קאמפן קעגן סאציאלע מידיא צענזור - באריכטן
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:00 pm
א פעדעראלע אפעלאט געריכט, באזירט אין ניו ארליענס, האט פרייטאג בלאקירט א צווייטווייליגע פארארדענונג דורך א פעדעראלער לואיזיאנע דיסטריקט ריכטער וועלכע האט באגרעניצט די קאנטאקט-רעכטן צווישן פילע ביידען אדמיניסטראציע באאמטע און אגענטורן מיט סאציאלע מידיא פירמעס.
די פארבאט דורך דער לואיזיאנע דיסטריקט געריכט איז ארויפגעשטעלט געווארן אין רעזולטאט פון אן אנגייענדן קעיס אין וועלכע די שטאטן מיזורי און לואיזיאנע האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן פארשידענע באאמטע און אגענטורן אינערהאלב דער פעדעראלער רעגירונג, אריינגערעכנט די ווייסע הויז, די עף. בי. איי. די העלטה ענד הומען סערוויסעס דעפארטמענט, באשולדיגנדיג אז זייער דרוק אויף סאציאלע מידיא פירמעס צו צענזורירן מיינונגען איבער פארשידענע טעמעס, א שטייגער ווי וואקסינען, קאוויד-19 לאקדאונס, אנטי פרעזידענט ביידען, די לעב-ליעק טעאריע ועוד, האבן פארלעצט די רעכטן פון 'פרייהייט פון ווארט'.
אין זיין פארארדענונג האט דער פעדעראלער דיסטריקט ריכטער געשריבן, אז די אנקלעגער האבן צוגעשטעלט באווייזן וועלכע טוען אונטערשטיצן זייערע באשולדיגונגען.