עמוד התפלה - סדר השכמת הבוקר
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:55 pm
מודה אני
דער מקור פון דעם נוסח מודה וואס מיר זאגן, איז אין ספר סדר היום. און דאס איז נתקן געווארן לכאורה אויף דעם וואס די גמרא זאגט (ברכות ס:) אז תיכף נאכען אויפשטיין זאל מען זאגן אלקי נשמה.
און שלחן ערוך הרב שרייבט אויף דאס זאגן מודה אני, ועל ידי זה יזכור את ה' הנצב עליו ויקום בזריזות.
דער מגן אברהם ברענגט דאס אראפ (סימן ד' ס''ק כ''ח) און ער זאגט דארט אז מען קען דאס זאגען פארן זיך אפגיסען נעגל וואסער. וויבאלד עס ווערט נישט דערמאנט אין דעם נוסח קיין שמות און כיניום. אבער דער יעב''ץ און קיצור השל''ה שרייבן אז מען זאל דאס נאר זאגן נאכן זיך אפגיסען.
אין סידור ר' קאפל ווערט געברענגט א צווייטע נוסח אויף מודה אני מיוסד ע''פ קבלה, ווי פאלגענד. מודה אני לפניך מלך חי וקים אדיר ונאור המפואר בגבורה ולו הבינה והחכמה הכתר והכבוד אשר ברוב חסדו ואמתו החזיר בי נשמתי אשר פקדתי בידו.
אין סידור היעב''ץ און ווי אויך שריייבט דער בוטשאטש'ער רב, אז מען זאל זאגן תיכף ביים אויפשטיין, ברוך שנתן תורה לעמו ישראל בקדושתו. דאס גייט לכאורה אין איינקלאנג מיט דעם וואס דער של''ה שרייבט, אז תיכף ווען א מענטש שטייט אויף זאל ער טראכטן בגדלות הבורא, און ווי אויך במתן תורה, און מיט דער נוסח איז מען מקיים שניהם.
די פסוקים שפעטער פון ראשית חכמה...ברוך שם...תורה צוה...שמע בני...ואתם הדבקים... זענען נתקן געווארן פאר די קינדער צו זאגען אזוי ווי די גמרא זאגט אז אביו מלמדו תורה צוה.
דער נוסח פון תורה תהא אמונתי איז ווערטער פונעם רוקח (הלכות שבועות) און דארט זאגט ער קלאר אז דאס איז נתקן געווארן פאר קינדער, און דער טייטש דערפון איז תורה תהא אומנתי ''מיין פאך'' און נישט מיין אמונה ווי עס זענען דא וואס זענען זיך טועה, און דער מקור פון בעטען אויף דעם איז פון די גמרא ברכות טז: יהי רצון מלפניך ה' אלהינו שתהא תורתך אומנותנו:
דער עולם ווערט געבעטן אריין צו קומען מיט מער.