בלאט 1 פון 1

שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:14 am
דורך מירון
כ'הער שוין יארן א 'שנה ראשונה' ברויך מען נישט שלאפן אין די סוכה. ווייסט איינער א מקור דערצו? איך האב נישט געפונען.

אין רמ"א סימן תרל"ט שטייט ולז"ק: הגה: ומה שנוהגין להקל עכשיו בשינה שאין ישנים בסוכה רק המדקדקין במצות יש אומרים משום צינה דיש צער לישן במקומות הקרים (מרדכי פרק הישן) ולי נראה משום דמצות סוכה איש וביתו איש ואשתו כדרך שהוא דר כל השנה ובמקום שלא יוכל לישן עם אשתו שאין לו סוכה מיוחדת פטור וטוב להחמיר ולהיות שם עם אשתו כמו שהוא דר כל השנה אם אפשר להיות לו סוכה מיוחדת:

אין דעם רמ"א איז משמע אז אויב קען מען נישט שלאפן "איש וביתו" האט עס נישט דוקא צוטוען מיט 'שנה ראשונה' נאר א גאנץ לעבן און די וואס האלטן אז מ'קען נישט מקיל זיין מטעם "איש ואשתו כדרך שהוא דר כל השנה" קען מען אין שנה 'שנה ראשונה' אויך נישט מקיל זיין.

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:17 am
דורך קיינמאל
טו וואס דיין טאטע האט געטון העט דיר גוט זיין

אדער פרעג דיין דיין

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:30 am
דורך מירון
קיינמאל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:17 am טו וואס דיין טאטע האט געטון העט דיר גוט זיין

אדער פרעג דיין דיין
איך פרעג א מקור אין הלכה. טוען וועל איך אייביג טוען וואס מיין טאטע טוט און מיין דיין ענטפערט, דאס איז נישט די נושא דא (פאר מיר איז שוין נישט נוגע די שאלה).

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:08 pm
דורך אלכסנדר נחמן
מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:14 am כ'הער שוין יארן א 'שנה ראשונה' ברויך מען נישט שלאפן אין די סוכה. ווייסט איינער א מקור דערצו? איך האב נישט געפונען.

אין רמ"א סימן תרל"ט שטייט ולז"ק: הגה: ומה שנוהגין להקל עכשיו בשינה שאין ישנים בסוכה רק המדקדקין במצות יש אומרים משום צינה דיש צער לישן במקומות הקרים (מרדכי פרק הישן) ולי נראה משום דמצות סוכה איש וביתו איש ואשתו כדרך שהוא דר כל השנה ובמקום שלא יוכל לישן עם אשתו שאין לו סוכה מיוחדת פטור וטוב להחמיר ולהיות שם עם אשתו כמו שהוא דר כל השנה אם אפשר להיות לו סוכה מיוחדת:

אין דעם רמ"א איז משמע אז אויב קען מען נישט שלאפן "איש וביתו" האט עס נישט דוקא צוטוען מיט 'שנה ראשונה' נאר א גאנץ לעבן און די וואס האלטן אז מ'קען נישט מקיל זיין מטעם "איש ואשתו כדרך שהוא דר כל השנה" קען מען אין שנה 'שנה ראשונה' אויך נישט מקיל זיין.
שנה ראשונה איז דא א עקסטרע מצוה צי משמח זיין די ווייב
אין די אוצר הלכות שטייט אז אזוי האט ר' משה ארי פריינד זצ"ל געפאסקענט

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:17 pm
דורך מירון
אלכסנדר נחמן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:08 pm

יישר כח פאר די מקור.

און אויב דאס ווייב פריידט זיך אז די מאן איז מקיים מצות סוכה איז יא דא א מצות ישיבת סוכה?

איז דא נאך א מצות עשה, אדער א לא תעשה וואס ווערט מבוטל חוץ מצות סוכה און ארויסגיין אין מלחמת הרשות וועגן 'שנה ראשונה'?

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:18 pm
דורך אלכסנדר נחמן
מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:17 pm
אלכסנדר נחמן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:08 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:14 am כ'הער שוין יארן א 'שנה ראשונה' ברויך מען נישט שלאפן אין די סוכה. ווייסט איינער א מקור דערצו? איך האב נישט געפונען.

אין רמ"א סימן תרל"ט שטייט ולז"ק: הגה: ומה שנוהגין להקל עכשיו בשינה שאין ישנים בסוכה רק המדקדקין במצות יש אומרים משום צינה דיש צער לישן במקומות הקרים (מרדכי פרק הישן) ולי נראה משום דמצות סוכה איש וביתו איש ואשתו כדרך שהוא דר כל השנה ובמקום שלא יוכל לישן עם אשתו שאין לו סוכה מיוחדת פטור וטוב להחמיר ולהיות שם עם אשתו כמו שהוא דר כל השנה אם אפשר להיות לו סוכה מיוחדת:

אין דעם רמ"א איז משמע אז אויב קען מען נישט שלאפן "איש וביתו" האט עס נישט דוקא צוטוען מיט 'שנה ראשונה' נאר א גאנץ לעבן און די וואס האלטן אז מ'קען נישט מקיל זיין מטעם "איש ואשתו כדרך שהוא דר כל השנה" קען מען אין שנה 'שנה ראשונה' אויך נישט מקיל זיין.
שנה ראשונה איז דא א עקסטרע מצוה צי משמח זיין די ווייב
אין די אוצר הלכות שטייט אז אזוי האט ר' משה ארי פריינד זצ"ל געפאסקענט
און אויב דאס ווייב פריידט זיך אז די מאן איז מקיים מצות סוכה איז יא דא א מצות ישיבת סוכה?

לכאורה

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 3:57 pm
דורך קלמןקליין
עיין דברי יציב

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 4:08 pm
דורך נקודות טובות
דער טורי זהב פארשטייט די היתר פונעם רמ''א, וויבאלד דאס איז א חלק פון שמחת יו''ט, און חייב אדם לשמח אשתו ברגל. ממילא איז מותר. קען מען זאגן אז אויף דעם האבן זיך געוויסע סומך געווען אז אין שנה ראשונה שלאפט מען נישט אין די סוכה. וויבאלד חוץ פון שמחת יו''ט, איז אויך שייך ושמח את אשתו. (דעת עצמי)

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 4:31 pm
דורך יאנטשי
נקי יהיה לביתו שנה אחת ושמח את אשתו אשר לקח (דברים כד, ה)

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 4:35 pm
דורך נקודות טובות
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 4:31 pm נקי יהיה לביתו שנה אחת ושמח את אשתו אשר לקח (דברים כד, ה)
קודם אויב איז עס אזא פשטות, וואלטן די פוסקים דאס געברענגט. א פסוק חומש האט דאך דער פרי מגדים אויך געקענט.
צווייטענס. וואו ליגט אין דעם פסוק אז מען דארף זיין ממש אין די הויז. אפשר איז די פארטש גענוג? נאר דוקא גיין אין מלחמה, אדער חוץ לארץ גייט אריין בכלל.
דריטענס. איז די פסוק כפי ידיעתי נישט מער ווי א מליצה, און נקי יהיה לביתו גייט נישט ארויף אויף ושמח את אשתו.

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:46 am
דורך בורר
מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:14 am כ'הער שוין יארן א 'שנה ראשונה' ברויך מען נישט שלאפן אין די סוכה. ווייסט איינער א מקור דערצו? איך האב נישט געפונען.

אין רמ"א סימן תרל"ט שטייט ולז"ק: הגה: ומה שנוהגין להקל עכשיו בשינה שאין ישנים בסוכה רק המדקדקין במצות יש אומרים משום צינה דיש צער לישן במקומות הקרים (מרדכי פרק הישן) ולי נראה משום דמצות סוכה איש וביתו איש ואשתו כדרך שהוא דר כל השנה ובמקום שלא יוכל לישן עם אשתו שאין לו סוכה מיוחדת פטור וטוב להחמיר ולהיות שם עם אשתו כמו שהוא דר כל השנה אם אפשר להיות לו סוכה מיוחדת:

אין דעם רמ"א איז משמע אז אויב קען מען נישט שלאפן "איש וביתו" האט עס נישט דוקא צוטוען מיט 'שנה ראשונה' נאר א גאנץ לעבן און די וואס האלטן אז מ'קען נישט מקיל זיין מטעם "איש ואשתו כדרך שהוא דר כל השנה" קען מען אין שנה 'שנה ראשונה' אויך נישט מקיל זיין.
איך געדענק אז קלויזענבערגע רב זי"ע האט אזוי גע'פסק'ענט,
דארף מען נאכקיקן צו ער האט א תשובה דערויף, בעווני האב איך נישט קיין שו"ת דברי יציב אינדערהיים,

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 6:32 pm
דורך מירון
קלמןקליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 3:57 pm עיין דברי יציב
חלק? סימן?

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 9:03 pm
דורך מסתמא
אין שנה ראשונה האט מיך הרב וואזנער פון מאנסי גע'פסק'נט נישט צו שלאפן אין די סוכה.

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:18 am
דורך באשיינפערליך
היות מ׳האמיר נישט געבויט קיין סוכה דאס יאר, איז מיר עניוועי נישט קיין שאלה…

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:56 pm
דורך וואוילער
באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:18 am היות מ׳האמיר נישט געבויט קיין סוכה דאס יאר, איז מיר עניוועי נישט קיין שאלה…
ס'איז נישט געגאנגען פארקערט די מעשה? אז דו האסט נישט געבויעט קיין סוכה וועגן האסט נישט געדארפט?

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:17 am
דורך באשיינפערליך
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:56 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:18 am היות מ׳האמיר נישט געבויט קיין סוכה דאס יאר, איז מיר עניוועי נישט קיין שאלה…
ס'איז נישט געגאנגען פארקערט די מעשה? אז דו האסט נישט געבויעט קיין סוכה וועגן האסט נישט געדארפט?
ניין, נאך אלעם דארף מען אויך עסן צווישן די סעודות, אבער שנה ראשונה מעג מען…

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 2:53 am
דורך וואוילער
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:17 am
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:56 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:18 am היות מ׳האמיר נישט געבויט קיין סוכה דאס יאר, איז מיר עניוועי נישט קיין שאלה…
ס'איז נישט געגאנגען פארקערט די מעשה? אז דו האסט נישט געבויעט קיין סוכה וועגן האסט נישט געדארפט?
ניין, נאך אלעם דארף מען אויך עסן צווישן די סעודות, אבער שנה ראשונה מעג מען…
הממ... וואס איז די היתר?

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 9:40 am
דורך באשיינפערליך
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 2:53 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:17 am
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:56 pm

ס'איז נישט געגאנגען פארקערט די מעשה? אז דו האסט נישט געבויעט קיין סוכה וועגן האסט נישט געדארפט?
ניין, נאך אלעם דארף מען אויך עסן צווישן די סעודות, אבער שנה ראשונה מעג מען…
הממ... וואס איז די היתר?
אז מ׳וויל שטארק מעג מען…

נאר א וויץ, זיך ב״ה געקענט איינהאלטן פון עסן אינדרויסן פון די סוכה.

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 9:51 am
דורך צווייטער
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 9:40 am
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 2:53 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:17 am

ניין, נאך אלעם דארף מען אויך עסן צווישן די סעודות, אבער שנה ראשונה מעג מען…
הממ... וואס איז די היתר?
אז מ׳וויל שטארק מעג מען…

נאר א וויץ, זיך ב״ה געקענט איינהאלטן פון עסן אינדרויסן פון די סוכה.
עסן אכילת עראי איז מותר מעיקר הדין חוץ לסוכה

אבער נישט בויען א סוכה בכלל, ד''ה זיך אויפהאלטן אינדרויסן פונעם סוכה במשך די 7 טעג חוץ בשעת סעודות, ווייס איך נישט אויב מ'האט מקיים געווען מצוות בסוכות תשבו שבעת ימים

Re: שנה ראשונה - שלאפן אין די סוכה

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 10:34 am
דורך באשיינפערליך
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 9:51 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 9:40 am
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 2:53 am

הממ... וואס איז די היתר?
אז מ׳וויל שטארק מעג מען…

נאר א וויץ, זיך ב״ה געקענט איינהאלטן פון עסן אינדרויסן פון די סוכה.
עסן אכילת עראי איז מותר מעיקר הדין חוץ לסוכה

אבער נישט בויען א סוכה בכלל, ד''ה זיך אויפהאלטן אינדרויסן פונעם סוכה במשך די 7 טעג חוץ בשעת סעודות, ווייס איך נישט אויב מ'האט מקיים געווען מצוות בסוכות תשבו שבעת ימים
איך האב נישט ווי עס צו בויען, אבער גע׳תשבו׳ט האבעך נאכאלץ, סיי מיטן לערנען אין ביהמ״ד און סיי מיטן עסן אלע סעודות דארט.