דער יו"ד הקדוש איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי אשר ראבינאוויטש אב"ד ור"מ פשעדבורז. ער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן חוזה מלובלין, רבי אריה לייביש חריף האלפרין בעל החידושי מהר"א, רבי משה לייב מסאסוב און אפטער רב.
כח התורה ומדרגותיו: דער חידושי הרי"ם האט געזאגט, אז יעדער צדיק האט א געוויסע זאך מיט וואס ער פארשטעלט זיין אמת'דיגע גרויסקייט. ביים יוד הקדוש איז דאס געווען זיין 'לומדות' , די וועלט האט אים געהאלטן פאר א למדן און א חריף, און אזוי האט מען נישט אזוי ווייט אנערקענט זיינע אנדערע גרויסע און הייליגע מדריגות.
עבודת התפלה: רבי יעקב אריה פון ראדזימין, האט געזאגט: דער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט זוכה, געווען צו דאווענען אזויווי אדם הראשון פארן חטא, דער אר"י הק' האט געדאווענט אזויווי רבי שמעון בר יוחאי, דער בעל שם טוב הק' זי"ע האט געדאווענט ווי דער אריז"ל, און דער יוד הקדוש האט געדאווענט ווי דער בעל שם טוב!
מעשה: דער אבני נזר, האט דערציילט אז ווי באקאנט איז דער קאזניצער מגיד געווען גאר א שוואכער מענטש און פלעגט כסדר ליגן אין בעט צוליב זיין גרויס שוואכקייט. אבער ווען ס'זענען געקומען צו איהם די תלמידים פונעם יוד הקדוש און זיי פלעגן איבערזאגן פארן קאזניצער מגיד פון די פשעטלעך פון זייער רבי'ן דער יוד הקדוש, האט דער קאזניצער מגיד ממש אויפגעלעבט זאגענדיג אז ווען ער הערט די פלפולים פונעם יוד הקדוש ווערט ער געזונט!
רבי יעקב יצחק ראבינאוויטש זצ"ל, דער איד הקדוש - י”ט תשרי תקע”ד
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי יעקב יצחק ראבינאוויטש - היו"ד הקדוש זצ"ל - י”ט תשרי תקע”ד
מעשה: עס ווערט דערציילט אז אמאל איז א סוחר געפארן צום יריד און האט דארט איינגעקויפט פיל סחורה. אנקומענדיג אינמיטן וועג קיין פרשיסחא איז זיין וואגן אריינגעפאלן אין א שווערע זומפיגע בלאטע, און געזונקען טיפער און טיפער. דער איד האט פרובירט ארויסצושלעפן דעם וואגן פון זומפ, אבער אן ערפאלג. דערצו איז געווען זייער קאלט, דער זומפ איז פארפרוירן געווארן, מיט די רעדער דערינען.
נאך א קורצע צייט שטייענדיג אזוי פארלוירן האט דעם איד אנגעפאלן שווערע יסורים אויף די ציינער, און ער האט נישט געוואוסט אוואו זיך אהינצוטאן פון זיינע פילפאכיגע צרות. עס איז געווען ביינאכט, און דער פארלוירענער סוחר האט אנגעקלאפט אין ערשטן אידישן טיר צו זעהן וואו מקען אים העלפן. מען האט אים געזאגט אז דא נישט ווייט וואוינט דער הייליגער יוד הקדוש זי"ע און דארט וועט ער זיכער טרעפן די ריכטיגע הילף. דער סוחר איז אנגעקומען צום הויז פון הייליגן צדיק, און זיך אויסגעוויינט דאס הארץ אז סאיז אים באפאלן יסורים אויף די ציין. דער יוד הקדוש האט ארויפגעלייגט ידו הקדושה אויף דעם אידס ווייטאגליכע צאן, און זאפארט זענען די יסורים אוועק ווי גארנישט וואלט געווען.
דאן האט דער סוחר דערציילט זיין צרה מיט פארזינקענעם וואגן, איז דער איד הקדוש ארויס מיט אים צום פלאץ, און דער הייליגער צדיק – וועלכער איז בטבע געווען א גיבור חיל – האט ווי גארנישט ארויסגעשלעפט דעם וואגן פון פארפרוירענעם זומפ.

- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 888
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1525
Re: רבי יעקב יצחק ראבינאוויטש זצ"ל, דער איד הקדוש - י”ט תשרי תקע”ד
מ'האט איהם געריפן יוד הק' צוליב עטליכע סיבות:
וויבאלד ער האט געהייסן פונקט ווי זיין רבי "יעקב יצחק"
די חוזה האט געזעגט אז ער האט נשמת "מרדכי היהודי"
און נאך עטליכע וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט.
וויבאלד ער האט געהייסן פונקט ווי זיין רבי "יעקב יצחק"
די חוזה האט געזעגט אז ער האט נשמת "מרדכי היהודי"
און נאך עטליכע וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט.
- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 888
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1525
Re: רבי יעקב יצחק ראבינאוויטש זצ"ל, דער איד הקדוש - י”ט תשרי תקע”ד
היינט נאכט געפאלט אויס די 210'טע יארצייט פונעם "יהודי הקדוש" זי"ע
און די 171'סטע יארצייט פון בנו הרה"ק ר' נחמי' יחיאל מביחוב זי"ע
און די 171'סטע יארצייט פון בנו הרה"ק ר' נחמי' יחיאל מביחוב זי"ע