רבי יעקב יצחק ראבינאוויטש זצ"ל, דער איד הקדוש - י”ט תשרי תקע”ד
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:24 pm
דער יו"ד הקדוש איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי אשר ראבינאוויטש אב"ד ור"מ פשעדבורז. ער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן חוזה מלובלין, רבי אריה לייביש חריף האלפרין בעל החידושי מהר"א, רבי משה לייב מסאסוב און אפטער רב.
כח התורה ומדרגותיו: דער חידושי הרי"ם האט געזאגט, אז יעדער צדיק האט א געוויסע זאך מיט וואס ער פארשטעלט זיין אמת'דיגע גרויסקייט. ביים יוד הקדוש איז דאס געווען זיין 'לומדות' , די וועלט האט אים געהאלטן פאר א למדן און א חריף, און אזוי האט מען נישט אזוי ווייט אנערקענט זיינע אנדערע גרויסע און הייליגע מדריגות.
עבודת התפלה: רבי יעקב אריה פון ראדזימין, האט געזאגט: דער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט זוכה, געווען צו דאווענען אזויווי אדם הראשון פארן חטא, דער אר"י הק' האט געדאווענט אזויווי רבי שמעון בר יוחאי, דער בעל שם טוב הק' זי"ע האט געדאווענט ווי דער אריז"ל, און דער יוד הקדוש האט געדאווענט ווי דער בעל שם טוב!
מעשה: דער אבני נזר, האט דערציילט אז ווי באקאנט איז דער קאזניצער מגיד געווען גאר א שוואכער מענטש און פלעגט כסדר ליגן אין בעט צוליב זיין גרויס שוואכקייט. אבער ווען ס'זענען געקומען צו איהם די תלמידים פונעם יוד הקדוש און זיי פלעגן איבערזאגן פארן קאזניצער מגיד פון די פשעטלעך פון זייער רבי'ן דער יוד הקדוש, האט דער קאזניצער מגיד ממש אויפגעלעבט זאגענדיג אז ווען ער הערט די פלפולים פונעם יוד הקדוש ווערט ער געזונט!