רבי אברהם דאנציג, בעל מחבר ספר חיי אדם - ד' תשרי תקפ"א
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 7:54 pm
קין סאך איז נישט ידוע איבער דעם חיי אדם, איך וועל שרייבן וואס איך ווייס. און אויב האט איינער עפעס צוצולייגן, תבא עליו ברכה.
דער חיי אדם איז געבוירן געווארן אין יאר תק''ח, אין שטאט דאנציג צו זיין טאטע וואס האט געהייסן ר' יחיאל מיכל.
דער חיי אדם איז געווען א תלמיד פונעם נודע ביהודה. און אויך פון ר' יוסף ליבערמאן וואס האט אים מסמיך געווען להוראה.
נאך די חתונה איז ער אריבער געגאנגען וואוינען קיין ווילנא. כדי מפרנס צו זיין דאס געזונדעל, האט ער עוסק געווען במסחר. אבער בבחינת עשה תורתך קבע. זיין קאפ איז געליגען אין תורה א גאנצען טאג, און אפילו בשעת'ן האנדלען האט ער נישט געקענט האלטן זיין קאפ אויפן פלאץ. נאר זיין מוח איז כסדר צוריק געפלויגען צו די גמרא. ווען ער פלעגט פארן קיין לייפצוג צום יריד. זענען זיינע קביאותדיגע שיעורים געווען ממש בחוק ולא יעבור.
די סיבה פארוואס ער איז געווען א סוחר, און נישט גענומען עפעס א תורה'דיגע שטעלע זיך צו קענען מיט דעם מפרנס זיין. איז וויבאלד ער האט געהאט מקובל פון זיין זיידע אז פרנסה נעמט מען נישט פון קיין תורה פאסטען. נאר מען דארף ארבעטען אויף פרנסה.
אם כל זה שרייבט ער, אז די שטאט ווילנא איז געווען אונטער זיין הנהגה שוין פון די אנהויב תק''נ יארן. נאך פאר די הסלתקות פונען גר''א.
למעשה אין יאר תקע''ג, נאכדעם וואס זיינע געשעפטן זענען געגאנגען בארג אראפ. און ער האט זיך מער נישט געקענט מפרנס זיין מיגיע כפו. האט ער בלית ברירה מסכים געווען צו נעמען א תמיכה פון די קהילה אין ווילנא. און איז אויפגענומען געווארן אלץ אויפציעלע דיין אין שטאט.
זיין התקשרות מיטן גר''א איז געווען גאר שטארק, און ער האט זיך אויך משדך געווען מיטן גר''א ווען זיין טאכטער איז געווארן א שנור ביים זוהן פונעם גר''א. און ווי אויך איז ער געווען א נאנטער ידיד מיט ר' חיים וואלזינער.
זיין ספר חיי אדם איז געדריקט געווארן אין יאר תק''ע. און ער האט דאס ארויסגעגבן אהן קיין נאמען וויבאלד ער איז נאכנישט געווען קיין דיין דעמאלטס. זיין נאמען האט ער אריין געלייגט אין ספר חכמת אדם וואס דאס האט ער געדריקט אין יאר תקע''ה, נאכן אפציעל ווערן אויפגענומען אלץ דיין.
דער ספר חיי אדם איז געווארן דאס מעסטע אויפגעכאפטע ספר אין די ליטווישע וועלט. און ער איז ממש געווען ווי דער פוסק אחרון. ביז די ספר משנה ברורה האט איבער גענומען זיין פלאץ. אבער אויך אין די ספר משנה ברורה איז ער מיטן גר''א ממש די פוסקים.
די ספר חכמת אדם איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס חביבות ביי ר' חיים וואלזינער, דעם חוות דעת, דער חתם סופר, שדי חמד. ועוד גדולי ישראל.
מתחילה האט ער איינגעטיילט זיין ספר חכמת אין כללים, אזוי ווי ער האט אייינגעטיילט די ספר חיי אדם. אבער אויפן פארלאנג פונעם חוות דעת, און ר' חיים וולאזינער, האט ער דאס איבערגעמאכט על סדר השלחן ערוך.
איינער פון זיינע זאכן וואס זענען היינט אנגענומען בכל תפיצות ישראל, איז די תפלת זכה ערב יום כיפור. וואס ער האט דאס אליינס צוזאמען געשטעלט אויף מקורות פון פריערדיגע.
ער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים ד' תשרי תקפ''א. מקום מנוחתו בווילנא.