רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2363

רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך מירון »

נעכטן איז געווען די 90’סטע יארצייט פון דעם הייליגן חפץ חיים זצ"ל, וואס קינד און קייט ווייסט צו זאגן פון דעם צדיק. נישט דא קיין איד כמעט וואס ווייסט נישט צו זאגן פון זיין הייליגן ספר חפץ חיים און ס'איז כמעט נישט דא א בית נאמן בישראל אדער א בית המדרש וואס האט נישט דעם ספר משנה ברורה.

דער צדיק איז געבוירן געווארן אין א שטעטל נעבן סלאנים וואס רופט זיך 'זיטל' בשנת תקצ"ט לפ"ק צו זיין טאטן רבי ארי' זאב ז"ל. זיין טאטע איז נפטר געווארן ווען ער איז אלט געווען בלויז 14 יאר. זיין מאמע האט חתונה געהאט בזיווג שני, דאן האט אים זיין עלטערע ברודער רבי אהרן ז"ל, אריינגענומען צו זיך אין שטוב און אים מחנך געווען און געלערנט מיט אים תורה ויראת שמים.

כשהגיע לפרק האיש מקדש, האט אים זיין מאמע חתונה געמאכט מיט די טאכטער פון איר זיווג שני. זיין מאמע און זיין שטוף טאטע האבן אים אויסגעהאלטן פאר עטליכע יאר ער זאל קענען זיצן און לערנען. דערנאך האט ער האט זיך אנגעהויבן מפרנס געווען פון לערנען מיט בחורים, דעמאלס איז אריבער לערנען אין מינסק און דערנאך צום גרויסן שטאט ווילנא. וואו ער איז נאר געגאנגען האט ער געלערענט מיט אן התמדה עצומה, וואס איז אפילו יענע יארן געווען א גרויסע חידוש.

ווען ער איז אלט געווען בלויז 30 יאר האט ער ארויסגעגעבן דעם ספר חפץ חיים אן א נאמען. דער חפץ חיים האט נישט געשריבן סתם ספרים, נאר ספרים וואס ער האט געהאלטן אז ס’וועט ארויסהעלפן כלל ישראל, סתם חידושי תורה האט ער נישט געוואלט שרייבן. ער האט געשריבן א געוואלד מיט ספרים וואס ס’איז נישט באקאנט.

28 יאר האט ער געשריבן דעם מייסטערהאפטן הייליגן ספר משנה ברורה, וואס יעדעס ווארט איז געמאסטן און געוואויגן. ער איז אליינס ארומגעגאנגען אין אלע שטעט צו פארקויפן ספרים.

ער איז נפטר געווארן אינעם שטעטל ראדין, ושם מנוחתו כבוד.

זי"ע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2363

Re: רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך מירון »

טייל פון זיינע ספרים
  • משנה ברורה עם ביאור הלכה ושערי ציון
  • חפץ חיים
  • שמירת הלשון היינט איז עס איינס מיטן ספר חפץ חיים.
  • אהבת חסד - פון מצוות שבין אדם לחברו, וואס ענהאלט אין זיך הלכות הלוואה, איסורי ריבית, הכנסת אורחים, ניחום אבלים ועד
  • תורת כהנים
  • ליקוטי הלכות (דריי בענדער) אזא ספר ענדליך צום הייליגן רי"ף'ס חיבור, דארט וואו ס'איז נישט דא קיין רי"ף.
  • ציפית לישועה - צו האפן אויף די גאולה.
  • תורה אור - מוסר צו לערנען און בעיקר סדר קדשים.
  • דבר בעתו - אויפן איסור פון מאכלות אסורות.
  • גדר עולם - כיסוי ראש ביי נשים.
  • מחנה ישראל - הלכות פון אידישע סאלדאטן אין גוי'אישן מיליטער.
  • נדחי ישראל - הלכות פאר אידן וואס וואוינען אין פארשטיפטע פלעצער אין די וועלט.
  • נפוצות ישראל - קעגן וואוינען אין אמעריקא (בימים ההם).
  • קונטרס תפארת אדם - הלכות פון שניידן בארד און פיאות.
  • שם עולם - חיזוק אין שמירת שבת און החזקת לומדי תורה.
  • תורת הבית - א מוסר און חיזוק ספר צו לערנען יעדע מינט אין טאג
  • בית ישראל - מוסר ספר פאר א אידישע שטוב
  • אגרות החפץ חיים
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 300
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 131

Re: רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך א קלער »

מחנה ישראל - הלכות פון אידישע סאלדאטן אין גוי'אישן מיליטער.

איז דא צובאקומען די ספר?
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2363

Re: רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך מירון »

א קלער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:37 pm מחנה ישראל - הלכות פון אידישע סאלדאטן אין גוי'אישן מיליטער.

איז דא צובאקומען די ספר?
איך ווייס נישט, אבער איך געדענק יארן צוריק איז געווען אין איין דיקע באנד אסאך פון זיינע קלענערע ספרים. מישור האט דאכט זיך מיר איבערגעדריקט תורה אור און תורת הבית (געפינטעלט) אפשר נאך.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2363

Re: רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך מירון »

א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים. ער קומט אריין אין שטוב זעט ער אז עס איז דא דארט אן אלטער טיש און בענקלעך, אן קיין מעבל בכלל, פרעגט ער דעם חפץ חיים: “וואו איז די מעבל”?

פרעגט אים דער חפץ חיים צוריק: “און וואו איז אייער מעבל”? זאגט דער איד: “מיין מעבל איז אינדערהיים, איך האב דארט הערליכע מעבל, אבער יעצט בין איך פשוט אינטערוועגנס, איך גיי נישט מיטשלעפן מיט מיר די מעבל”.

האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אנגערופן צו דעם איד: “איך בין אויך אויפן וועג, איך בלייב נישט אייביג דא אויף דער וועלט, עס איז נאר א דורכגאנג, דארט אויף יענע וועלט האב איך גאר שיינע מעבל אוועקגעלייגט”.
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 703

Re: רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך שוש אשיש »

פון אן איזרעילי צייטונג
תרל’’ג (1873): ספר חפץ חיים ערשיינט אויף די וועלט, יענע יאר קומט ארויס דזשעימס קלערק מאקסוועל מיט די בוך אויף ’עלעקטעריק און מאגאנעט’ דאס וועט דינען א בעיס פאר א נייע ערפינדונג די ראדיא וואס קומט אט אט אויף די וועלט, מען קען מיט דעם גאר גרינג פארשפרייטן לשה’’ר.

אבער עס איז שוין פארהאן א רפואה למכה.

תרל’’ו (1876): די ספר שמירת הלשון ערשיינט; און אין די זעלבע יאר דרייט זיך איבער דאס וועלט פון די אויפראשענדע ערפינדונג: דער טעלעפאן, און מיט דעם קומט מיט עשרה קבין פון לשה’’ר.

יא יא, זה לעומת זה עשה האלקים.
SOS
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 703

Re: רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך שוש אשיש »

א קלער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:37 pm מחנה ישראל - הלכות פון אידישע סאלדאטן אין גוי'אישן מיליטער.

איז דא צובאקומען די ספר?
אויפן געוועב זיכער.
דאכט זיך אז אין אוצר החכמה/ ה’’ב אויך
SOS
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 703

Re: רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך שוש אשיש »

מירון האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:13 pm טייל פון זיינע ספרים
  • קונטרס תפארת אדם - הלכות פון שניידן בארד און פיאות.
וואלט אפשר געווען כדאי צוצולייגען צוויי נקודות איבער דעם ח’’ח און בארד
1- זיין זון שרייבט אז דער הייליגער צ’’צ האט געשריבן אז זיך שערן די בארד איז אן איסור דאורייתא אבער זיין פאטער האט נישט מסכים געווען דערצו אבער נישט געווילט שרייבן דירעקט אנטקעגן.

2- דער בעלזער רב זצ’’ל האט אים געפרעגט הייתכן די ליטווישע בחורים שערן די בערד און דער ח’’ח האט אים גענטפערט אז ’’בעלזער רב, פון אייך האב איך נישט ערווארטעט אזא שאלה, מיר שטיפן זיי אריין ווי מער תורה, און מיר האפן אז המאור שבה יחזירם למוטב’’

כך בערך הסיפורים, כתבתי מזכרוני ולא דייקתי
SOS
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2363

משל פונעם הייליגן חפץ חיים

פאוסט דורך מירון »

דבר בעתו מה טוב, ווען מ'גייט אריין אין די ימי הרחמים והרצון און אין דעם זמן וואס מ'מאכט זיך א שטיקל חשבון הנפש.

איינמאל איז געווען א גרויסע סוחר וואס האט געהאט זייער א גרויסע געשעפט. ער פלעגט פארקויפן סחורה פאר מענטשן פון איבעראל, נאנט און ווייט. דער ביזנעס איז געווען אזוי פארנומען אז עס האט אוועקגענומען זייער אסאך פון זיין צייט, זייענדיג אין געשעפט פון דער אינדערפרי שעות ביז שפעט אויף דער נאכט.

זייענדיג אזוי פארנומען, האט דאס צוגעברענגט אז דער סוחר האט אפי' נישט געהאט קיין צייט צו גיין אין שוהל דאווענען מיט מנין... אזוי איז אריבער עטליכע יאר, נישט כאפנדיג ווי ביזי ער איז. ויהי היום, די בארד הייבט אן ווערן ווייס, די כוחות הייבן אן ווערן שוואכער און דער סוחר הייבט אן שפירן אז אט אט, קומט מען שוין אן נענטער צום תכלית. ער הייבט אן טראכטן, "אוי מה היה לנו, מארגן וועל איך דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף מיינע מעשים. וואס וועל איך זאגן?"

זעענדיג זיין מצב, ווי ווייט ער איז פארשפילט געווארן, האט דער סוחר מחליט געווען בהחלטה גמורה אז ער גייט זיך שוין יעצט נעמען אין די הענט אריין, זאל ער ארויפ קומען אויף יענער וועלט מיט כאטש עפעס. צומארגנס, גלייך אינדערפרי, איז דער סוחר געלאפן אין שול אריין, ער וויל דאווע נען מיט א מנין. נאכן דאווענען, זעצט ער זיך אוועק און לערנט געשמאק פאר צוויי גאנצע שעה, אן טראכטן בכלל פון זיין בוזנעס און זיינע קונים וואס ווארטן. ער טראכט צו זיך, "אלעס איז דאך שטותים, עס גייט מיר נישט ברענגן קיין אמת'ע תכלית."

ווען דער סוחר איז צוריק געקומען פון שוהל נאכן וויילן דארט אן ערך פון 3 שעה, פרעגט אים זיין ווייב, "וואס גייט פאר? פארוואס האסטו זיך אזוי פארשפעטיגט היינט? די גאנצע געשעפט איז פיל מיט קונים וואס ווארטן אומגעדולדיג אז מען זאל זיי סערווירן." דער סוחר ענטפערט נישט קיין סאך און זאגט נאר איידעלערהייט "איך בין געווען טרוד און איך האב געמוזט שפעטיגן."

דער צווייטער טאג, האט זיך דער סוחר שוין מער ערלויבט. ער איז שוין געזעצן און געלערנט עטליכע שעות אין ביהמ"ד אן קיין דאגות, כאילו עס וואלט קיין געשעפט נישט געווען. זיין פרוי, זעענדיג אז עס ווערט שוין זייער שפעט און איהר מאן איז נאך אלץ נישט אינדערהיים, איז שנעל געלאפן אין שוהל צו זעהן וואס האט פאסירט מיט אים.

זי קומט אריין אין שוהן און לרוב תמיהתה, זעהט זי ווי איר מאן זיצט דארט ביי א טיש און לערנט, ווי גלייך גארנישט וואלט געווען. זי הייבט אן שרייען, "יענקל וואס האט פאסירט מיט דיר? דו ביסט אראפ פון זינען?! ביסט אונגאנצן משוגע געווארן?! דו ווייסט אז דער גאנצע געשעפט איז אנגעפילט מיט מענטשן וואס שטייען און ווארטן אויף דיר, און דו זיצט מיר דא און לערנסט?! עס גייט מיר שוין נישט אן דער הפסד וואס מיר דערלייגן יעדן טאג, אבער צו קען מען אזוי בידים פארטרייבן קונים?!"

רופט זיך אן דער מאן: "הער מיך צו, מיין טייערע ווייב. וואס וואלסטו געטוהן ווען דער מלאך המות קומט צו מיר חלילה וחס און זאגט מיר, "ר' יענקל, געגאנגען. עס איז געקומען דיין צייט צו גיין." צו וואלטן מיר אים געקענט זאגן "אנטשולדיגט, אבער מיר האבן נישט יעצט צופיל צייט, אונזער געשעפט איז פיל מיט קונים און מיר קענען נישט גיין איצטער!"

"אודאי נישט, ווי א שעפעלע צו דער שחיטה וואלט איך געגאנגען. אויב אזוי, טראכט צו דיר אז כרגע בין איך געשטארבן. איי, נאך עטליכע שעה קום איך אריין אין געשעפט? וואס באדערט דיר אז פאר עטליכע שעות האב איך תחיית המתיים, דיר ארויסצוהעלפן אינעם געשעפט?"

פירט אויס דער חפץ חיים: דאס איז פשט וואס חז"ל זאגן אונז אויפן פסוק וזאת התורה אדם כי ימית באהל וגו' (יט, יד) אין דברי תורה מתקיימים אלא במי שממית עצמו עליהם. (ברכות סג:)

גענומען פון גליון "א פסוק חומש" תשוח"ח.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2363

Re: רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך מירון »

שוש אשיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 7:17 pm
מירון האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:13 pm טייל פון זיינע ספרים
  • קונטרס תפארת אדם - הלכות פון שניידן בארד און פיאות.
וואלט אפשר געווען כדאי צוצולייגען צווי אנ איבער דעם ח’’ח און בארד
1- זיין זון שרייבט אז דער הייליגער צ’’צ האט געשריבן אז זיך שערן די בארד איז אן איסור דאורייתא אבער זיין פאטער האט נישט מסכים געווען דערצו אבער נישט געווילט שרייבן דירעקט אנטקעגן.

2- דער בעלזער רב זצ’’ל האט אים געפרעגט הייתכן די ליטווישע בחורים שערן די בערד און דער ח’’ח האט אים גענטפערט אז ’’בעלזער רב, פון אייך האב איך נישט ערווארטעט אזא שאלה, מיר שטיפן זיי אריין ווי מער תורה, און מיר האפן אז המאור שבה יחזירם למוטב’’

כך בערך הסיפורים, כתבתי מזכרוני ולא דייקתי
אפשר קענט איר אביסל מער מרחיב זיין בדיבור ווען און וואו דער הייליגער ח’’ח האט געטראפן דעם הייליגן בעלזער רב ז"ל. דער ח’’ח האט געוואוינט אין די ליטא וואס איז זייער ווייט פון גאליציע (עכ"פ אין יענע יארן).

די גאנצע מעשה מיטן בארד איז מיר א חידוש, ווייל ס'דא א מעשה פארקערט פון בעלזער רב גלייך נאכן קריג.
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 703

Re: רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך שוש אשיש »

מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:11 am

אין ווארשע ביי אן אסיפת רבנים, שנת תר’’ץ.
עס איז דא א היבש ביסעל חומר איבער די אסיפה ואין אתי זמן.
אזוי איז עס אין ס’ בקדשותו של אהרן’ און אויך אין ’בקודש פנימה’
אבער למעשה שטייט דארט אז די רעדע איז איבער גידול בלורית און נישט גילוח הזקן.
וואס איז די סיפור פון דער בעלזער רב זצ’’ל נאכ’ן קריג?
SOS
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 703

Re: רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך שוש אשיש »

א קלער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:37 pm מחנה ישראל - הלכות פון אידישע סאלדאטן אין גוי'אישן מיליטער.

איז דא צובאקומען די ספר?
כלול אין ’כל כתבי הח’’ח’ די ברוינע בענדער
SOS
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2363

Re: רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן מראדין ז"ל, החפץ חיים - כ"ד אלול תרצ"ג

פאוסט דורך מירון »

שוש אשיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:53 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:11 am
שוש אשיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 7:17 pm
וואלט אפשר געווען כדאי צוצולייגען צווי אנ איבער דעם ח’’ח און בארד
1- זיין זון שרייבט אז דער הייליגער צ’’צ האט געשריבן אז זיך שערן די בארד איז אן איסור דאורייתא אבער זיין פאטער האט נישט מסכים געווען דערצו אבער נישט געווילט שרייבן דירעקט אנטקעגן.

2- דער בעלזער רב זצ’’ל האט אים געפרעגט הייתכן די ליטווישע בחורים שערן די בערד און דער ח’’ח האט אים גענטפערט אז ’’בעלזער רב, פון אייך האב איך נישט ערווארטעט אזא שאלה, מיר שטיפן זיי אריין ווי מער תורה, און מיר האפן אז המאור שבה יחזירם למוטב’’
די גאנצע מעשה מיטן בארד איז מיר א חידוש, ווייל ס'דא א מעשה פארקערט פון בעלזער רב גלייך נאכן קריג.
וואס איז די סיפור פון דער בעלזער רב זצ’’ל נאכ’ן קריג?
הקדמה: ביטע פארשטיינער מיר נישט פארן שרייבן די מעשה. ס'גייט זיין אביסל סקערי בפרט פאר חסידי בעלז

כ'האב עס געהערט פון אן איש מוסמך, מפורסם און א רב בשם משה שיינער ז"ל.

ביי די הצלה פון בעלזער רב פון די נאציס ימ"ש האט ליידער אויסגעפעלט אז מ'זאל דארפן אפשערן די בארד פונעם בעלזער רב ז"ל. פיקוח נפש איז דוחה אפילו שבת.

די חת"ם סופר שרייבט אויף א פלאץ א ס'איז אן ענין אפצושערן די בארד לכבוד שבת. ווער ס'ווייסט איז אין בעלז איז געווען זייער חשוב א ווארט פונעם חת"ם סופר, ממש תורת משה מסיני.

די ערשטע ערב שבת נאכדעם וואס ער האט געמוזט אפשערן די בארד. האט ער זיך נאכאמאל געשוירן די בארד לכבוד שבת לקיים דברי החת"ם סופר ז"ל.
שרייב פאוסט