סאציאלע מידיע צענזור און קענסל קולטור

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 516
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1095

קאמפן קעגן סאציאלע מידיא צענזור - באריכטן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

א פעדעראלע אפעלאט געריכט, באזירט אין ניו ארליענס, האט פרייטאג בלאקירט א צווייטווייליגע פארארדענונג דורך א פעדעראלער לואיזיאנע דיסטריקט ריכטער וועלכע האט באגרעניצט די קאנטאקט-רעכטן צווישן פילע ביידען אדמיניסטראציע באאמטע און אגענטורן מיט סאציאלע מידיא פירמעס.

די פארבאט דורך דער לואיזיאנע דיסטריקט געריכט איז ארויפגעשטעלט געווארן אין רעזולטאט פון אן אנגייענדן קעיס אין וועלכע די שטאטן מיזורי און לואיזיאנע האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן פארשידענע באאמטע און אגענטורן אינערהאלב דער פעדעראלער רעגירונג, אריינגערעכנט די ווייסע הויז, די עף. בי. איי. די העלטה ענד הומען סערוויסעס דעפארטמענט, באשולדיגנדיג אז זייער דרוק אויף סאציאלע מידיא פירמעס צו צענזורירן מיינונגען איבער פארשידענע טעמעס, א שטייגער ווי וואקסינען, קאוויד-19 לאקדאונס, אנטי פרעזידענט ביידען, די לעב-ליעק טעאריע ועוד, האבן פארלעצט די רעכטן פון 'פרייהייט פון ווארט'.

אין זיין פארארדענונג האט דער פעדעראלער דיסטריקט ריכטער געשריבן, אז די אנקלעגער האבן צוגעשטעלט באווייזן וועלכע טוען אונטערשטיצן זייערע באשולדיגונגען.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
ווינקל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:06 am
x 54

סאציאלע מידיע צענזור און קענסל קולטור

פאוסט דורך ווינקל »

אין די רייע פון קענסעלעישאנ'ס און סוספענשאנ'ס פון רעכטע שישקעס און מויל מאכער די לעצטערע צייטן, א שטייגער ווי: דאנאלד טראמפ, טאקער קארלסאן, דזשעימס אוקיף (פראדזשעקט וועריטאס), ליבס אוו טיק-טאק, RFK דזשויניער, רודי דזשוליאני, סטיוו בענאן, ענדראו טעיט, מארדזשערי טעילאר גרין, דזשארדען פיטערסאן, ריילי געינס, און פיל פיל נאך, איז יעצט צוגעקומען נאך א נאמען - די געוועזענע אקטיאר "ראסעל בראנד" וואס די מאשין/מידיע האט זיך גענומען איבער אים זינט ער איז א אויפגייענדער גאר פאפולערע סאציאלע מידיע שטערן וואס שטעלט זיך ארויס שארף קעגן אזעלעכע זאכן ווי די קאוויד לאדאונ'ס ביג פארמא אד"ג, און זיינע סאציאלע מידיע אקאונטס זענען צו פאפולער געווארן לעצטנ'ס זינט זיי ציען אן מיליאנען פאלאוערס.

די אינהאלט פון די מידיע מלחמה קעגן אים איז נישט כמובן שייך צו רעדן אויף א איידעלע יודישע פארום, אבער עכ"פ די מידיע קענסלד אים שוין, ער ווערט שוין אראפגעווארפן פון רעכטס און לינקס, יוטוב האט אים שוין סוספענדעט פון צו קענען מאכן געלט פון זיין טשענעל.

בקיצור, נאך א רעכטע קאנאן וועלעכע איז ווי א דארן פאר די לינקע דיקטאקטורן גייט ווערן אונטערגעברענגט. איך בין נייגעריג ווילאנג ס'גייט נעמען ביז אזעלעכע מענטשן ווי דזשאו ראגען אד"ג גייען ווערן אנגעשמירט און אונטערגעברענגט.
אוועיטער
ווינקל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:06 am
x 54

Re: סאציאלע מידיע צענזור און קענסל קולטור

פאוסט דורך ווינקל »

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די ראסעל בראנד קענסעלעישאן פרשה, רינט יעצט ארויס דאקומענטן פון לעטער'ס פון די UK פארלימענט צו סאציאלע מידיע קאמפעניס אז זיי זאלן אונטעגראבן ראסעל בראנד.


#אין סעריע פון קאנספיראציע טעאריע'ס וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיי וואר.
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 319

Re: סאציאלע מידיע צענזור און קענסל קולטור

פאוסט דורך Programming »

סתם אויסצוקלארן, ראמבל טענה'ט אז זיי האבן ערהאלטן א בריוו פון א אינדיווידועלער ענגלישער פארלאמענט מיטגליד וועלכער האט זיי געמוטיגט צו דע-מאנעטייזן ברענד. אויף די מינוט האב איך נישט געזען די בריוו אליינס אדער די נאמען פונעם שיקער.
שרייב פאוסט