שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2295

שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

פאוסט דורך מירון »

לכבוד חול המועד הבעל"ט.

מעג מען שרייבן חול המועד אויף דעם סייט?

מלאכת כתיבה אין חול המועד איז הארבער ווי אנדערע מלאכות. אדער הייסט עס כתב שאינו מתקיים וואס ס'איז מותר? אפשר הייסט יא מתקיים אויף די סייט, ווייל ס'ווערט נישט נמחק.

ס'דא וואס האלטן אז כתב מרובע, די אותיות וואס אונז טייפ מיר דא ווערט פארעכנט ווי א מעשה אומן. למעשה קען היינט יעדער מאן דהו טייפן. הייסט עס נאכאלץ א מעשה אומן?
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 178

Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

פאוסט דורך קשאנובער »

סאו שרייבן עפעס וואס די הנהלה וועט מעקן מעג מען אלס כתב שאינו מתקיים :lol:

כאב טאקע א חבר וואס שיקט נאר וואויס נאוטס אבער כאב קיינמאל נישט געהערט פון א רב אדער דיין וואס זאל נישט לאזן...
פארקערט כקען גענוג ערליכע אידן וואס טעקסטן אויף חוה"מ.
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2295

Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

פאוסט דורך מירון »

קשאנובער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:22 pm סאו שרייבן עפעס וואס די הנהלה וועט מעקן מעג מען אלס כתב שאינו מתקיים :lol:

כאב טאקע א חבר וואס שיקט נאר וואויס נאוטס אבער כאב קיינמאל נישט געהערט פון א רב אדער דיין וואס זאל נישט לאזן...
פארקערט כקען גענוג ערליכע אידן וואס טעקסטן אויף חוה"מ.
איך קען אבער יא עטליכע אידן וואס האבן גוט דורכגעלערענט הלכות חול המועד און זיי טעקסטן נישט, מאכן נישט קיין פיקטשערס הלכות חול המועד. כ'ווייס אבער נישט וויאזוי זיי דיילען אויפן פאון ווייל ע"פ רוב ווערט די נומבער אויפגעשריבן אויפן סקרין.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3533
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5572

Re: שרייבן אויף "אידטיש" חול המועד

פאוסט דורך וואוילער »

אפשר זאל מען מאכן דא חוה״מ אידישע אותיות... :)

די הלכות ווערן איבערגערעדט יעדעס יאר דורך די שיעורים אין בתי מדרשים, אבער ס'פעלט נאך אלץ קלארקייט.
אפשר די סיבה איז ווייל ס'איז א נייע מציאות און יעדע דיין פסק'נט אנדערש.

לכאורה הייסט עס נישט געשריבן, נאר אויב מ'פרינט עס ארויס (געהערט פונעם דיין), דעריבער פרינטן איז טאקע הארבער אפילו אן צו טייפן.

דריקן קנעפלעך איז נישט קיין מעשה אומן, קומט אויס אז כ'טוה נישט קיין מעשה אומן, נאר די קאמפיוטער איז אן אומן און ווייסט וואס צו טוהן נאך וואס איך דריק דעם קנעפל.
פונקט ווי א מאשין (קאפיוטער, סעלפאון, אדער עם פי טרי) וואס שרייבט זיך אויף זאכן ווען מ'דריקט דעם קנעפל צו אנצינדן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3533
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5572

Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

פאוסט דורך וואוילער »

קשאנובער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:22 pm סאו שרייבן עפעס וואס די הנהלה וועט מעקן מעג מען אלס כתב שאינו מתקיים :lol:
מחיקה איז פונקט אזא מלאכה...
הנהלה פרעגטס ענקער דיין פארן מעקן :lol:
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2295

Re: שרייבן אויף "אידטיש" חול המועד

פאוסט דורך מירון »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:50 pm אפשר זאל מען מאכן דא חוה״מ אידישע אותיות... :)

דריקן קנעפלעך איז נישט קיין מעשה אומן, קומט אויס אז כ'טוה נישט קיין מעשה אומן, נאר די קאמפיוטער איז אן אומן און ווייסט וואס צו טוהן נאך וואס איך דריק דעם קנעפל.
פונקט ווי א מאשין (קאפיוטער, סעלפאון, אדער עם פי טרי) וואס שרייבט זיך אויף זאכן ווען מ'דריקט דעם קנעפל צו אנצינדן.
סתם שרייבן אפילו נישט קיין מעשה אומן האט זיך נוהג געווען מחמיר צו זיין.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5947
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12845

Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כהאב יא געלערנט הלכות חול המועד, אבער שוין אפאר יאר צוריק און שוין אסאך פארגעסן.

ערשטנס, אויבנאויף איז זייער זייער שווער צו זאגן אז טייפן זאל הייסן א מאלכת אומן.

צווייטנס, ס'איז זיכער נישט מער מלאכת אומן ווי דרייוון א קאר, וואס מ'איז מתיר אלס מערערע טעמים ובתוכם אלס שמחת יו"ט, וכן כאן...

דריטנס, געוויסע ניקס זענען א בחינה פון צרכי רבים אז זיי זאלן שרייבן... ולפי זה מעגן זיי אפילו זיין כיוון מלאכתם למועד, זיי מעגן אוועקלייגן א גוטן זאפטיגן ארטיקל אויף חוה"מ...
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3533
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5572

Re: שרייבן אויף "אידטיש" חול המועד

פאוסט דורך וואוילער »

מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:57 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:50 pm אפשר זאל מען מאכן דא חוה״מ אידישע אותיות... :)

דריקן קנעפלעך איז נישט קיין מעשה אומן, קומט אויס אז כ'טוה נישט קיין מעשה אומן, נאר די קאמפיוטער איז אן אומן און ווייסט וואס צו טוהן נאך וואס איך דריק דעם קנעפל.
פונקט ווי א מאשין (קאפיוטער, סעלפאון, אדער עם פי טרי) וואס שרייבט זיך אויף זאכן ווען מ'דריקט דעם קנעפל צו אנצינדן.
סתם שרייבן אפילו נישט קיין מעשה אומן האט זיך נוהג געווען מחמיר צו זיין.
האט ווער זיך נוהג געוועהן?

שרייבן סתם איז א מלאכת אומן, אפילו פשוט'ע שרייבן, משא״כ דריקן קנעפלעך.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3533
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5572

Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

פאוסט דורך וואוילער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:09 pm צווייטנס, ס'איז זיכער נישט מער מלאכת אומן ווי דרייוון א קאר, וואס מ'איז מתיר אלס מערערע טעמים ובתוכם אלס שמחת יו"ט, וכן כאן...
יש אומרים אז טאקע דעס (וואס כ'האב אויבן געשריבן) איז די היתר ביי א קאר, אז דריקן די פעדל איז נישט קיין מלאכת אומן, און דארט ליגט די מלאכה, אבער ביי די אומנת חלק דארט איז נישט קיין מלאכה.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4810

Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

פאוסט דורך נקודות טובות »

מיט די עצם זאך אז דער קנעפל שרייבט פאר דיר, איז נישט שייך מער קיין מעשה אומן. אפילו ביי כתב אשורית. און אויף דעם שרייבט שוין דער רמ''א אז דער מנהג איז להקל.
1) וויבאלד עס קען נישט אויסקומען אומקלאר.
2) די שורות קענען נישט זיין באלכסון, וואס ווערט פארעכענט פאר א שינוי.
3) וואס איז עס אנדערש ווי שאלת שלום, וואס אויף דעם שרייבט דער רמב''ם ''שכתיבות אלו אין אדם נזהר בתיקונן מאד''. און דער רמב''ן זאגט אויף דעם ''שכל אדם כותב כפי מה שיזדמן לו, ולפיכך אין צריכים שינוי''.

און בכלל ביי עלעקטראנישע כתיבה איז נישט קלאר אז עס זאל הייסען א כתיבה, אפי' לענין שבת.
1) וויבאלד עס איז נישט קיין כתב המתקיים. די רגע די עקסט דעם טעב איז נישט דא קיין זכר דערפון.
2) עלעקטראניש, הייסט בכלל נישט געשריבען. נאר די קאמפיוטער טייטשט אויס א געוויסע קאוד אויף אלפ''א בית''א.
3) אויב טאטשט מען נישט די קאמפיוטער/פאון פאר עטליכע מינוט לעשט זיך די סקרין אויס. און אויב לאזט מען עס אזוי פאר לאנג זעהט מען בחוש ווי דער קאפיוטער דארף זיך נאכאמאל לאודען. וואס מאכט נאך גרינגער דאס צו רופען א כתב שאינו מתקיים.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2295

Re: שרייבן אויף "אידטיש" חול המועד

פאוסט דורך מירון »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:29 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:57 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:50 pm אפשר זאל מען מאכן דא חוה״מ אידישע אותיות... :)

דריקן קנעפלעך איז נישט קיין מעשה אומן, קומט אויס אז כ'טוה נישט קיין מעשה אומן, נאר די קאמפיוטער איז אן אומן און ווייסט וואס צו טוהן נאך וואס איך דריק דעם קנעפל.
פונקט ווי א מאשין (קאפיוטער, סעלפאון, אדער עם פי טרי) וואס שרייבט זיך אויף זאכן ווען מ'דריקט דעם קנעפל צו אנצינדן.
סתם שרייבן אפילו נישט קיין מעשה אומן האט זיך נוהג געווען מחמיר צו זיין.
האט ווער זיך נוהג געוועהן?

שרייבן סתם איז א מלאכת אומן, אפילו פשוט'ע שרייבן, משא״כ דריקן קנעפלעך.
דער הייליגער רא"ש שרייבט אזוי אין כלל ד', דער הייליגער זיידע דער ב"ח ברענגט עס אראפ. ער שרייבט וז"ל "לא הייתי כותב בחול המועד, כי לא הורגלתי בכך". אזוי איז אויך משמע פונעם מבי"ט. דער שואל ומשיב שרייבט אזוי אין א תשובה. אזוי אויך שרייבט דער ירושלימער רב דער מנחת יצחק אין א תשובה בנוגע אן עגונה. ועוד פוסקים. ואין לי פנאי להאריך בזה עתה.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3533
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5572

Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

פאוסט דורך וואוילער »

יא יא, ווייל סתם כתיבה איז א מלאכת אומן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2295

Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

פאוסט דורך מירון »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:29 pm יא יא, ווייל סתם כתיבה איז א מלאכת אומן.
לאו דוקא, ווען דער שואל ומשיב האט צוריקגעשריבן א תשובה האט ער דאס געשריבן מיט אונזער כתב. והעיקר אז דער טורי זהב שרייבט אז כתיבה דארף לכתחילה א שנוי אפילו מעשה הדיוט און דאס איז נישט דא ביי אנדערע מלאכת המותרים בחול המועד חוץ ביי נייען.
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 934

Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

פאוסט דורך פייל און בויגן »

וואס איז אנדערש שרייבן דא פון טעקסטן אדער אפילו רופן איינעם אויפן טעלעפאן וואס דארף מען אויך "טייפן" די נומערן?
א געזונטע ווינטער.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3533
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5572

Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

פאוסט דורך וואוילער »

פייל און בויגן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2024 11:36 pm וואס איז אנדערש שרייבן דא פון טעקסטן אדער אפילו רופן איינעם אויפן טעלעפאן וואס דארף מען אויך "טייפן" די נומערן?
שרייבן דא איז א חכמה ואינה מלאכה
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2579
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2927

Re: שרייבן אויף "אידטיש" אום חול המועד

פאוסט דורך אנדערער »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:49 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2024 11:36 pm וואס איז אנדערש שרייבן דא פון טעקסטן אדער אפילו רופן איינעם אויפן טעלעפאן וואס דארף מען אויך "טייפן" די נומערן?
שרייבן דא איז א חכמה ואינה מלאכה
א חכמה יא?
שרייב פאוסט