בלאט 1 פון 1
שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:11 pm
דורך מירון
לכבוד חול המועד הבעל"ט.
מעג מען שרייבן חול המועד אויף דעם סייט?
מלאכת כתיבה אין חול המועד איז הארבער ווי אנדערע מלאכות. אדער הייסט עס כתב שאינו מתקיים וואס ס'איז מותר? אפשר הייסט יא מתקיים אויף די סייט, ווייל ס'ווערט נישט נמחק.
ס'דא וואס האלטן אז כתב מרובע, די אותיות וואס אונז טייפ מיר דא ווערט פארעכנט ווי א מעשה אומן. למעשה קען היינט יעדער מאן דהו טייפן. הייסט עס נאכאלץ א מעשה אומן?
Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:22 pm
דורך קשאנובער
סאו שרייבן עפעס וואס די הנהלה וועט מעקן מעג מען אלס כתב שאינו מתקיים
כאב טאקע א חבר וואס שיקט נאר וואויס נאוטס אבער כאב קיינמאל נישט געהערט פון א רב אדער דיין וואס זאל נישט לאזן...
פארקערט כקען גענוג ערליכע אידן וואס טעקסטן אויף חוה"מ.
Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:29 pm
דורך מירון
קשאנובער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:22 pm
סאו שרייבן עפעס וואס די הנהלה וועט מעקן מעג מען אלס כתב שאינו מתקיים
כאב טאקע א חבר וואס שיקט נאר וואויס נאוטס אבער כאב קיינמאל נישט געהערט פון א רב אדער דיין וואס זאל נישט לאזן...
פארקערט כקען גענוג ערליכע אידן וואס טעקסטן אויף חוה"מ.
איך קען אבער יא עטליכע אידן וואס האבן גוט דורכגעלערענט הלכות חול המועד און זיי טעקסטן נישט, מאכן נישט קיין פיקטשערס הלכות חול המועד. כ'ווייס אבער נישט וויאזוי זיי דיילען אויפן פאון ווייל ע"פ רוב ווערט די נומבער אויפגעשריבן אויפן סקרין.
Re: שרייבן אויף "אידטיש" חול המועד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:50 pm
דורך וואוילער
אפשר זאל מען מאכן דא חוה״מ אידישע אותיות...
די הלכות ווערן איבערגערעדט יעדעס יאר דורך די שיעורים אין בתי מדרשים, אבער ס'פעלט נאך אלץ קלארקייט.
אפשר די סיבה איז ווייל ס'איז א נייע מציאות און יעדע דיין פסק'נט אנדערש.
לכאורה הייסט עס נישט געשריבן, נאר אויב מ'פרינט עס ארויס (געהערט פונעם דיין), דעריבער פרינטן איז טאקע הארבער אפילו אן צו טייפן.
דריקן קנעפלעך איז נישט קיין מעשה אומן, קומט אויס אז כ'טוה נישט קיין מעשה אומן, נאר די קאמפיוטער איז אן אומן און ווייסט וואס צו טוהן נאך וואס איך דריק דעם קנעפל.
פונקט ווי א מאשין (קאפיוטער, סעלפאון, אדער עם פי טרי) וואס שרייבט זיך אויף זאכן ווען מ'דריקט דעם קנעפל צו אנצינדן.
Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:52 pm
דורך וואוילער
קשאנובער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:22 pm
סאו שרייבן עפעס וואס די הנהלה וועט מעקן מעג מען אלס כתב שאינו מתקיים
מחיקה איז פונקט אזא מלאכה...
הנהלה פרעגטס ענקער דיין פארן מעקן

Re: שרייבן אויף "אידטיש" חול המועד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:57 pm
דורך מירון
וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:50 pm
אפשר זאל מען מאכן דא חוה״מ אידישע אותיות...
דריקן קנעפלעך איז נישט קיין מעשה אומן, קומט אויס אז כ'טוה נישט קיין מעשה אומן, נאר די קאמפיוטער איז אן אומן און ווייסט וואס צו טוהן נאך וואס איך דריק דעם קנעפל.
פונקט ווי א מאשין (קאפיוטער, סעלפאון, אדער עם פי טרי) וואס שרייבט זיך אויף זאכן ווען מ'דריקט דעם קנעפל צו אנצינדן.
סתם שרייבן אפילו נישט קיין מעשה אומן האט זיך נוהג געווען מחמיר צו זיין.
Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:09 pm
דורך דער תהלים איד
כהאב יא געלערנט הלכות חול המועד, אבער שוין אפאר יאר צוריק און שוין אסאך פארגעסן.
ערשטנס, אויבנאויף איז זייער זייער שווער צו זאגן אז טייפן זאל הייסן א מאלכת אומן.
צווייטנס, ס'איז זיכער נישט מער מלאכת אומן ווי דרייוון א קאר, וואס מ'איז מתיר אלס מערערע טעמים ובתוכם אלס שמחת יו"ט, וכן כאן...
דריטנס, געוויסע ניקס זענען א בחינה פון צרכי רבים אז זיי זאלן שרייבן... ולפי זה מעגן זיי אפילו זיין כיוון מלאכתם למועד, זיי מעגן אוועקלייגן א גוטן זאפטיגן ארטיקל אויף חוה"מ...
Re: שרייבן אויף "אידטיש" חול המועד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:29 pm
דורך וואוילער
מירון האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:57 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:50 pm
אפשר זאל מען מאכן דא חוה״מ אידישע אותיות...
דריקן קנעפלעך איז נישט קיין מעשה אומן, קומט אויס אז כ'טוה נישט קיין מעשה אומן, נאר די קאמפיוטער איז אן אומן און ווייסט וואס צו טוהן נאך וואס איך דריק דעם קנעפל.
פונקט ווי א מאשין (קאפיוטער, סעלפאון, אדער עם פי טרי) וואס שרייבט זיך אויף זאכן ווען מ'דריקט דעם קנעפל צו אנצינדן.
סתם שרייבן אפילו נישט קיין מעשה אומן האט זיך נוהג געווען מחמיר צו זיין.
האט ווער זיך נוהג געוועהן?
שרייבן סתם איז א מלאכת אומן, אפילו פשוט'ע שרייבן, משא״כ דריקן קנעפלעך.
Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:32 pm
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:09 pm
צווייטנס, ס'איז זיכער נישט מער מלאכת אומן ווי דרייוון א קאר, וואס מ'איז מתיר אלס מערערע טעמים ובתוכם אלס שמחת יו"ט, וכן כאן...
יש אומרים אז טאקע דעס (וואס כ'האב אויבן געשריבן) איז די היתר ביי א קאר, אז דריקן די פעדל איז נישט קיין מלאכת אומן, און דארט ליגט די מלאכה, אבער ביי די אומנת חלק דארט איז נישט קיין מלאכה.
Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 3:53 pm
דורך נקודות טובות
מיט די עצם זאך אז דער קנעפל שרייבט פאר דיר, איז נישט שייך מער קיין מעשה אומן. אפילו ביי כתב אשורית. און אויף דעם שרייבט שוין דער רמ''א אז דער מנהג איז להקל.
1) וויבאלד עס קען נישט אויסקומען אומקלאר.
2) די שורות קענען נישט זיין באלכסון, וואס ווערט פארעכענט פאר א שינוי.
3) וואס איז עס אנדערש ווי שאלת שלום, וואס אויף דעם שרייבט דער רמב''ם ''שכתיבות אלו אין אדם נזהר בתיקונן מאד''. און דער רמב''ן זאגט אויף דעם ''שכל אדם כותב כפי מה שיזדמן לו, ולפיכך אין צריכים שינוי''.
און בכלל ביי עלעקטראנישע כתיבה איז נישט קלאר אז עס זאל הייסען א כתיבה, אפי' לענין שבת.
1) וויבאלד עס איז נישט קיין כתב המתקיים. די רגע די עקסט דעם טעב איז נישט דא קיין זכר דערפון.
2) עלעקטראניש, הייסט בכלל נישט געשריבען. נאר די קאמפיוטער טייטשט אויס א געוויסע קאוד אויף אלפ''א בית''א.
3) אויב טאטשט מען נישט די קאמפיוטער/פאון פאר עטליכע מינוט לעשט זיך די סקרין אויס. און אויב לאזט מען עס אזוי פאר לאנג זעהט מען בחוש ווי דער קאפיוטער דארף זיך נאכאמאל לאודען. וואס מאכט נאך גרינגער דאס צו רופען א כתב שאינו מתקיים.
Re: שרייבן אויף "אידטיש" חול המועד
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:06 pm
דורך מירון
וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:29 pm
מירון האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:57 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:50 pm
אפשר זאל מען מאכן דא חוה״מ אידישע אותיות...
דריקן קנעפלעך איז נישט קיין מעשה אומן, קומט אויס אז כ'טוה נישט קיין מעשה אומן, נאר די קאמפיוטער איז אן אומן און ווייסט וואס צו טוהן נאך וואס איך דריק דעם קנעפל.
פונקט ווי א מאשין (קאפיוטער, סעלפאון, אדער עם פי טרי) וואס שרייבט זיך אויף זאכן ווען מ'דריקט דעם קנעפל צו אנצינדן.
סתם שרייבן אפילו נישט קיין מעשה אומן האט זיך נוהג געווען מחמיר צו זיין.
האט ווער זיך נוהג געוועהן?
שרייבן סתם איז א מלאכת אומן, אפילו פשוט'ע שרייבן, משא״כ דריקן קנעפלעך.
דער הייליגער רא"ש שרייבט אזוי אין כלל ד', דער הייליגער זיידע דער ב"ח ברענגט עס אראפ. ער שרייבט וז"ל "לא הייתי כותב בחול המועד, כי לא הורגלתי בכך". אזוי איז אויך משמע פונעם מבי"ט. דער שואל ומשיב שרייבט אזוי אין א תשובה. אזוי אויך שרייבט דער ירושלימער רב דער מנחת יצחק אין א תשובה בנוגע אן עגונה. ועוד פוסקים. ואין לי פנאי להאריך בזה עתה.
Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:29 pm
דורך וואוילער
יא יא, ווייל סתם כתיבה איז א מלאכת אומן.
Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:37 pm
דורך מירון
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:29 pm
יא יא, ווייל סתם כתיבה
איז א מלאכת אומן.
לאו דוקא, ווען דער שואל ומשיב האט צוריקגעשריבן א תשובה האט ער דאס געשריבן מיט אונזער כתב. והעיקר אז דער טורי זהב שרייבט אז כתיבה דארף לכתחילה א שנוי אפילו מעשה הדיוט און דאס איז נישט דא ביי אנדערע מלאכת המותרים בחול המועד חוץ ביי נייען.
Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד
געפאוסט: מיטוואך אפריל 24, 2024 11:36 pm
דורך פייל און בויגן
וואס איז אנדערש שרייבן דא פון טעקסטן אדער אפילו רופן איינעם אויפן טעלעפאן וואס דארף מען אויך "טייפן" די נומערן?
Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:49 pm
דורך וואוילער
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 24, 2024 11:36 pm
וואס איז אנדערש שרייבן דא פון טעקסטן אדער אפילו רופן איינעם אויפן טעלעפאן וואס דארף מען אויך "טייפן" די נומערן?
שרייבן דא איז א חכמה ואינה מלאכה
Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד
געפאוסט: פרייטאג אפריל 26, 2024 12:11 am
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:49 pm

א חכמה יא?