הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:43 pm
א טויזענט און דאפעלט
בין איך פארוואגעלט
צווישען זיבעציג דיינס גלייכע
אלץ געווען באהאגעלט
דו ליבסט מיר רויט פליסיג
א קראנקע און שוואכע
מיינע וואונדען און טרערן נעציג
איז דיין קוויקעניש די איינפאכע.
ריכטיג?
ווען מיר זענען אויפן זעלבען באדן
שמייכלסטו באונס
אבער אכזריות מלא זדון
זענען דיינע הארץ רעיונות
מיין עקזיסטענץ - דיינע שמערצען
דיין ברוטאלע געלאפ - מיינע קרעכצען
אין מיין נויט האסטו זיך געקוויקט
איבער מיין ברויט ידיים געשיקט
צו דען טוסטו פרוכטבארן
איבער מיינע קאשמארען?
הע?!
מיינע מאראלן האסטו אמאל געשעצט
אבער אין הרף עין שנעל פארלעצט
האסט מיר גענוצט און געווארפן
נמשלו לחיות וטורפין
נוצט נאר פאליטישע אויסריידען
חלילה אז דו זעסט צווישענשיידן
נאר די ’געזעץ’ לויטעט
אז דער ’דזשיד’ דער ’יודע’
איז דיין מזבח כפרה
ער קומט צו זיין געטויטעט.
קייקעל אויגן!
די לעצטע לאך, אז ימלא
וועט זיין דיין קראך, בבהלה
ווארט נאר ווארט
צייט איז א גרויזאמער נוקם
שטאל און הארט
ווען דיר וועט כאפן חרון אלוקים
צושוידער!
א קאנדידאט אן איד-ליבער
נישט פארבלענדט פון דיין גרידער
דיין סארט
אין גיהנום אן ארט
שמייכל, שמייכל
ווייל אט אט
יופיע בהיכל
וויגן וועט דיין שטן טאנץ
אויף די וואגשאל באלאנס.
טונקעל שווארץ.
#לב מלכים ושרים ביד ה’
בין איך פארוואגעלט
צווישען זיבעציג דיינס גלייכע
אלץ געווען באהאגעלט
דו ליבסט מיר רויט פליסיג
א קראנקע און שוואכע
מיינע וואונדען און טרערן נעציג
איז דיין קוויקעניש די איינפאכע.
ריכטיג?
ווען מיר זענען אויפן זעלבען באדן
שמייכלסטו באונס
אבער אכזריות מלא זדון
זענען דיינע הארץ רעיונות
מיין עקזיסטענץ - דיינע שמערצען
דיין ברוטאלע געלאפ - מיינע קרעכצען
אין מיין נויט האסטו זיך געקוויקט
איבער מיין ברויט ידיים געשיקט
צו דען טוסטו פרוכטבארן
איבער מיינע קאשמארען?
הע?!
מיינע מאראלן האסטו אמאל געשעצט
אבער אין הרף עין שנעל פארלעצט
האסט מיר גענוצט און געווארפן
נמשלו לחיות וטורפין
נוצט נאר פאליטישע אויסריידען
חלילה אז דו זעסט צווישענשיידן
נאר די ’געזעץ’ לויטעט
אז דער ’דזשיד’ דער ’יודע’
איז דיין מזבח כפרה
ער קומט צו זיין געטויטעט.
קייקעל אויגן!
די לעצטע לאך, אז ימלא
וועט זיין דיין קראך, בבהלה
ווארט נאר ווארט
צייט איז א גרויזאמער נוקם
שטאל און הארט
ווען דיר וועט כאפן חרון אלוקים
צושוידער!
א קאנדידאט אן איד-ליבער
נישט פארבלענדט פון דיין גרידער
דיין סארט
אין גיהנום אן ארט
שמייכל, שמייכל
ווייל אט אט
יופיע בהיכל
וויגן וועט דיין שטן טאנץ
אויף די וואגשאל באלאנס.
טונקעל שווארץ.
#לב מלכים ושרים ביד ה’