די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענליך

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
שלום
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:53 pm
x 9

די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענליך

פאוסט דורך שלום »

די נושא וואס איך גיי יעצט דא שרייבן איז עפעס וואס מען לערנט נישט געווענטליך טראץ עס איז א וויכטיגע נושא און עס איז נוגע פאר גאר אסאך פשוט ווייל עס איז זייער אן האקעלע נושא און יעדע ווארט דארף ווערן געמאסטן, און אט אזוי גיי מיר דא טין, מען גייט מעסטן און מעקן איך בעט דעם טאטן אין הימל זאל מיר העלפן אז עס זאל נישט ארויס קומען קיין מכשול פון מיינע ווערטער און עס זאל נאר אויפטין וואס עס דארף, און איך בעט אויך פון אייך טייערע אידן צו טראכטן און דורך זיפן די ווערטער פאר מען קאמענטירט.

און די נאמען פון די נושא איז ''היט דיין אויגן''.

דאס איז די נאמען פון אן הייליגע ארגעניזעישן וואס העלפט ארויס אידן פון אונזער חדר וואס מיטשען זיך מיט נסיונות אין עניני קדושה במחשבה דיבור ומעשה, וואס ווילן עכט זיין גוט און טין דעם רצון ה' אבער די שאור שבעיסה איז זיי זייער שווער און נאכן פראבירן איין מאל און נאכאמאל איין יאר און נאך א יאר און זיי טרעפן נישט די וועג אליינס צו קדושה, קומט די ארגעזניזעישן אריין און העלפט ארויס אידישע קינדער זיין הייליג און ריין.

איך גיי נישט ווארטן ביזן סוף צו שרייבן די פשוטע פאקט... יעצט גייט פאר א קאמפיין לטובתם און דאס איז די סיבה פארן זיך יעצט זעצן שרייבן די שירות, נאר אז מען רעדט פון דעם וויל איך אביסל אויסקלארן די נעפל ארום דעם ארגיניזעישן, די עולם זאל אביסל פארשטיין וואס זיי טיען און וועם זיי סערווירן.

(די עולם האט שוין זיכער געהערט פון זיי, פשוט ווייל זיי עדווערטייזן פון צייט צו צייט, אבער וואס טיען זיי איז נישט אזוי קלאר, נישט אלעס קען מען לייגן אין א קורצע עד.)

זיי סערווירן אונזער עולם ממש די היימיש'סטע וואס איז נאר דא, אידיש רעדנדע וואוילע אינגעלייט וואס האבן נסיונות אין די ענינים, און נאר אידיש רעדנדע. ''היט דיין אויגן'' איז אפציעל פאר אונז. זיי לויפן קיינעם נישט נאך זיי זיכן נישט וועם צו העלפן סיי ווער עס ווענדט זיך צו זיי פאר הילף זענען זיי גרייט דערפאר ווילאנג מען איז גרייט און מען וויל זיך העלפן. זיי גייען קיינמאל נישט טרייען צו באיינפלוסן איינעם צו קומען אדער צו פארבלייבן אינטער זייער אויפזיכט.

זיי שטעלן צו עטליכע טולס וואס העלפט ארויס אין די ענינים ובתוכם א פארום בלויז פאר די איינגעשריבענע באניצער, ווי אידן שמיעסן זיך אויס הילף חיזוק און עצות איש את רעהו יעזורו אלעס אויף א שטרענג כשר'ע פארנעם.

און אלעס איז 100% אינאנומעס און שטרענגסטן געהיים.

לאמיר ערקלערן פראקטיש וויאזוי עס ארבעט, מען גייט צו היט דיין אויגן און מען לייגט אריין אן אימעיל אדרעס וואס האט נישט די אייגענע אינפראמאציע בעסער אויב מען עפנט א נייע אימעיל דירעקט פאר דעם, די הנהלה גייט נישט און וויל אויך נישט וויסן אייער אידענטיטעיט, ווי לאנג איר זענט א איד וואס וויל אנקומען צו קדושה גייען זיי פראבירן צו העלפן. איר גייט באקומען אן אימעיל ווי איר גייט דארפן ענטפערן געוויסע פריוואטע אינפראמאציע (גארנישט וואס גייט פארציילן ווער די ביסט) אזוי ווי די עלטער וכי', איר גייט דעמאלטס מאכן א ניק נאמען און א פעסווארד און איר זענט אינעווענדיג.

מען באקומט גלייך געוויסע אויפנאם מעסידזשעס צו מאכן פילן באקוועם און היימיש, אבער געדענקט איר זענט א ניק נאמען און קיינער גייט קיינמאל נישט וויסן אייער אידענטיטעיט חוץ אויב איר געבט עס ארויס. פארקערט גאר עס איז שטרענג פארבאטן צו ארויסגעבן אייגענע אינפראמאציע פאר אנדערע פשוט עס זאל נישט ח''ו צוברענגען צו די פארקערטע פון די ציל. (עס איז כדאי צו נעמען אין אכט די מעסידזשעס וואס מען באקומט גלייך אנפאנג איז אוטאמאטיש און עס איז דא נאר אייך צו העלפן קיינער זיצט נישט דארט און טרייט צו געוואויר ווערן ווער די ביסט.)

איינמאל מען איז אינעווענדיג איז דא א 90 טעג טשארט וואס העלפט שטארק ארויס, און נאך טולס עוועיליבל. אזוי אויך איז אלץ דא עוועיליבל הדרכה און הילף וואס מען קען זיך פארבינדן מיט א מעסעדזש אדער דירעקט אנרופן, - אלעס אן ארויסגעבן די נאמען - מיט היימישע פראפעשינלס אין די פעלד וואס זענען דא צו העלפן מיט סיי וואס און אלעס אן באצאלט.

נאך איז וויכטיג צו נעמען אין אכט, די סייט האלט ממש יעצט אינמיטן ווערן איבערגעפרישט זאל מען זיך נישט דערשרעקן פון די אויסקוק עס איז פיין יעצט עס גייט נאר ווערן אסאך בעסער.

איך בין נישט א חלק פון די הנהלה דארט, איך בין פשוט א ''איד'' מוצל מאש הנסיונות, איך האב מיר יארן געמיטשעט ביז איך בין אנגעקומען צו אט די הייליגע פלאץ און איך און מיין משפחה זענען שילדיג די לעבן פאר אט די אידן צדיקים וואס פירן די פלאץ אלעס אן באקומען דערפאר א ברעקל כבוד אדער סיי וועלכע באצאלט.

און יעצט תחלית, לאמיר רעדן צו דיר מיין טייערע ברידער, אויב דארפסטו נישט אנקומען צו דעם, אשריך! און דאנק דעם באשעפער, עס איז דא טויזנטע בתוכנו וואס דארפן יא און וואס געניסן יא פון דעם. דאס וואס די אידן גייען דורך זאלסטו קיינמאל נישט פארשטיין, זאלסט נאר וויסן ווייטער פון לעכטיגקייט און הייליגקייט, ביי דיר און ביי דיינע קינדער.

וואס מען טוט פאר יענעם טוט מען פאר זיך, שטיץ די הייליגע צוועק און זאלסט קיינמאל נישט הערן דערפין ביי דיינע נאנטע, זאלסט זוכה זיין צו זעהן בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות באמת געזינטערהייט.

און אויב האסטו א ספק צו עס איז יא געמאכט פאר דיר, קענסטו אוודאי אויך געבן און עס גייט דיר זיין א זכות אין דיין לעבן, און איך א געליטענע קען דיר נאר געבן אן עצה טובה, פראבירט עס אליין, עס גייט אייך זיין אסאך גרינגער און איר גייט מצליח זיין, יעצט אין די תקופה פון די קאמפיין בעטן אסאך אידן זייערע פילטער צו עפענען די לינק צו זעהן וואס דאס איז, כאפט אייך מיט עס איז אן עצת הכושר.

עס איז דיין לעבן האסט נאר איין געלעגנהייט און עס איז קיינמאל קיינמאל צו שפעט.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענליך

פאוסט דורך וואוילער »

זייער חשוב פאר'ן עס קלאר מאכן פארן ציבור!
די זכות זאל זיי / דיך ביישטיין.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענליך

פאוסט דורך וואוילער »

די זעלבע סייט איז אויך דא אין ענגליש
Guard Your Eyes
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענליך

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יישר כח פאר'ן דאס מסביר זיין. כהאב שוין געזען אסאך מאל זייערע עדס אבער נישט צוגעלייגט קאפ וואס דאס איז.

און בראווא פאר'ן זיין א מוצל מאש! דאס מיינסט אז דו האסט ריזיגע כוחות! ווייל איך פארשטיי אז דאס ארבעט נאר ווען מען נעמט זיך ערנסט דערצו. זאלסטו זיין געשעבענטשט!

גיימיר זיך יעצט משתתף זיין.
שלום
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:53 pm
x 9

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענליך

פאוסט דורך שלום »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:25 pm יישר כח פאר'ן דאס מסביר זיין. כהאב שוין געזען אסאך מאל זייערע עדס אבער נישט צוגעלייגט קאפ וואס דאס איז.

און בראווא פאר'ן זיין א מוצל מאש! דאס מיינסט אז דו האסט ריזיגע כוחות! ווייל איך פארשטיי אז דאס ארבעט נאר ווען מען נעמט זיך ערנסט דערצו. זאלסטו זיין געשעבענטשט!

גיימיר זיך יעצט משתתף זיין.
תזכו למצוות די זכות זאל אייך אוודאי ביישטיין.

און שכח פאר די חיזוק, קיינער באקומט נישט די נסיונות אן די כוחות עס בייצוקומען, עס איז טאקע זייער שווער אבער מעגליך. און... מורה'דיג געשמאק דערהויבן און לעכטיג. עס לוינט זיך.
שרייב פאוסט