיגֵי הַגּוּף. וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל:
אין לו דמות הגוף ואינו גוף, לא נערך אליו קדושתו.

ד) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא רִאשׁוֹן וְהוּא אַחֲרוֹן:
קדמון לכל דבר אשר נברא, ראשון ואין ראשית לראשיתו.

ה) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל. וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ:
הנו אדון עולם לכל נוצר, יורה גדלתו ומלכותו.

ו) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁכָּל דִּבְרֵי נְבִיאִים אֱמֶת:
שפע נבואתו נתנו, אל אנשי סגלתו ותפארתו.

ז) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁנְּבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם הָיְתָה אֲמִתִּית. וְשֶׁהוּא הָיָה אָב לַנְּבִיאִים. לַקּוֹדְמִים לְפָנָיו וְלַבָּאִים אַחֲרָיו:
לא קם בישראל כמשה עוד, נביא ומביט את תמונתו.

ח) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁכָּל הַתּוֹרָה הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ הִיא הַנְּתוּנָה לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם:
תורת אמת נתן לעמו אל, על יד נביאו נאמן ביתו.

ט) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁזֹּאת הַתּוֹרָה לֹא תְהֵא מֻחְלֶפֶת וְלֹא תְהֵא תוֹרָה אַחֶרֶת מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ:
לא יחליף האל ולא ימיר דתו לעולמים לזולתו.

י) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם. שֶׁנֶּאֱמַר הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵׂיהֶם:
צופה ויודע סתרינו, מביט לסוף דבר בקדמתו.

יא) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ גּוֹמֵל טוֹב לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו וּמַעֲנִישׁ לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו:
גומל לאיש חסד כמפעלו, נותן לרשע רע כרשעתו.

יב) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. בְּבִיאַת הַמָּשִׁיחַ. וְאַף עַל פִּי שֶׁיִּתְמַהְמֵהַּ. עִם כָּל זֶה אֲחַכֶּה לּוֹ בְּכָל יוֹם שֶׁיָּבוֹא:
ישלח לקץ הימין משיחנו, לפדות מחכי קץ ישועתו.

יג) אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁתִּהְיֶה תְּחִיַּת הַמֵּתִים בְּעֵת שֶׁיַעֲלֶה רָצוֹן מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ וְיִתְעַלֶּה זִכְרוֹ לָעַד וּלְנֵצַח נְצָחִים:
מתים יחיה אל ברוב חסדו, ברוך עדי עד שם תהילתו.
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
אוועיטער
אלכסנדר נחמן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 188
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:52 pm
x 116

Re: עמוד התפלה - פיוט יגדל אלוקים חי

פאוסט דורך אלכסנדר נחמן »

@נקודת טובות די בוסט ריזיג, שכח
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2830
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3366

Re: עמוד התפלה - פיוט יגדל אלוקים חי

פאוסט דורך וואוילער »

כ'מיין אז צום סוף זאל מען דרוקן א סידור ״נקודות טובות״
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2662

Re: עמוד התפלה - פיוט יגדל אלוקים חי

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 4:59 pm כ'מיין אז צום סוף זאל מען דרוקן א סידור ״נקודות טובות״
מיין פוינט איז נישט צו זיין דעם שרייבער, איך וויל אז דער עולם זאל שרייבן און שערן אינפארמעשין איינער מיטן צווייטען. איך בין בסך הכל דער מתחיל במצוה.
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
אוועיטער
אלכסנדר נחמן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 188
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:52 pm
x 116

Re: עמוד התפלה - פיוט יגדל אלוקים חי

פאוסט דורך אלכסנדר נחמן »

מיין פוינט איז נישט צו זיין דעם שרייבער, איך וויל אז דער עולם זאל שרייבן און שערן אינפארמעשין איינער מיטן צווייטען. איך בין בסך הכל דער מתחיל במצוה.
[/quote]

הלוואי קען איך דאס אויכט טון
קום אריין מיט פרטים וויאזוי גייט מען נאך די זאכן מיט אזא קלארקייט
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 573
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 750

Re: עמוד התפלה - פיוט יגדל אלוקים חי

פאוסט דורך מאטאווירט »

אלכסנדר נחמן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 4:40 pm @נקודת טובות די בוסט ריזיג, שכח
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 290
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 93

Re: עמוד התפלה - פיוט יגדל אלוקים חי

פאוסט דורך א קלער »

הערליך שיין צוזאמען גענומען @נקודות טובות
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4384
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6717

Re: עמוד התפלה - פיוט יגדל אלוקים חי

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מאטאווירט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 10:11 pm
אלכסנדר נחמן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 4:40 pm @נקודת טובות די בוסט ריזיג, שכח
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 249
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 540

Re: עמוד התפלה - פיוט יגדל אלוקים חי

פאוסט דורך הר ההר »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 3:34 pm וואס איז אבער אינטערעסאנט איז, אז מיר פירן זיך סיי ווי נישט כשיטת האר''י ז''ל מיט דעם, וויבאלד דער אר''י ז''ל האט נישט געזאגט אסאך אנדערע פיוטים וואס מיר זאגן יא. נו אויב אזוי מה נשתנה יגדל?
ברענגסט דאך אליינס די לשון ובפרט פזמון יגדל אלקים חי. קוקט עס עפעס מער ווי סתם פיוטים.
לֶשֶׁם שְׁבוֹ וְאַחְלָמָה (עיין בחתימות ידידנו @מסתמא)
שרייב פאוסט