עמוד התפלה - סדר השכמת הבוקר

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

עמוד התפלה - סדר השכמת הבוקר

פאוסט דורך נקודות טובות »

מודה אני

דער מקור פון דעם נוסח מודה וואס מיר זאגן, איז אין ספר סדר היום. און דאס איז נתקן געווארן לכאורה אויף דעם וואס די גמרא זאגט (ברכות ס:) אז תיכף נאכען אויפשטיין זאל מען זאגן אלקי נשמה.

און שלחן ערוך הרב שרייבט אויף דאס זאגן מודה אני, ועל ידי זה יזכור את ה' הנצב עליו ויקום בזריזות.

דער מגן אברהם ברענגט דאס אראפ (סימן ד' ס''ק כ''ח) און ער זאגט דארט אז מען קען דאס זאגען פארן זיך אפגיסען נעגל וואסער. וויבאלד עס ווערט נישט דערמאנט אין דעם נוסח קיין שמות און כיניום. אבער דער יעב''ץ און קיצור השל''ה שרייבן אז מען זאל דאס נאר זאגן נאכן זיך אפגיסען.

אין סידור ר' קאפל ווערט געברענגט א צווייטע נוסח אויף מודה אני מיוסד ע''פ קבלה, ווי פאלגענד. מודה אני לפניך מלך חי וקים אדיר ונאור המפואר בגבורה ולו הבינה והחכמה הכתר והכבוד אשר ברוב חסדו ואמתו החזיר בי נשמתי אשר פקדתי בידו.

אין סידור היעב''ץ און ווי אויך שריייבט דער בוטשאטש'ער רב, אז מען זאל זאגן תיכף ביים אויפשטיין, ברוך שנתן תורה לעמו ישראל בקדושתו. דאס גייט לכאורה אין איינקלאנג מיט דעם וואס דער של''ה שרייבט, אז תיכף ווען א מענטש שטייט אויף זאל ער טראכטן בגדלות הבורא, און ווי אויך במתן תורה, און מיט דער נוסח איז מען מקיים שניהם.
די פסוקים שפעטער פון ראשית חכמה...ברוך שם...תורה צוה...שמע בני...ואתם הדבקים... זענען נתקן געווארן פאר די קינדער צו זאגען אזוי ווי די גמרא זאגט אז אביו מלמדו תורה צוה.

דער נוסח פון תורה תהא אמונתי איז ווערטער פונעם רוקח (הלכות שבועות) און דארט זאגט ער קלאר אז דאס איז נתקן געווארן פאר קינדער, און דער טייטש דערפון איז תורה תהא אומנתי ''מיין פאך'' און נישט מיין אמונה ווי עס זענען דא וואס זענען זיך טועה, און דער מקור פון בעטען אויף דעם איז פון די גמרא ברכות טז: יהי רצון מלפניך ה' אלהינו שתהא תורתך אומנותנו:



דער עולם ווערט געבעטן אריין צו קומען מיט מער.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: עמוד התפלה - סדר השכמת הבוקר

פאוסט דורך נקודות טובות »

נקודת טובות האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:55 pm דער מגן אברהם ברענגט דאס אראפ (סימן ד' ס''ק כ''ח) און ער זאגט דארט אז מען קען דאס זאגען פארן זיך אפגיסען נעגל וואסער. וויבאלד עס ווערט נישט דערמאנט אין דעם נוסח קיין שמות און כיניום. אבער דער יעב''ץ און קיצור השל''ה שרייבן אז מען זאל דאס נאר זאגן נאכן זיך אפגיסען.
מתאמרא בפי כמה אנשים, אז מען ענדיגט צו רבה אמונתיך ''סלה'' ווער עס טרעפט א מקור אויף דעם סלה זאל ביטע צוצייכענען.
און לויט דעם נוסח דארף מען יא זאגן מודה אני דוקה נאכן זיך אפגיסען, וויבאלד סלה איז יא א כינוי, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין בעל הטורים פרשת בעלותך יא טז, אז סלה איז איינער פון די זיבעציג שמות של הקב''ה.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: עמוד התפלה - סדר השכמת הבוקר

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער איד האקט שטיקער. יישר כח!! ביסט מיר מהנה.

בנוגע "סלה", דוכט זיך מיר אז אין די סידורים ביי ברכת השחר שטייט עס אזוי.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: עמוד התפלה - סדר השכמת הבוקר

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:58 pm דער איד האקט שטיקער. יישר כח!! ביסט מיר מהנה.

בנוגע "סלה", דוכט זיך מיר אז אין די סידורים ביי ברכת השחר שטייט עס אזוי.
סידורים האביך נישט געזעהן שטיין אזוי. אבער אין מיין זוהן'ס ספר עברי האב איך עס יא געזעהן.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: עמוד התפלה - סדר השכמת הבוקר

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: עמוד התפלה - סדר השכמת הבוקר

פאוסט דורך וואוילער »

אינטערעסאנט, ברענגסט ארויף א זאך וואס כ'וואונדער זיך שוין לאנג, פון וואנעט שטאמט די סלה.
כ'האב עס טאקע געטראפן אין מיינע קינדער'ס אלף-בינה (היינט הייסט עס מלמד בינה), אבער נאר דארט.

איך בין צוגעגאנגען צו עטליכע תלמידי חכמים און יודעי דבר, פרעגן פון וואו קומט די ״סלה״ און די הלכה וועגן עס זאגן נאכן זיך וואשן, און אלע האבן מיך אנגעקוקט מיט וואונדער אז זיי האבן קיינמאל נישט געהערט אזא זאך...

ייש״כ @נקודת טובות פאר די שיינע פראיעקט
ייש״כ @דער תהלים איד פאר'ן צוצייכענען דעם אור ישראל
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
שרייב פאוסט