הגאון רבי עקיבא איגר ז"ל - י"ג תשרי תקצ"ח
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:09 am
רבי עקיבא איגר איז געבוירן געווארן ביום א' חשון בשנת תקכ"ב, צו זיין טאטן רבי משה גינץ. ער איז געווארן אן איידעם צום ערשטן מאל ביי רבי יצחק (איציק) מרגלית מליסא ז"ל ובזיווג שני רבי יהושע הלוי פייבלמאן ז"ל - דיין אין שטאט ליסא.
ער האט געלערט תורה ויראת שמים ביי זיין טאטן. דערנאך איז ער געפארן לערנען ביי רבי לעמיל מגלוגא אב"ד אייזענשטאט. יעדער וואס האט נאר אמאל געלערט אין א ישיבה ווייסט צו זאגן פון ספר חידושי רעק"א.
רבי עקיבא איגר איז געווען אן אויסגעוועליכער גאון, ער וואלט זיך באמת בעסער אריין-געפאסט אין דעם דור פון דעם רשב"א (לשון החזון איש), אבער מער ווי זיין גאונות האט ארויסגעשטארצט זיין עניוות. זיין איידם, דער הייליגער חת"ס האט געזאגט אויף אים, "ווער עס וויל פארשטיין דעם פסוק פון 'והאיש משה עניו מאר מכל אדם' זאל גיין קוקן אויף זיין שווער".
ערשט איז ער געווען רב אין מארקיש-פרידלאנד, און דערנאך איז אריבער צום גרויסן עיר ואם בישראל פוזנא יצ"ו.
מעשה: עס ווערט דערציילט אויף הגאון רבי עקיבא איגר, אז ער איז אמאל געגאנגען קיין ווארשא. דארט אין ווארשא האט מען אים געמאכט א ריזן קבלת פנים אויפן הויפט גאס, ווי עס פאסט פאר דעם גרויסן גאון. אינמיטן שפאצירן אויפן הויפט גאס האט ער געהייסן פארקיווערן דעם וועג, ווייל ער וויל גיין באזוכן אן אלמנה, זיינ'ס א קרובה וואס האט דארט געוואוינט. ער האט דא ספעציעל געטוען כדי די באגלייטער זאלן אהינגיין לכבודה.
איינער פון די מקורבים פון דעם גאון האט אים אפגערעדט דערפון, זאגעדיג אז עס פאסט נישט פאר'ן גאון צו טוען דאס. האט אים רבי עקיבא איגר געענפערט: מיר געפונען אין די תורה אז נאר ביי השבת אבידה מעג זיך א תלמיד חכם פארהוילן צוליב כבוד התורה, אבער ביי די מצוה שטייט (ישעיהו נח, ז), "ומבשרך לא תתעלם", ממילא איז נישט דא קיין היתר פון זיך ארויסצודרייען דערפון.