רבי אברהם דאנציג, בעל מחבר ספר חיי אדם - ד' תשרי תקפ"א

אונזער היסטאריע
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

רבי אברהם דאנציג, בעל מחבר ספר חיי אדם - ד' תשרי תקפ"א

פאוסט דורך נקודות טובות »

קין סאך איז נישט ידוע איבער דעם חיי אדם, איך וועל שרייבן וואס איך ווייס. און אויב האט איינער עפעס צוצולייגן, תבא עליו ברכה.


דער חיי אדם איז געבוירן געווארן אין יאר תק''ח, אין שטאט דאנציג צו זיין טאטע וואס האט געהייסן ר' יחיאל מיכל.

דער חיי אדם איז געווען א תלמיד פונעם נודע ביהודה. און אויך פון ר' יוסף ליבערמאן וואס האט אים מסמיך געווען להוראה.


נאך די חתונה איז ער אריבער געגאנגען וואוינען קיין ווילנא. כדי מפרנס צו זיין דאס געזונדעל, האט ער עוסק געווען במסחר. אבער בבחינת עשה תורתך קבע. זיין קאפ איז געליגען אין תורה א גאנצען טאג, און אפילו בשעת'ן האנדלען האט ער נישט געקענט האלטן זיין קאפ אויפן פלאץ. נאר זיין מוח איז כסדר צוריק געפלויגען צו די גמרא. ווען ער פלעגט פארן קיין לייפצוג צום יריד. זענען זיינע קביאותדיגע שיעורים געווען ממש בחוק ולא יעבור.

די סיבה פארוואס ער איז געווען א סוחר, און נישט גענומען עפעס א תורה'דיגע שטעלע זיך צו קענען מיט דעם מפרנס זיין. איז וויבאלד ער האט געהאט מקובל פון זיין זיידע אז פרנסה נעמט מען נישט פון קיין תורה פאסטען. נאר מען דארף ארבעטען אויף פרנסה.

אם כל זה שרייבט ער, אז די שטאט ווילנא איז געווען אונטער זיין הנהגה שוין פון די אנהויב תק''נ יארן. נאך פאר די הסלתקות פונען גר''א.

למעשה אין יאר תקע''ג, נאכדעם וואס זיינע געשעפטן זענען געגאנגען בארג אראפ. און ער האט זיך מער נישט געקענט מפרנס זיין מיגיע כפו. האט ער בלית ברירה מסכים געווען צו נעמען א תמיכה פון די קהילה אין ווילנא. און איז אויפגענומען געווארן אלץ אויפציעלע דיין אין שטאט.


זיין התקשרות מיטן גר''א איז געווען גאר שטארק, און ער האט זיך אויך משדך געווען מיטן גר''א ווען זיין טאכטער איז געווארן א שנור ביים זוהן פונעם גר''א. און ווי אויך איז ער געווען א נאנטער ידיד מיט ר' חיים וואלזינער.

זיין ספר חיי אדם איז געדריקט געווארן אין יאר תק''ע. און ער האט דאס ארויסגעגבן אהן קיין נאמען וויבאלד ער איז נאכנישט געווען קיין דיין דעמאלטס. זיין נאמען האט ער אריין געלייגט אין ספר חכמת אדם וואס דאס האט ער געדריקט אין יאר תקע''ה, נאכן אפציעל ווערן אויפגענומען אלץ דיין.


דער ספר חיי אדם איז געווארן דאס מעסטע אויפגעכאפטע ספר אין די ליטווישע וועלט. און ער איז ממש געווען ווי דער פוסק אחרון. ביז די ספר משנה ברורה האט איבער גענומען זיין פלאץ. אבער אויך אין די ספר משנה ברורה איז ער מיטן גר''א ממש די פוסקים.

די ספר חכמת אדם איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס חביבות ביי ר' חיים וואלזינער, דעם חוות דעת, דער חתם סופר, שדי חמד. ועוד גדולי ישראל.

מתחילה האט ער איינגעטיילט זיין ספר חכמת אין כללים, אזוי ווי ער האט אייינגעטיילט די ספר חיי אדם. אבער אויפן פארלאנג פונעם חוות דעת, און ר' חיים וולאזינער, האט ער דאס איבערגעמאכט על סדר השלחן ערוך.

איינער פון זיינע זאכן וואס זענען היינט אנגענומען בכל תפיצות ישראל, איז די תפלת זכה ערב יום כיפור. וואס ער האט דאס אליינס צוזאמען געשטעלט אויף מקורות פון פריערדיגע.

ער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים ד' תשרי תקפ''א. מקום מנוחתו בווילנא.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2164

Re: רבי אברהם דאנציג בעל מחבר ספר חיי אדם - יארצייט ד' תשרי

פאוסט דורך מירון »

נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 7:54 pm קיין סאך איז נישט ידוע איבער דעם חיי אדם, איך וועל שרייבן וואס איך ווייס. און אויב האט איינער עפעס צוצולייגן, תבא עליו ברכה.

איינער פון זיינע זאכן וואס זענען היינט אנגענומען בכל תפיצות ישראל, איז די תפלת זכה ערב יום כיפור. וואס ער האט דאס אליינס צוזאמען געשטעלט אויף מקורות פון פריערדיגע.

ער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים ד' תשרי תקפ''א. מקום מנוחתו בווילנא.
אמור מעט ועשה הרבה, שרייבן שרייבט ער קיין סאך איז נישט ידוע און שרייבט אפ א גאנצן בלאט. ממנו ילמדו.

די תפלת זכה ערב יום כיפור איז א פליאה עצומה. בלויז צוויי - 100 יאר פון ווען ער נסתלק איז לשמי מרום און זיין תפילה איז נתפשט געווארן בכל תפוצות ישראל. (אחינו בני ישראל מארץ ספרד ווייס איך נישט אויב זיי זאגן תפלת זכה).

די געסערע חידוש איז אז חסידים זאגן עס. ווער ס'ווייסט אביסל וואס האט זיך אפגעטוען ווען חסידים האבן פרובירט אז דער הייליגער בעל התניא זאל זיך טרעפן מיטן גאון, אבער די תלמידי הגר"א האבן עס אפגעהאלטן, ס'ווערט דערציילט אז אין שפיץ פון די תלמידים איז געשטאנען דער חיי אדם, עכ"ז זאגן עס אלע חסידים. ס'ווייזט אויף עפעס העכערס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: רבי אברהם דאנציג בעל מחבר ספר חיי אדם - יארצייט ד' תשרי

פאוסט דורך נקודות טובות »

מירון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:00 pm
נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 7:54 pm קיין סאך איז נישט ידוע איבער דעם חיי אדם, איך וועל שרייבן וואס איך ווייס. און אויב האט איינער עפעס צוצולייגן, תבא עליו ברכה.

איינער פון זיינע זאכן וואס זענען היינט אנגענומען בכל תפיצות ישראל, איז די תפלת זכה ערב יום כיפור. וואס ער האט דאס אליינס צוזאמען געשטעלט אויף מקורות פון פריערדיגע.

ער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים ד' תשרי תקפ''א. מקום מנוחתו בווילנא.
אמור מעט ועשה הרבה, שרייבן שרייבט ער קיין סאך איז נישט ידוע און שרייבט אפ א גאנצן בלאט. ממנו ילמדו.

די תפלת זכה ערב יום כיפור איז א פליאה עצומה. בלויז צוויי - 100 יאר פון ווען ער נסתלק איז לשמי מרום און זיין תפילה איז נתפשט געווארן בכל תפוצות ישראל. (אחינו בני ישראל מארץ ספרד ווייס איך נישט אויב זיי זאגן תפלת זכה).

די געסערע חידוש איז אז חסידים זאגן עס. ווער ס'ווייסט אביסל וואס האט זיך אפגעטוען ווען חסידים האבן פרובירט אז דער הייליגער בעל התניא זאל זיך טרעפן מיטן גאון, אבער די תלמידי הגר"א האבן עס אפגעהאלטן, ס'ווערט דערציילט אז אין שפיץ פון די תלמידים איז געשטאנען דער חיי אדם, עכ"ז זאגן עס אלע חסידים. ס'ווייזט אויף עפעס העכערס.
ס'איז זייער שווער צו זאגן אז די חיי אדם האט געהאט בכלל א שייכות מיטן נישט אריין לאזען דעם בעל התניא, און ר'מענדעלע וויטעפסקער.
מען רעדט פון א מעשה פון אנהויב תקל''ב, דער חיי אדם איז דאן געווען א אינגערמאן פון א נישטיגע דריי און צוואנציג יאר...

און בכלל איז די ווערסיע ווי כאילו דער גר''א האט זיך בעצם געוואלט טרעפן מיט זיי, נישט מסתבר. ווייל נאכדעם וואס ער האט באקומען גרויס דריק פון זיינע אייגענע מענטשען זיך יא צו טרעפן, איז די גר''א אוועק פון ווילנא. ביז די צוויי צדיקים זענען אוועקגעגאנגען.

דער עצם התנגדות לחסידות פונעם חיי אדם, איז געקומען פונעם נודע ביהודה, און נישט פון גר''א.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
שמואל פוקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 57

Re: רבי אברהם דאנציג, בעל מחבר ספר חיי אדם - ד' תשרי תקפ"א

פאוסט דורך שמואל פוקס »

חייב אדם.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: רבי אברהם דאנציג, בעל מחבר ספר חיי אדם - ד' תשרי תקפ"א

פאוסט דורך נקודות טובות »

שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 1:41 am חייב אדם.
אזוי ווי איר ענדיגט נישט צו, וועל איך פראבירן אייך ארויסצוהעלפן. און אויב טרעף איך נישט צו, דאן קומט אריין אויסקלארן.
חייב אדם לטהר עצמו ברגל.(ר''ה)
חייב אדם לומר בלשון רבו. (עדיות)
חייב אדם לברך על הרעה, כשם שמברך על הטוב. (ברכות)
חייב אדם לבצוע על שתי ככרות. (ברכות)
חייב אדם לברך מאה ברכות בכל יום.(מנחות)
חייב אדם לאכול בשבת שלש סעודות.(שבת)
חייב אדם ללמוד את בתו תורה.(סוטה)
חייב אדם לעשות משתה כשמל את בנו.(?)
חייב אדם לקרות את המגילה בלילה, ולשנותה ביום.(מגילה)
חייב אדם למשמש בתפילין בכל שעה.(שבת)
חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים.(פסחים)
חייב אדם בכבוד חמיו ככבוד אביו.(?)
חייב אדם להקביל פני רבו ברגל.(?)
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
בורר
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:29 pm
x 45

Re: רבי אברהם דאנציג, בעל מחבר ספר חיי אדם - ד' תשרי תקפ"א

פאוסט דורך בורר »

נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:59 am
שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 1:41 am חייב אדם.
אזוי ווי איר ענדיגט נישט צו, וועל איך פראבירן אייך ארויסצוהעלפן. און אויב טרעף איך נישט צו, דאן קומט אריין אויסקלארן.
חייב אדם לטהר עצמו ברגל.(ר''ה)
חייב אדם לומר בלשון רבו. (עדיות)
חייב אדם לברך על הרעה, כשם שמברך על הטוב. (ברכות)
חייב אדם לבצוע על שתי ככרות. (ברכות)
חייב אדם לברך מאה ברכות בכל יום.(מנחות)
חייב אדם לאכול בשבת שלש סעודות.(שבת)
חייב אדם ללמוד את בתו תורה.(סוטה)
חייב אדם לעשות משתה כשמל את בנו.(?)
חייב אדם לקרות את המגילה בלילה, ולשנותה ביום.(מגילה)
חייב אדם למשמש בתפילין בכל שעה.(שבת)
חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים.(פסחים)
חייב אדם בכבוד חמיו ככבוד אביו.(?)
חייב אדם להקביל פני רבו ברגל.(?)
ער זאגט אן אויסדריק וואס טייל חסידים האבן געניצט אויפן חיי אדם צוליב זיין ראלע אין די רדיפות אנטקעגן חסידים.
איך פערזענליך האלט אז עס פעלט נישט אויס ארויסצוברענגען איבעראל,
אפשר ווען מען רעדט פון די רדיפות, יא.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: רבי אברהם דאנציג, בעל מחבר ספר חיי אדם - ד' תשרי תקפ"א

פאוסט דורך נקודות טובות »

בורר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 9:53 am ער זאגט אן אויסדריק וואס טייל חסידים האבן געניצט אויפן חיי אדם צוליב זיין ראלע אין די רדיפות אנטקעגן חסידים.
איך פערזענליך האלט אז עס פעלט נישט אויס ארויסצוברענגען איבעראל,
אפשר ווען מען רעדט פון די רדיפות, יא.
איך וויל שטארק נישט אז די אשכול זאל פארוואנדעלט ווערן און א חסידים-ליטאים אשכול. און בפרט אן אשכול וואו מען דערמאנט די אלע אויסדריקען וואס מען הערט היינט פון אפרוחים שלא נפתחו עיניהם בנוגע דעם חיי אדם. איך וויל אפי' נישט ציטירען וועלכע נאך דברים בלי טעם מאנכע האבן זיך אויסגעדריקט.
כל המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת. והוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, שנשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב, ולחישתן לחישת שרף, וכל דבריהם כגחלי אש.

אויב וויל איינער עפענען אן אשכול וואו מען גייט יא ארום רעדן איבער די היסטאריע, און דערמאנען די אלע שמצות וואס געוויסע (צומאל אפילו ערליכע) חסידים האבן זיך אויסגעדריקט אויף די לטאים. איז הרשות בידו.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
שרייב פאוסט