רבי שמעון מיערסלוב ז"ל - ט"ו (ט"ז) תשרי תר"י
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:23 am
רבי שמעון מארילעס, אדער ווי מ’האט אים גערופן רבי שמעון יעראסלאווער זצ"ל איז געבוירן אין יאר תקי"ט, צו זיין טאטן רבי ישראל לייב איילבוים ז"ל פון שטאט יאזעפאף, ער איז געווען א זון פון הצדיק המפורסם רבי יעקב קאפל ליקאווער זצ"ל.
ער איז געווען א תלמיד פון ר"ר אלימלך מליזענסק און פון זיין ערשטע קרוב דער הייליגער חוזה פון לובלין. דער באקאנטער בוטשאטש רב, בעל מחבר ספר דעת קדושים איז געווען רבי שימעלע'ס איידם.
דער בעש"ט האט שטארק פרובירט מקרב צו זיין זיין זיידע רבי יעקב קאפל ליקאווער צו חסידות, אבער אבער לא עלתה בידו. זיינע אייניקלעך ה"ה רבי שמעון יעראסלאווער און ה"ה דער הייליגער חוזה פון לובלין זענען שוין געווארן אליין גרויסע רביס וואס עד היום הזה זענען מיר מתחמם מאורם הקדוש.
מדבריו הקדושים: רבי שימעלע יערסלובער האט געהאט אריכת ימים, איינע פון די תלמידים האבן אים אמאל געפרעגט: רבי, במה הארכת ימים? האט ער געעפערט: איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין קשיות אדער שאלות אויף די הנהגה פון דעם רבש"ע. ווען א מענשט האט קשוית, רופט מען אים ארויף אויבן אין הימל מסביר צו זיינע קשיות און שאלות, אבער אזוי איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין קשוית האט מען מיר גארנישט געדארפט מסביר, ממילא בין איך פארבליבן פאר לאנגע וויילע דא אויף דעם עולם.
זיינע ספרים:

- נחלת שמעון
- תורת שמעון